אנאליז: פונעם צוים ארום דעם ביה"ח ביז אונטערשריפטן וועגן דעם זאל
ווי שוין געשריבען אין פריערדיגע מאמרים, קען א חסידות-פארטיי גיין משוגע ווען זיי זעען איין אז זיי פארשפילען א קריג און זיי קענען גארנישט צוריק טאן. דאס פונקט שפילט זיך איצט אפ אין די ארונישע מחנה. און דאס איז פון עטליכע אספעקטען.
1) דאס פראקלאמירען אז יעדער ארונישער מעמבער זאל באצאלען פופציג דאלאר וואס זאל דעקען די קאסטען פון בויען א 25 פוסיגען צוים צווישען די צוויי שטחים פון די בתי חיים אין קרית יואל. אזא חלה דעקל דעקרעט קען מען נאר פארקויפען פאר די סארט שטרוי עסערס ווי די ארונישע פארטיי זענען. זיי – די פארטיי פירערס – זעען שוין איין אז דער שפיל פונעם האלטען א ריזיגען ציבור ביים קארג נאך די הונדערט און צוואנציג איז פארביי. עס איז אין פארגאנגענהייט. קיינער גייט נישט באצאלען פאר ר' אהרןנען קיין פעני ווייל פאר יעדען איד איז גוט דער נייער בית החיים, און ווער עס גלייבט נישט קען זיך דאס פערזענליך איבערצייגען מיט א שפאציר פון בלויז הונדערט טריט אוועק פון דעם ציון הקדוש. דארט קען יעדער זיך איבערצייגען אז ר' אהרן איז א פארגאנגענהייט ביי די וואס האלטען אז ער איז זייער ווייט פון א ערליכער איד. און דער בית החיים וואס איז אביסעל אריבער 6 חדשים אלט און דער שטח האט געלייגט די מציבה אויף די ארוינישע טעראר וואס איז נאך פארבליבען ביז לעצטענס. די ארונישע חלה דעקלעך מיט ר' אהרן בראש האבען געהאלטען מרוב פיקחתם אז זיי וועלען צוזאמלייגען דאס מערהייט פון סאטמאר דורכן בעטן נאכאמאל געלט פון אלע נפטרים, ממילא וועט קיינער נישט וועלען באצאלען מעמבערשיפ פאר די וויליאמסבורגער סאטמארער קהילה. חלה דעקלעך... אבער וואס טוט מען אז נישט יעדער זאל זיך דאס טאקע איבערצייגען, וויאזוי האלט מען אפ אז די חלה דעקלעך מוחות זאלען ח"ו נישט זיך לערנען רעכענען אז איינס מיט איינס איז צוויי און נישט א חלה דעקל? איז מען אויפגעקומען מיט א וואזשנער המצאה. מען וועט ארויפציען א צוים א פינף און צוואנציג פוס, און דער הויכער צוים וועט פארזיכערען אז די ארונים וועלען ווייטער ציילען איינס מיט איינס א חלה דעקל. נישט אז דער פלאן פון הויכען צוים וועט אפהאלטען א משפחה פון לייגען זייער נפטר אין נייעם בית החיים. פאר דעם איז נישט פארהאן קיין פלענער. דער פלאן וועט נאר אויפטאן אז ווער עס וויל נישט זען אז עס איז דא א נייער בית החיים, ווער עס וויל נישט זען און זיך איבערצייגען אז די טעראר פלענער פון ר' אהרן זענען געווארען צו נישט, זאל נאך קענען בלייבען מיט זיין מעטאמאטיק פון איינס מיט איינס איז א חלה דעקעל.
מען וועט ארויפציען אזא הויכען צוים, אז די אקסען ווי שמעון הירש און אייזיק הערש, וועלן נישט "קענען" זען פערזענליך דעם נייעם בית החיים און זיי וועלען ווייטער קענען פארלייקענען אז עס איז בכלל דא אזא פאקט. א וואשנער המצאה פאר די חלה דעקלעך... און צו די זעלבע צייט שיסן די זאליס פאר געלעכטער צו זען וואס פארא טייערע מצבה די אהרונים לייגן אויף יארן פון ר' אהרןס טעראר, און מען איז נאך מחייב יעדן אהרוני עקסטער צו באצאלן 25 דאלער דערפאר...
2) דאס פראקלאמירען אז מען גייט צוזאמנעמען אונטערשריפטען פון אלע חלה דעקלעך אז מען גייט נישט אריין גיין אין די זאלען ווי ר' אהרן איז נישט מסדר קידושין. דאס הייסט אז אויב א חלה דעקעל האט א חתונה אין די בני יואל זאל אדער אין די זאל פון ויואל משה וואס גייט פארטיג ווערען בקרוב, שרייבט ער איצט אונטער אויף להבא אז ער גייט נישט. אויבען אויף מיינט די אונטערשריפט אז אויב איינער האט א קינד, א שוואגער אדער א ברודער וואס גייט חתונה מאכען אין איינע פון די זאלען, שרייבט דער חלה דעקעל שוין אונטער אז ער גייט נישט גיין. ווייל ער שטעלט ר' אהרן אין פארענט פון זיין אייגענע משפחה.
זיצען עטליכע מענטשען ביי א טישעל אין די בתי מדרשים פון ר' אהרן אין קרית יואל און אין וויליאמסבורג און קעלבעלעך שרייבען אונטער אז זיי גייען נישט גיין זיך באטייליגען ביי די שמחות פון זייער נאנטע משפחה, בלויז ווייל זיי האבען א מיינונגס דיפערענץ איבער ר' אהרן טייטלבוים. דאס אליין אז מענטשען זאלען פארקויפען אייגענע משפחה פאר א רבין, איז א שרעקליכער השפלה אין די מענטשהייט. דאס קענען נאר טאן אזעלכע וואס האבען פארקויפט זייער שכל פאר א רבין וואס איז נאך נארישער פון זיי. דאס איז אויסער וואס דאס נישט גייט צו נאנטע משפחה חתונות האט זיך אינעם עבר אויסגעלאזט ביי די בני יואל עפאכע, אלץ א זעלטענער דורכפאל ווייל אין די מינוט וואס רבי זלמן לייב אז געווארען רב נאך אין יאר תשנ"ט האבען אלע נאכשלעפער פון ר' אהרן גלייך אנגעהויבען צו גיין צו משפחה חתונות פון זייער בני יואל משפחה, כאטש עס האט קיינער נישט אראפגענומען דעם אומאפציעלען פארבאט. פארוואס האבען די חלה דעקלעך אנגעהויבען צו גיין צו ברודערס און צו שוועסטערס חתונות? ווייל זיי האבען זיך דערזען אלץ גלאטע אקסען וואס האבען געדינט א פארטיי און אוועגעגעבען אייגענע משפחה פאר א ריב לא להם. ווייל אז איינעמס ברודער האלט אז ר' אהרן איז א שוטה, צו ווייל איינעמס ברודער האלט אז ר' אהרן איז נישט א ירא שמים, צו ווייל איין ברודער ווייסט אז ר' אהרן האט נישט קיין שמירת עינים, קומט נישט א ברודער צו זיינס א שמחה.
און דאס האבען זיך די ארונים געכאפט גלייך ווען רבי זלמן לייב איז געווארען רב אין סאטמאר וויליאמסבורג. אז זיי זענען אקסען פאר גארנישט און נישט. קיינער האט זיי נישט געהייסען אנצוהייבען גיין אויף שמחות, נאר זייער זיך שעמען פאר זיך אליין האט דאס גורם געווען. איצט איז שוין צען יאר שפעטער און מען האלט נאכאמאל דארט ווי מען האט אנגעהויבען. און ווי נאר ר' אהרןס וועט שטארבען און עס וועט אויסברעכען א קריגעריי צווישען זיינע קינדער, וועלען זיי ווידער זיך ארום זען ווי פאלנע אקסען וואס האבען געדינט א חלה דעקל פארטיי. און דאן וועלען זיי נאך אפאר יאר ווייטער אויפהערען צו גיין צו שמחות אבער דעמאלטס וועט שוין זיין די מחלוקה צו מענדל איז א יראת שמים און צו העניך מעג זיין רבי און צו חיים הערשעלע איז א שוטה ווי זיין טאטע. און אזוי וועט זיך דער קייט פון די חלה דעקלעך מעטאמאטיקער זיך דרייען אויף נאך א שיינע פאר יאר, אויב משיח וועט נישט קומען פריער.