היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » אידישע געדאנק » בעלזא (ירושלים) טיילט שלעק אין מאנטריאל

בעלזא (ירושלים) טיילט שלעק אין מאנטריאל

5 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2781681

דיינסתלמיד » 25/4/2010 22:01

דעם מוצאי שבת קודש האבן די בעלזער (ירושלים) יונגעלייט געווילדעוועט און געטיילט שלעק אין מאנטריאל,
בעת דעם וויזיט פון אהרן מרדכי רוקח, וועלכער איז געפארן אויף א וויזיט און צו שאפן געלט.
במשך די פאר טאג האט קיינער נישטאמאל געקוקט אויף דעם מח קטן, פון וועמען אפילו די בעלזער לאכן אין די פויסטן, חוץ אפאר בעלזער בחורים'לעך און היץ קעפ.
במשך דעם שבת זענען זיי אפאר מאל דורכגעגאנגען סאטמאר ביהמ"ד און ספעציעל הויך געזינגען און געשריגן, צו "ווייזן" פאר די סאטמארע... אבער קיינער האט זיך פון זיי נישט וויסענדיג געמאכט.
מוצאי שבת ווען זיי זענען דורכגעגאנגען סאטמאר בית המדרש האבן די בחורים פונקט געענדיגט קידוש לבנה, און זענען געשטאענען אויפן סייד וואק
זענען די בעלזער חיות געקומען צו לויפן און געוואלט אפליידיגן די גאס פון סאטמארע בחורים זיי האבן אנגעהויבן שלאגן און שטופן  די בחורים, און ס'איז געקומען צו א געשלעג, ביי וועלכן די בעלזער האבן צובראכן די טיר פון סאטמאר ביהמ"ד, און צוריסן בעקיטשעס פון בחורים.

זעט אויס אז דער אהרן מרדכי האט משפיע געווען טיפשות אויף די בעלזער יונגעלייט און בחורים.

דיינסתלמיד » 25/4/2010 22:06

אויך פארציילן די בעלזער שלעגערס,
אז זיי האבן געשטופט דעם דיין הגה"צ ר' משה מנחם טירנויער שליט"א וועלכער האט פארגאנגענעם כ"א כסלו מוחה געווען קעגן בערעלע,
איך וועל שפעטער געוואר ווערן אויב ס'איז אמת.

פארשטייצעך » 25/4/2010 22:25

פארוואס האט ר' משה מנחם מוחה געווען קעגן בערעלע בעלזער?

פארשטייצעך » 25/4/2010 22:30

איך מיין אז אהרן מרדכי דארף נישט אויסלערנען די בעלזער טיילן שלעק, 
איינער וואס וויל וויסן וואס עס מיינט כאפן שלעק,
זאל פרעגן די בעלזא מאכניפקער חסידים.

דיינסתלמיד » 25/4/2010 22:53

בערעלע האט געזאגט עפעס א "תורה" פרשת תולדות אז יעקב פלעגט גיין אין ביהמ"ד לערנען און "עשו" איז געגאנגען מוחה זיין קעגן "עבודה זרה'ס", האט ער געזאגט אז מען דארף נישט מוחה זיין קעגן עבודה זרה, אויף דעם האט ר' משה מנחם מוחה געווען כ"א כסלו.

זעט אויס אז די בעלזא ירושלים חסידים האלטן, אז קעגן אידן וואס דינען עבודה זרה דארף מען נישט מוחה זיין, אבער די בחורים וואס רוקן זיך נישט פונעם סיידוואלק וויאזוי זיי ווילן, קעגן זיי דארף מען יא מוחה זיין, עד כדי הכאה, נישט סתם מוחה זיין נאר אפילו טיילן שלעק!