קאנפירמד: די חתונה פון די מחותנים וועלכע האבן געוואלט רופן דעם רבי'ן צו די בנ"י זאל, וועט פארקומען אין מאנסי (די בנ"י זאל איז שוין געווען באשטעלט!),
נאך וואס בנ"י האט נישט געלאזט דעם מחותן דאס טאן (דאס איז לדעתי פאר זיי דער דורכפאל פונעם יאר -הונדעט!).
שמועות זאגן אויף נאך 2 חתונות וואס זענען געקענסלט געווארן צוליב וואס די נאנטע קרובים האבן קלארגעשטעלט אז זיי וועלן זיך נישט קענען משתתף זיין ביי די חתונה.
די שמועות ווערן קראנטער און מער אונטערגעהאלטן ווען מען ליינט ווי די זאלי'ס זענען מסביר אז דאס איז נישט קיין קלאפ פאר זיי, ווארום דאס איז בלויז צוליב די פחד פון טעראר, און עס וועט נישט לאנג אנהאלטן. (דאס מאכט מיר טראכטן אז עס רעדט זיך טאקע פון מער ווי דריי...)
וואס זיי פארזעהן נאר איז, אז אויב די סיבה פון די קענסעלעישן'ס איז וועגן פחד (אויך גוט.. אויב נישט יראת שמים, כאטש יראת העונש...) פארוואס האבן זיי מתחילה יא באשטעלט די זאלן??
די תירוץ איז, אז די אמת'ע סיבה פונעם זיך ארויסציען פון דארט חתןנה מאכן איז ווי איך האב אויבן געשריבן:
| FiveBoro כתב: | [בילד – נישט אפגעהיט] | אויב האב איך נישט גענוג פארשטאנען די נחיצות פון די חתימות, ווער איך דאס איבערצייגט דורך א פרישער פארמעגליך ארטיקל, אז דאס טוט זיי וויי, און נישט פשוט! דאס איז זיי אריין טיף אין די ביינער.
די סיבה איז פשוט. זייער אסאך פון זיי זענען משפחה מיט היימישע אידן, און דער פאקט אז אונזער עולם קומט נישט דארט צו קייו שמחה (כפסקו של רבינו בעל דבר"י זי"ע) איז א גאר-גאר גרויסער אפהאלט פאר א גרויס חלק עולם ביי זיי פון מאכן אזא חתונה, ובפרט ווען די נישט-השתתפות איז כתוב וחתום, און דער בני יואל קאן זיך נישט פרובירן צו איינרעדן אז "נע, מיין ברודער וועט שוין קומען, ער מיינט עס נישט אזוי ערנסט". דער מחשבה איז נישטא מער.
|
|
השי"ת האט נישט באנקראטירט. ס'איז נאך דא אידן וועלכע די תורה איז ביי זיי העכער ווי די געפילן פאר זייין ברודער'ס שמחה. (אין די צייט וואס דער ברודער האט דאך אלע ברירות צו מאכן די חתונה ערגעץ אנדערש).