--------------------------------------------------------------------------------------------------------------
קודם א קורצע איבערבליק.
די קבר פון רבי שמעון בר יוחאי געפינט זיך אויבן אויף א הויעכע בארג וועלכע רופט זיך "הר מירון". די קבר זעלבסט איז פארדעקט מיט א בנין.
קודם כאפט א בליק אויף די מאפע (יא! ס'איז אייגנס) דערנאך זעט א שטיקל הסבר אויפן מאפע.
[בילד – נישט אפגעהיט]
דא, ווי די ווערטער שטייען איז די הויפט אריינגאנג צום "הר מירון".
די ליין אויף די רעכטע זייט איז די הויפט אריינגאנג. אויף דעם ראוד געפינט זיך די מוסד "חסד לאברהם".
היימישע אידן ניצן נישט דעם "דרך המלך" וועג במשך ל"ג בעומר צוליב וואס די וועג איז פול מיט תערובות רח"ל.
היימישע אידן ניצן דעם "דרך מהדרין וועלכע פאנג זיך אן מער צו לינקס.
(אין מירון קומען אויך פרויען במשך דעם טאג, נישט אזוי ווי אין סאטמאר איז איינגעפירט אז אינם טאג פונם יארצייט קומען נישט קיין פרויען)
כמעט ביים אנהייב וועג געפינט דיך די ביהמ"ד און די מקוה פון הגה"צ גאב"ד קאלוסבורג ר' יחזקאל ראטה שליט"א.
עס ציט זיך צווישן אלע הכנסת אורחים'ס דעם גאנצן בארג ארויף ביזן פתח "החצר" אויפן קבר הרשב"י.
תיכף ביים אריינגאנג צום חצר געפינט זיך די פלאץ ווי עס ווערן אפגעראכטן די ריקודים בשעת דער אנדערער חלק פונם ציבור איז מתפלל מיט בכיות נוראות אינם בנין.
אויף די לינקע זייט געפינט די "אוהל" פון שניצער ווי עס ווערן סערוויסט צו עסן און טרינקן.
אדמו"ר מבאיאן צינד אן א הדלקה אויפן דאך פונם בנין תיכף ביים זמן ווען עס ווערט ל"ג בעומר.
די הדלקה פונם באיאנער רבי געפינט זיך אויפן דאך הארט נעבן דעם אנגעצייכענטע "כיפה".
אויף די לינקע זייט באמערקט א פלאץ ווי עס איז אנגעצייכענט לעלוב"ברעסלוב ועוד.
דארט צינדן אסאך רבי'ס א אייגענע הדלקה מיט די אייגענע חסידים.
עס זענען דא דארט "פארענטשעס" אויסגעשטעלט במשך דעם גאנצן מעת לעת פון לג בעומר, און עס איז איינגעטיילט יעדע שעה פונם מעת לעת פאר א צווייטע רבי. לעלוב"ברעסלוב"דאראג"פרעמישלאן"דושינסקי"וכו'
די חצר אינטערן בנין ווי עס איז אנגעצייכנט תולדות אהרן.
איז אויפן זעלבן הייעך ווי די בנין אליינס דארט צינד כ"ק אדמו"ר מתולדות אהרן מיט זיינע חסידים,
אבער דא איז דא א חידוש אז צענדליגע טויזענטער אידן זענען זיך משתתף בשעת די הדלקה. בשעת די הדלקה קען מען דארט נישט אריינלייגן א נאדל מיט דעם וואס די שטח איז גרעסער ווי די גאנצע בנין הרשב"י מיט די שטחים ארום.
די רבי קומט אן בערך א שעה פאר די שקיעה און צינד ממש פאר די שקיעה.
עס איז כמעט נישט דא א איד וואס קומט צו פארן אויף מירון פון חוץ לארץ וואס זאל פארפאסן דעם הדלקה.
צו לינקס פון דעם זעט אנגעצייכענט תולדות אברהם יצחק, די שטח געפינט זיך אסאך נידריגער,
עס איז אינמיטן בארג אראפ און אויך איז זי אסאך קלענער אין שטח ווי די שטח וואס ווערט באניצט דורך תולדות אהרן.
יעצט צו די פאקטן פונם איבערקערעניש:
עס איז א לאנג יאריגע מחלוקה צווישן גדולי ישראל אויב א כהן מעג אריינגיין אינם בנין שע"י קבר הרשב"י. קיין שום אוסר איז נישט דא צו געפינען וואס זאל אסרן דאס ארויפגיין אויפן "הר מירון בכלליות". במשך די לעצטע הונדערטער יארן האבן זיך כסדר געמאכט אז מען האט געטראפן מערות קבורה אויפן הר מירון, פארט האבן רבנים זיך אפגעהלאטן פון אפ-פסק'נען דעם גאנצן בארג אלס א בית החיים.
די הלכה איז אז מען קען ארויפלייגן א בריקל העכערן מערת קבורה (אדער אנדערע עצות) און כהנים מעגן ווייטער גיין דארט. אזוי אויך איז די הלכה אז אין א ביה"ח זעלבסט העלפט נישט די עצות. די עצות איז נאר גוט ווען די מקום איז נישט "מוחזק" אלס א ביה"ח נאר מען האט דארט געטראפן מערות. דעריבער ווען מען האט געפינען א מערה אויפן הר מירון האט מען געניצט די עצות און קיין שום רב האט נישט אפ-גע'פסק'נט דעם גאנצן בארג אלס א ביה"ח.
יעצט צו די פאקטן פון די היינטיגע שערוריה:
א. הרב משה בן ר' מאיר בראנסדארפער, מו"ץ העדה און דיין אין תולדות אברהם יצחק גיבט ארויס א פסק וועלכע הייבט זיך אן מיט די ווערטער "ע"פ בקשת כ"ק אדמו"ר מתולדות אברהם יצחק שליט"א" אין יענעם פסק אסרט ער פאר כהנים ארויפצוגיין אויפן הר מירון בכלל. די פסק באשטייט פון "איין" בלעטל ווי ער איז נישט מברר די ענין "לעמקו" נאר שרייבט פסקים אן קיין מקורות. אז "הר מירון" איז איין גרויסע ביה"ח און כהנים טארן דעריבער נישט ארויפגיין אויפן בארג בכלל און אלע עצות וועלן נישט הלעפן (די לצים האבן אים אנגעהויבן באטיטלען 'רמב"ם' ווייל ער פסקנט "לפי דעתו" אן קיין שום "מקור" אויך שרייבט ער אז ער האט זיך דורך געשמעוסט מיט עטליכע "חברי הבד"ץ העדה" אבער ער דערמאנט זיי נישט ביי די נעמען. ד.ה. ער זאגט נישט מיט וועם. אין אידיש הייסט דאס א "חוק בלי טעם". אויך איז זיין נאמען "משה בן מאיר" בלייבט ער א אומפארענטפערטער רמב"ם...).
ב. די פסק איז א פלא ביי אלעמען! אלע גדולי ישראל אין די לעצטע הונדערטער יארן האבן מתיר געווען פאר כהנים ארויפצוגיין אויפן "הר מירון" אפילו מען האט שוין הונדערטער יארן צוריק געוויסט פון די חשש וואס ר' משה ברענגט אין זיין צעטל. די אוסרים (צווישן די אוסרים איז הרה"ק מ'סאטמאר ז"ל) האבן נאר גע'אסר'ט "אריינצוגיין אינם קבר הרשב"י" זעלבסט אבער נישט גע'אסר'ט ארויפצוגיין אויפן הר מירון בכלליות.
ג. עס איז קיינמאל נישט געווען אפילו א קלער צו אסרן דאס ארויפגיין אויפן הר מירון ביזן פתח הקבר. די "חששות" וואס האבן זיך געמאכט במשך די יאר זענען אלע הלכה'דיג פאראכטן געוווארן במשך די יארן.
ד. צווישן די גדולי ישראל וואס זענען כהנים איז אלעמאל געווען א גייעריי צום ציון הרשב"י אין דעם איז אריינגרעכענט כ"ק אדמו"ר מתולדות אהרן ז"ל און זיינע קינדער די היינטיגע רבי'ס סיי אדמו"ר מתוא"י און סיי אדמו"ר מתו"א בראשות פון זיינע ברידער.
ה. כ"ק אדמו"ר מתולדות אהרן ז"ל ויבלח"ט אדמו"ר שליט"א מיט זיינע ברודער גייען טאקע נישט אריין אינם קבר הרשב"י זעלבסט און דאס איז לפי פסק פון הרה"ק מ'סאטמאר ז"ל. אפילו הרה"ק מ'סאטמאר איז געווען כמעט א דעת יחידאי! כ"ק האדמו"רים מתולדות אהרן ז"ל"ויבל"ח שליט"א זענען ארויף אויפן בארג און געבליבן שטיין אינדרויסן פונם בנין אויפן קבר הרשב"י. משא"כ אדמו"ר מתולדות אברהם יצחק איז ביז היינט "יא" אריין אינם קבר הרשב"י בניגוד להנהגת אביו ז"ל און פסק דין פון הרה"ק מ'סאטמאר.
ו. אלע רבנים וואס זענען באקאנט מיט די פאקטן גייען ארויס מיט גאר שארפע לשונות קעגן דעם ר' משה בראנסדארפער. אין דעם איז אריינגערעכנט הרה"ג אב"ד מירון שליט"א (דער מחותן פון כ"ק אדמו"ר מליזענסק הר"ר יוסף מאיר מאיער שליט"א. ר' יוסף מאיר'ס בת יחידה איז א שניר ביים מירונער רב). וועלכע דינט שוין אלס מירונער רב שליט"א אין די געגנט פון 40 יאר. בתוך הדברים זאגט ער "איך ציטער צו זאגן די ווערטער, אבער פארט, איך גלייב אז ר' שמעון וועט זיך נוקם זיין"... הרה"ג ר' יצחק רוזענבלאט שליט"א מו"ץ העדה החרדית און א חבר וועד העירוב פונם עדה וועלכע טוט שוין יארן אינם מירונער שטח (די עירוב אין מירון שטייט אינטער די עדה). שרייבט א לאנגע בירור מיט מקורות דארט שרייבט ער בתוך דבריו אז ר' משה איז געקומען "לטמא טהורים"... הרה"ג ר' יוסף קדיש בראנדסדארפער מו"ץ העדה החרדית (אויך א זין פון ר' מאיר ז"ל, א ברידער פון אונזער אוסר ר' משה) וועלכע איז דער אנגענומענער "מבין און מומחה" אויף עניני טמאת כהנים מטעם די עדה החרדית. שרייבט אין זיין היתר אויך לשונות וואס רייסן שטארק אינטער זיין ברודער.
עד כאן די פאקטן בנוגע די עצם איסור, יעצט צו פאקטן פון הינטערן פארהאנג:
א. חסידות תולדות אהרן האט א מנהג פון יארן צוריק נאך איינגעפירט דורך כ"ק אדמו"ר מתולדות אהרן ז"ל יעדעס יאר ל"ג בעומר נאכמיטאג זיך צו פארזאמלען אינם חצר אינטערן בנין פונם קבר הרשב"י ווי די רבי צינט א ריזן הדלקה און די חסידים מיטן רבי'ן טאנצן שעות ארכות אין די נאכט אריין.
ב. די צינדן (חוץ פאבליסעטי) ברענגט דאס אריין א ריזיגען סכום פאר די מוסדות. ווייל די זכות הדלקה ווערט פארקויפט אין א אקשען (אזוי ווי מען פארקויפט די עליות אין די בתי מדרשים) דער קויפער איז דערנאך מכבד דעם רבי'ן מיטן צינדען, און די געלט גייט פאר די מוסדות. (אגב עס ווערט פארקויפט אין די "צענדליגע" טויזענטער דאלער) חוץ וואס די מוסדות פארקויפט פלעשער אויל פארן ציבור צו קענען אריינגיסן אינם "מערכה" פארן רבי'נס צינדן. אויף די אויל פארדינט די מוסדות אויף יעדן פלאש בערך 6$ און עס פארקויפן זיך "טויזענטער" פלעשער).
ג. תולדות אברהם יצחק האט יארן לאנג געפירט א מערכה איברצונעמען די חזקה אויפן "מקום ההדלקה" אין מירון. פארוואס נישט? עס ברענגט דאך אסאך געלט פאר די מוסדות. די עיקר טענה איז געווען אז זייער רבי איז עלטער. אבער תולדות אהרן האט גע'טענה'ט אז די חזקה געהערט פאר די מוסדות עס איז א הכנסה פאר די מוסדות דעריבער געהערט דאס פאר די מוסדות און נישט פארן רבין, און היות די מוסדות איז געבליבן על פי פסק בד"ץ העדה ביי חסידי תולדות אהרן דעריבער קומט זיך פאר תולדות אהרן ווייטער די חזקה. די מערכה איז געווארן געקרוינט מיט א מאסיווער דורכפאל פאר תולדות אברהם יצחק. חסידי תולדות אברהם יצחק האבן זיך דעריבער פארזאמלט און אנגעהויבן מאכן א "מערכה" אויפן זעלבן פלאץ נאר עטליכע שעה פריער. דהיינו תולדות אהרן צינד פארנאכטס און זיי צינדן מיטאג צייט. אבער געהאלפן האט דאס א טויטע באנקעס, ווייל זיי זענען געבליבן מיט א קליינע ציבור און פארשטייט זיך אז די הכנסה איז געווען געגליכן צום ציבור המשתתפים.
ד. דערזענדיג אז דער ברייטער ציבור בעיקור די חוץ לארץ'דיגע וואס לאזן זיך קאסטן קומען הערשט אן אין די שפעטע נאכמיטאג שעות האבן זיי אויפגעגעבן די מערכה אויף דעם חצר אינטערן בנין און האבן מחליט געווען אז עס לוינט זיך אויפצוגעבן דאס פלאץ לטובת די פארנאכט שעות. די חסידים האבן טאקע אריינגעלייגט כוחות צו באקומען א פלאץ נישט ווייט פונם בנין, אינמיטן די בארג אראפ אפילו דאס פאלץ איז אסאך אסאך קלענער פארט לוינט זיך צו צינדן און טאנצן דארט.
ה. נאך איין יאר פראווען אויפן נייעם שטח האבן חסידי תולדות אברהם יצחק שוין איינגעזען אז זיי זענען אויף צרות. "או לי מיוצרי או לי מיצרי" אויפן זעלבן פאלץ ווי תולדות אהרן קענען זיי נישט פראווען ווייל דאן דארפן זיי פראווען אינמיטן טאג ווען די זין בראט אן רחמנות. אויפן נייעם פלאץ קענען זיי אויך נישט פראווען ווייל די "ספיקערס" פון תולדות אהרן גרייכן ביז צו זיי און זייערע ספיקערס זענען הילפסלאוז...
ו. במשך די יארן איז אנגעגאנגען א ביטערע מערכה צווישן די צוויי חסידות'ן, חסידות תולדות אברהם יצחק האבן נישט אויסגעלאזט קיין שום שריט וואס קען שאדן מאכן פאר תולדות אהרן... דאס מערסטע באקאנט איז די מערכה אויף די "בעלות" אויפן קבר הרשב"י ווי חסידי תולדות אברהם יצחק האבן ארויסגעלאזט האלבעטע מיט גאנצע שקרים כאילו חסידי תולדות אהרן ארבטען האנט ביי האנט צו ברענגען הפקירות און פריצות צום מקום הקדוש. מיט דעם האבן זיי געהאפט צו שיסן ציי הויזלען. איינס, זיי באשמוצן תולדות אהרן. צוויי, זיי זענען זיך נוקם אין די "הנהלת קבר הרשב"י" פארן געבן גערעכט פאר חסידי תולדות אהרן און אפהלאטן דאס פלאץ פון ווערט געניצן פאר קהלת אברהם יצחק...
ז. דאס יאר האבן שוין חסידי תולדות אברהם יצחק אנערקענט אז תולדות אהרן בלייבט מיט די חזקה אויפן פלאץ און די מערכה איז גענצליך פארלוירן האבן זיי זיך דערטראכט צו א פרישע מהלך... גם לי גם לך לא יהיה! זיי וועלן אנארבעטן ביי די רבנים אז "כהנים" זאלן נישט טארן ארויפגיין אויפן גאנצן בארג און דערמיט וועלן זיי זיך טאקע שיסן אין די פיס אבער "מיר האבן דאך סיי ווי פארלוירן" יעצט וועלן זיי אויך פארלירן...
ח. דער ערשטער אוסר איז ר' משה א זין פון ר' מאיר בראנדסדארפער. ער שטייט אויף א פאזיציע ווי ער קען מיט א קליינע שפרינג ווערן "מעכטיג". דהיינו: ר' מאיר וועלכער האט געדינט אלס חבר הבד"ץ העדה און אלס רב דקהל תולדות אברהם יצחק האט נישט איבערגעלאזט א פארטרעטער, כלומר, תולדות אברהם יצחק האט נאך עד היום נישט אויפגענומען א "רב הקהלה" נאך ר' מאיר ז"ל.
ט. לעת עתה איז תולדות אברהם יצחק נישט אפיציעל פארטרעטן מיט א "חבר הבד"ץ" במקום ר' מאיר ז"ל.
י. דער ר' משה דער אוסר דארף זיין א מלאך אלוקי נישט ארויסצוגעבן פסקים לטובת קהלת תולדות אברהם יצחק אין דעם מצב, דהיינו אויב וועט ער זיך צושטעלן צום פארטיי 100% האט ער גוטע שאנסן צו ווערן די "רב הקהלה" און דערנאך אויך א "חבר הבד"ץ" מטעם די קהלה.
נעמענדיג אין באטראכט אלע פאקטן איז שוין אסאך גרינגער צו פארשטיין די אומפארשטענדליכע שריט פון ר' משה מיטן אסר'ן.
תוקן על ידי נפל ב- 25/04/2010 22:07:12