דער לעצטער מיטוואך איז דער שר החוץ פון תולדות אהרן משה יוסל צימעט וואס וויילט און ניו יארק, געווען ביי הגאון ר' יחזקאל ראטה גאב"ד קארלוסבורג, און אים געבעטן א היתר פאר כהנים ארויף צו גיין צו הר מירון, און נאכן דורך גיין דעם צד האיסור און צד ההיתר, איז ער ארויס געקומען אז ביזדערווייל זאלן זיך כהנים מונע זיין פון ארויף גיין דעם בארג מירון
און אזוי האט ער גפסק'נט פאר אלע כהנים וואס זענען אים געקומען פרעגן אויב מע מעג ארויף גיין אז ביזדערווייל זאל מען נישט גיין
אזוי אויך ווארטן מיר אויף א בריוו להיתר פון די עדה החרדית און נישט פון עפעס א מו"ץ ר' יצחק ראזענבלאט פון ברעסלב וואס מיז אינמיטן בריוו שרייבן אז ער האט דאס דורך געטון מיט א ברודער פון ר' משה בראנסדופער ווי מען זאגט אויפן גנב'ס קאפ ברענט די היטל און ער פארשטייט אז מיט די נהגו להיתר קען מען נישט מתיר זיין כהנים פון עובר זיין א לאו דאורייתא ווייל נהגו און טאמער יא קען מען אויך גראבען און אשקלון ווייל נהגו, און דאס באצאלן פאר הייד פארק שרייבר צו מאכן דעם אנשטעל ווי זיי געפעלט, אזוי אויך ר' מאיר שטערן זאל פרעגן דעם וויזניצער רבי וואס ער האלט ווייל און וויזניץ איז מען קיינמאל א כהן נישט געגאנגען צום ציון