היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » אידישע געדאנק » ר' אהרן ווערט מכובד מיט סידור קידושין אין קרית יואל נייע זאל...

ר' אהרן ווערט מכובד מיט סידור קידושין אין קרית יואל נייע זאל...

34 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2780831

חיים_מענדל » 23/4/2010 03:39

ר' אהרן ווערט מכובד מיט סידור קידושין אין קרית יואל נייע זאל!
א חשובער מחותן אין קרית יואל איז נעכטן ארויף צו ר' געציל שליט"א דומ"ץ קיט"ל דקר"י און מכבד געווען מיט סידור קידושין ביי זיין'ס א קינדס חתונה וואס גייט אי"ה פארקומען בשעטומ"צ אין אולם עטרת מאיר צבי, דער חשוב'ער דיין שליט''א האט עס אנגענומען, ס'דא א גירסא אז ער האט עס נישט אנגענומען אדער נאכנישט געענפערט, כ'נעם נישט קיין שטעלונג, אבער לכאורה אלץ דומ''ץ אין שטאט גלייב איך אז ער וועט נישט אפזאגן די תושבים וואס ווילן אים מכבד זיין
 


תוקן על ידי המהדרין ב- 23/04/2010 07:48:37

גערעכטער1 » 23/4/2010 04:48

רבי געציל איז נישט דער מרא דאתרא און ער קען נישט אנעמען קיין סידור קידושין, ער גייט נאר געווענדליך בשליחות רבינו שליט''א.

שלמה_יאנקל » 23/4/2010 04:48

איך גלייב נישט אז דאס איז אמת ווייל ער וועט גלייך פארלירן זיין פאסטן מיט דיקע קייטלעך אויף זיין זיץ.

גערעכטער1 » 23/4/2010 04:54

אינטרעסאנט אז גיין מספיד זיין רעב אברהם לייטנער ביי סאסמאן האט עם נישט פארשאפט קייטלעך אויף זיין זיץ, און ער האט נאך אלץ זיין פאסטן אלץ דיין.

ארגינעלער1 » 23/4/2010 06:16

א געוואלדיגער היכא תמצא
א געוואלדיגער היכא תמצא
ווי קען זיין אז דער שליח קען מער טון ווי דער משלח אליינס?
מיר האבן דאך דעם כלל אז שליח של אדם כמותו, און נאך מער אוודאי נישט?
דא זעט מען בפירוש אז ער איז טאקע אויסדריקלעך נישט רא"טס שליח
ווייל רא"ט וואלט מען קיינמאל נישט מכבד געווען
און אוודאי אויך ניטאמאל צו געלאזט מסדר קדושין זיין און די בני יואל זאל
 (אזוי ווי זיי די ארוינים האבן נישט ציגילאסט שארמאשער טשאטער רב וכדו')

נאר אויב דער דיין יא און רא"ט נישט איז עס "כמתו" ווי זיין טויט ל"ע

חיים_מענדל » 23/4/2010 06:35

ער האט מכבד געווען דעם דיין, און אמת דער דיין דארף טאקע גיין בעטן רשות פון זיין מרא דאתרא צו ער מעג אדער נישט, ס'נישט קיין סתירה, דערווייל איז ער אבער מכובד געווארן

לאפלאש » 23/4/2010 16:24

אהרונים מעלדן מיט פאטאס:
 
ר' ארי' לייב מאיער פון קרית יואל (פון מאיער'ס לעיק) וועלכע מאכט חתונה נאך שבועות, און ער וויל מאכן די חתונה אין די וואודבערי זאל, און די מחותן האט בשו"א נישט געוואלט צולאזן אז זיין קינד זאל האבן א פסולע חתונה, האט מאיער געזאגט אז ר' געציל איז דאך דיין אין שטאט, און אים איז ער גרייט מכבד צו זיין.
 
די מחותן איז אריבער צום דיין ר' געציל און איבערגעגעבן די כיבוד, האט ר' געציל געענטפערט אז סידור קידושין גיהער צום מרא דאתרא וואס דאס איז רבינו שליט"א, און נאר אויב די רבי קען נישט גיין איז ער אים מכבד.
 
האט דער מחותן אנגערופן אין שטוב פון רבינו שליט"א און געפרעגט חיים שלמה פישער צו ער קען מכבד זיין דעם רבי'ן מיט סידור קידושין אין די וואודבערי זאל, האט רח"ש געזאגט אז ער וועט איבערגעבן פארן רבי'ן און ער וועט צוריקרופן. צו זייער שאק האט רח"ש שפעטער צוריקגערופן, אז די רבי נעמט אן די סידור קידושין.
 
***
 
מיר מוזן דער מאיער געבן קרעדיט, דער האט ר' אהרן פיין געשטעלט אין פלאץ...
 
פון איין זייט חלש'ט ר' אהרן צו ווייזן פאר די גאנצע וועלט אז ער איז דער אויסשליסליכער מסדר קידושין אין מאנרא והגלילות, און איינער וואס נעמט אים נישט קען ח"ו גלייך נענש ווערן בידי אדם.
 
פון די אנדערע זייט האט ער דאך א פראבלעם אריינצוגיין אין דעם בנין פון בני יואל, וואס זיין טאטע דער רבי דער ברך משה ז"ל האט גע'אסר'ט דריסת הרגל אהין.
 
ווידעראום פון די דריטע זייט דארף ער דאך אריינגיין אין דעם זאל וואס איז אויפגעשטעלט געווארן דורך זיינע בלוט שונאים, די בני יואל, און פון דארט ווערט געפירט זייער שטערקסטע מערכה מיט ר' אהרן, בנוגע סידור קידושין.
 
סיי וויאזוי ר' אהרן וועט דא עקטן גייט ער ארויס וידו על התחתונה, עס בלייבט נאר איבער צו זעהן צו ער וועט טאקע טוהן אזוי ווי מיר זאגן פאר, און אהינטאנצן אננעמען די סידור קידושין, כדי די גאנצע וועלט זאל זעהן אז ער איז טאקע יא מרא דאתרא...

nys10952 » 23/4/2010 17:15

איך פארשטיי נישט וואס דא גייט פאר די מהר"א זייט האט דאך געהאט שטארקע טענות (אפשר מיט אביסל רעכט אפי') היתכן מהרז"ל גייט צי בני יואל וואס ווי נישט ווי האט עס זיין טאטע ז"ל נישט געשמעקט (הגם מהרז"ל איז נישט געווען אין בילדינג לויט מיין אינפארמעשן) אבער מהר"א איז שווער די זעלבע קשיא אין נאך שווערער ווייל מהרז"ל האלט אז סאיז נישט געווען זיין טאטע'ס מיינונג עכט נאר סאיז געקימען פין מהר"א זייט אבער מהר"א האלט דאך יא אז זיין טאטע האט עס שארף געאסר'ט נא איז עס נישט צים פארשטיין אין אפי' ער זאל נישט גיין אליין נאר שיקן א שליח איז אויך שווער ווי מעג מען מהר"א'ס זייט אליין האט דעס געטאנעט די לעצטע וואכן אין חדשים

גערעכטער1 » 23/4/2010 17:32

קיינער האט נישט קיין טענות אז ר זלמן גייט צו בני יואל, די טענות איז אז ער איז מסדר קידושין בלי רשות המרא דאתרא, די טענות וואס איך האב יא געהערט אויף עם אז ער טאנצט מיט יאשקע מסור וואס האט נאכגעשריגן פאר זיין טאטע כומעני, על כל פנים כמה גדולים דברי חכמינו ז''ל, ווען זיי האבן באשלאסן אז א חופה דארף זיין תחת כיפת השמים, אונזער חז''ל האבן פאראויס געזען אז ס'וועט קומען א צייט ווען א בני המנ'יק וועט מכבד זיין דער רבי'ן מיט סידור קידושין ווייל ער וויל נישט האבן קיין אייניקלעך ממזרים, און אויב וואלט די חופה געווען בתוך הבית וואלט דאך געווען א פראבלעם פון אריין גיין אין א געאסרטן מוסד, און טאקע דריבער האט חז''ל מתקן געווען אזא חופה זאל זיין אינדרויסן תחת כיפת השמים, און פטור פון א פראבלעם, 
יא, אוודאי, ידם על התחתונה, דער שארמאשער וועט שפייען בלוט ווען מען וועט אויסרופן אז כ''ק אדמו''ר מהר''א שליט''א דער מרא דאתרא איז מכובד מיט סידור קידושין און ער איז מכבד הרב הצדיק רבי מענדל גאלד שליט''א אלץ שליחו של אדם כמותו...,  איך האף נאר אז זיי וועלן אנגרייטן אפאר הצלה אמבולאנסן פאר די בני המן וואס וועלן חלש'ן.

דער_אקס » 23/4/2010 17:50

סאיז געוואלדיג צי זעען ווי די ארונים טוישן שוין זייער ניגון וואס זיי זינגען שוין די לעצטע חדשים אויפן רבי'ן זיי לייקענען שוין סאיז געוואלדיג

סקאטמאלען » 23/4/2010 18:07

ס'א פשטות אז כדי צו מנוע זיין א מכשול דורות פון עניני קידושין וכדומה, מוז מען פארקוקן אויף אזעלעכע סארט איסורים, ס'ברויך מיטאמאל הסברים,


איך האלט אבער אז סוכ"ס וועט דער מחותן דידן חוזר זיין פון די איינלאדענונג, און מכבד זיין איינע פון די עקסטרעמע בני יואל זאלויניס, ס'לייגט זיך פשוט נישט אויפן שכל אז א בני יואל זאל און זייער אייגן זאל, נאכן באקומען התירים  פון שארמאשער און די זאלויני דיינים פארט חושש זיין פאר ר' געציל'ס איסור, און רופן אן ארכי שונא צו מסדר קידושין זיין, דאס איז דאך דער גרעסטער געווינס ער קען געבן פאר ר' אהרן'ען, חוץ טאמער איך זאל זאגן אז די קונטרסים האבן אפשר יא אויפגעטאן אפי' פאר די בני יואל? שווער צו גלייבן,

הערטס_צו » 23/4/2010 18:32

איך ווייס נישט צו למעשה וועט דער מחותן דארט חתונה מאכן, איין זאך איז זיכער:
דא זענען די נישט געזונטע די זעלבע געווינערס ווי ביי ראוז פלאזא...

חיים_מענדל » 23/4/2010 21:27

סקאטמאלן שרייבט,

ס'א פשטות אז כדי צו מנוע זיין א מכשול דורות פון עניני קידושין וכדומה, מוז מען פארקוקן אויף אזעלעכע סארט איסורים, ס'ברויך מיטאמאל הסברים,

איך האלט אבער אז סוכ"ס וועט דער מחותן דידן חוזר זיין פון די איינלאדענונג, און מכבד זיין איינע פון די עקסטרעמע בני יואל זאלויניס, ס'לייגט זיך פשוט נישט אויפן שכל אז א בני יואל זאל און זייער אייגן זאל, נאכן באקומען התירים  פון שארמאשער און די זאלויני דיינים פארט חושש זיין פאר ר' געציל'ס איסור, און רופן אן ארכי שונא צו מסדר קידושין זיין, דאס איז דאך דער גרעסטער געווינס ער קען געבן פאר ר' אהרן'ען, חוץ טאמער איך זאל זאגן אז די קונטרסים האבן אפשר יא אויפגעטאן אפי' פאר די בני יואל? שווער צו גלייבן,
 ***

איך האלט אבער אז סוכ"ס אויב מיינט עטץ טאקע ערנסט הלכה אן קיין פאליטיק, וועט ר' אהרן קומען מסדר קידושין זיין!




 


תוקן על ידי חיים_מענדל ב- 23/04/2010 21:35:17

כלהנערים » 23/4/2010 22:14

גערעכטער1 כתב:[בילד – נישט אפגעהיט]
קיינער האט נישט קיין טענות אז ר זלמן גייט צו בני יואל, די טענות איז אז ער איז מסדר קידושין בלי רשות המרא דאתרא, די טענות וואס איך האב יא געהערט אויף עם אז ער טאנצט מיט יאשקע מסור וואס האט נאכגעשריגן פאר זיין טאטע כומעני, על כל פנים כמה גדולים דברי חכמינו ז''ל, ווען זיי האבן באשלאסן אז א חופה דארף זיין תחת כיפת השמים, אונזער חז''ל האבן פאראויס געזען אז ס'וועט קומען א צייט ווען א בני המנ'יק וועט מכבד זיין דער רבי'ן מיט סידור קידושין ווייל ער וויל נישט האבן קיין אייניקלעך ממזרים, און אויב וואלט די חופה געווען בתוך הבית וואלט דאך געווען א פראבלעם פון אריין גיין אין א געאסרטן מוסד, און טאקע דריבער האט חז''ל מתקן געווען אזא חופה זאל זיין אינדרויסן תחת כיפת השמים, און פטור פון א פראבלעם, 
יא, אוודאי, ידם על התחתונה, דער שארמאשער וועט שפייען בלוט ווען מען וועט אויסרופן אז כ''ק אדמו''ר מהר''א שליט''א דער מרא דאתרא איז מכובד מיט סידור קידושין און ער איז מכבד הרב הצדיק רבי מענדל גאלד שליט''א אלץ שליחו של אדם כמותו...,  איך האף נאר אז זיי וועלן אנגרייטן אפאר הצלה אמבולאנסן פאר די בני המן וואס וועלן חלש'ן.

 
אויב ווילט עטץ גיין קריאוז, דאן שרייטס נישט פסולע קידושין, מ'האט געבעטן הגה"צ ר' געציל שליט"א, זאל ר' אהרן געבן רשות אדער קומען אליינס, סתם נעמן אנדערע שליחים אלץ שלוחו של אדם כמותו, פאר דעם דארף מען א מרא דאתרא? אויף דעם האט דער ר"ת געמאכט דעם חרם? אז דער פרה דאתרא זאל זיצן אויפן פאטעל אין שיקן שליחים..?

און איין ווארט, עטס מיינטס נישט, נישט די תורה נישט חרם ר"ת, איין זאך, "להגדיל שמו" פארטיי באוצטליתא דרבנן!

און דעס זאל די וועלט זעהן, ווער עטץ זענטס און וואס ס'ליגט ביהיינד די גאנצע טומלערייען.

אגוטןטאג » 23/4/2010 23:08

ווי ווייט איך האב נאכגעטשעקט האבן די בני יואל קיינמאל נישט גע'אסר'ט דריסת הרגל פאר ר' אהרן אין זייערע מוסדות.
אבער עס וועט זיין זייער קאמיש מיטצוהאלטן וויאזוי ר' אהרן וועט מסדר קידושין זיין ביי א בני יואל חתונה אויב עס וועט קומען דערצו.
איך בין נישט קיין בני יואל, אבער איך האלט אז זיי דארפן זיך נישט אריינמישן ווער עס איז מסדר קידושין אין זייער האלל, אויב איינער וויל רופן ר' אהרן דארפן זיי לאזן!

איין זאך יא, ווער עס רופט ר' אהרן פאר מסדר קידושין וועט נישט האבן די זכיה צו פארשריבן ווערן אינעם פנקס.

מצד השני איז עס א גוטע געלעגענהייט פאר די אהרונים אראפצוקריכן פון די נארישע טעמע, מען וועט עס מאכן פאר א זיג אז אפילו די בני יואל דערשרעקן זיך שוין פון ר' אהרן און אויפהערן רעדן פון די טעמע.

סאטמארפלעק » 23/4/2010 23:30

אין נאמען פון גערעכטער1: האסטו יעצט געזאגט איז די ביזט נישט קיין בני יואל??? וואס איז דאס מיט בני יואל'ער, וואס שעמען זיי זיך אזוי מיט זיך אליינס, די אהרונים מיט די גרעסטע נארישקייט פון זייער רבי'ן וועלן זיי שטאלצערהייט זאגן מיר זענען אהרונים! 

וואלןסח » 24/4/2010 00:41

לידיעה בעלמא

1) ס'איז קיינמאל קיין רעדע געווען אז רבינו מהר"א אדער דער דיין שליט"א זאלן נישט אננעמען קיין סידור קידושין אין די זאלן פון וואדבערי, פארקערט מען דארף זיין נאריש אזוי צו זאגן, ווייל דאן האט מען דעם שטערקסטן תירוץ, איך וויל דא חתונה מאכן קענסט אהער קומען מסדר קידושין זיין, ווילסט נישט וואס האסטו טענות.

2) רבינו מהר"א קומט שוין די לעצטע פינף יאר נישט אריין אין די חתונה זאלן, ער קומט נאר תיכף צו די חופה, און דער דיין אדער איינער פון די מורי הוראה וואס זעען ביי די חתונה טוען אלעס וואס מען דארף צו טון אין זאל.

 

למעשה צו דער רבי וועט טאקע גיין מסדר קידושין זיין צו נישט איז נישט רעלעווענט, אבער לענ"ד האט ער מיט דעם אויך נישט קיין פראבלעם, ווייל עכ"פ מיט אזא מחותן ווי מייער און זיין משפחה האט ער שוין געהאט גענוג חתונות בדומה לו אין פאראדייס, ממילא ער האט שוין מסדר קידושין געווען גענוג מאל אונטער אזא אטמאספער פון די סארט מענטשן, דער גאנצער חילוק איז דער בנין דערנעבן, נו ער האט שוין געשלינגען גרעסערע נאדלען ווי דעם, ער איז אימיונט דערצו, מען וועט מכבד זיין דעם שארמאשער מיט כתובה ליינען, ער וועט עס אויך פארנעמען, ער איז שוין גענוג מאל געווען מיט אזעלכע כיבודים צוזאמען אפילו אין די לעצטע צען יאר.

 

די איינציגע שאלה איז נאר ווי סקאטמאלען זאגט, אבער לא מטעמי'

גייען די עקסטרעמע בני יואל דאס צולאזן אז עמי בבית זאל מסדר קידושין זיין א ציוני/נעלאגן ראביי/מאכיל נבילות וטריפות/חמץ בפסח/הולך לערכאות/הולך לבג"ץ/ (ווער ס'האט נאך זאל צולייגן...)????

יוסףמאיר » 24/4/2010 01:35

שרייבסט
ער איז מכבד הרב הצדיק רבי מענדל גאלד שליט''א אלץ שליחו של אדם כמותו...,

לדעתי וועט ער4מכבד זיין הרב הצדיק רבי יאסי בראך שליט"א פאר שליח של אדם כמותו

אגוטןטאג » 24/4/2010 01:39

אלעס איז נאר מכוח שליחות, 

ר' אהרן'ס מרא דאתרא'שאפט אין קרית יואל איז אויך נאר מכח א שליחות פון ברך משה רבי'ן זי"ע


moishe12 » 25/4/2010 05:51

דער גאנצער ארטיקעל דא האסטי חיים מענדל ענדערש גאדארפט אויסלאזען מיט אזא שפריך ווארט
דאמירן בעלמא ואימרו אמן
ווייל ווי עס זעט אויס זאגט דער גאנצער עולם נאך בכל כוחו ובכל כונתו.   
נישט אז איינעם גייט אן אז רא"ט וואלט ווען געווען מסדר קידושין
אדרבה ר' יחזקאל בראך וואס האט מנדב געווען דעם זאל האט זיך אויסגענימען אז יעדער איינער אן א אויסנאם מעג דארטען זיין סידור קידושין אין קיינער טאר נישט אפהאלטען קיינעם פין דאס טין
אבער דאס איז אמאל זיכער
אז קיינער וואס מאכט דארטען א חתונה וועט ריפען רא"ט אהין
אפשר ר ' געציל יא אבער מיט דעם בין איך אויך נישט אזוי זיכער
אין קיינער ווערט נישט דערשראקען פין אלע פאשקעווילען וואס די מחררי ריב האבען ארים געשיקט אין יעדער לאכט זיך אויס דערפין. 
נאר וואס דען עס וואלט ווען געקענט זיין דארטען אסאך מער חתנות ווי די 16 וואס זענען שוין געבאקט יעצט ביז קימענדיגען חודש אלול
נאר אפאר האבען נאך מורא אז מען וועט זיי פעינטען די קארס אין מען וועט זיי טערעזירען
דאס איז א ציריק האלט פאר א שיינע פאר יודען וואס וועט זיך אויך ענדיגען בקרוב ווען די אנדערע זאל פין קהל יטב לב וועט פאר ענדיגט ווערען אי"ה
אין דאס אלעס איז געזאגט געווארען טאקע פאר די יודען וואס האבען קיינמאל נישט געהאלטען די קינדער אין בני יואל קיינמאל
אבער פאר די יודעלעך וואס האבען יא געשיקט לערנען זייערע קינדער אין בני יואל וועט קיינער נישט ווערען דערשראקען פין די רשעים אפילו מיט טעראר אין געפעינטע קארס אין אסאך ערגערע פין דעם
אין טאקע דער זאל איז געמאכט נאר פאר זיי
די אנדערע זענען נאר בענעפיטס

בכורשוטה » 25/4/2010 20:39

איז די מעשה אמת? ווען קומט פאר די חתונה?

סאטמארפלעק » 25/4/2010 20:52

חתונה קומט פאר אין פיר וואכן, די מעשה האלט אז ר' געציל האט עס איבערגעגעבן פאר פישר, און פישער האט געלאזט מעלדן פאר מייער אז "אלעס איז מסודר" וואס דאס מיינט גיי ברעך דיך קאפ, ס'קען מיינען אז ר' אהרן קומט, ס'קען מיינען אז ר' געציל קומט. 

סאטמארפלעק » 25/4/2010 21:18

די סיבה פארוואס מייער האט מכבד ר' געציל איז ווייל די מחותנ'ס שווער איז מרגליות פון וויען איז אן אהרוני, ער האט נישט געוואלט קומען, האן מען פארגלייגט א פשרה, מען וועט מאכן די חתונה אין בני יואל, און איינליידענען ר' געציל אלץ מסדר קידושין.

למעשה איז דא צוויי סברות וואס מען זאל טוען.
א) דא זענען דא משפחות וואס האבן געליטן אויסגעוויינליכע רדיפות פון דעם ר' אהרנ'ען וקהלתו, מען דארף זיך רעכענען מיט זיי, ממילא, זאל בני יואל שיקן א בריוו צו דעם ר' אהר'נען, אז אויב ער וויל קומען מיז ער אפרופען די טעראר אקציעס אויף אנדערע משפחות וואס זענען אים נישט מכבד.
ב) מען זאל אים יא לאזן קומען, ווייל דורך דעם וועט די גאנצע טעראר מערכה צובלאזן ווערן, ס'וועט זייער שווער זיין פאר די טעראר גרופע צו האלטן קאנטראל ווער ס'האט געפרעגט רשות און ווער נישט, בכלל ווערן די מוסדות בני יואל (וואס צו זיי געהערט די חתונה זאל) פסיכלאגיש לעגיטימירט דורך ר' אהרן'ען אויב קומט ער אהין. אנדערע אהרונים וואס זענען נישט אזוי עקסטרעם וועלן זיך קענען דורך דעם מתיר זיין קומען אויף אנדערע חתונות קיין בני יואל. אדער גאר מאכן חתונה דארט (מיט רשות) סך הכל קען עס לייכטער מאכן פאר די קומענדיגע חתונות (כ'רעדט שוין נישט פון דעם אז דאס וועט ווערן א ריכטיגער קאמפעטישן פאר פעראדייס), ממילא אפשר דארף מען זיך רעכענען מיט די קומענדיגע חתונות פונקט אזוי ווי מען דארף זיך רעכענען מיט די געוועזענע חתונות.

הנהלת בני יואל האט שוין א היסטאריע פון האנדלען מיט אזאלכע סיטואציעס מיט א דעת תורה, מתינות און חכמה, און איך כ'פארלאז מיך אז דאס וועלן זיי יעצט אויך טוען. 

בלייבט אונז נאר צו קוקען אויף די די אהרונים וואס האבן א היסטאריע פון זיך אליינס באגראבן, ווי אזוי זיי וועלן אויספיען זיך צו באגראבן ביי דעם געלעגנהייט אויך.

סאטמארפלעק » 25/4/2010 21:22

ס'קען גאר זיין אז דעת תורה זאגט אז מען טאר בכלל נישט ארויף לאזן אזא חוטא ומחטא את הרבים אפילו אויב ער נעמט זיך פאר אויפצוהערן די רדיפות אויף ערליכע אידן, דאס באלאנגט שוין פאר רבנים צו פסק'נען. כ'גלייב אבער שווער אז דאס איז די מציאות, ווייל אויב אזוי ווי אזוי קענען בני יואל אידן מאכן חתונה דא אין פרדס ווען ער קומט מסדר קידושין זיין? וואס מאכט אויס אויב ער קומט צו בני יואל אדער א בני יואל גייט צו אים?

וואלןמה » 25/4/2010 21:29

סח שרייבט,

די איינציגע שאלה איז נאר ווי סקאטמאלען זאגט, אבער לא מטעמי' גייען די עקסטרעמע בני יואל דאס צולאזן אז עמי בבית זאל מסדר קידושין זיין א ציוני/נעלאגן ראביי/מאכיל נבילות וטריפות/חמץ בפסח/הולך לערכאות/הולך לבג"ץ/ (ווער ס'האט נאך זאל צולייגן...)????

חמץדיגע קאקאו/חמץדיגע ווייץ/פסולע חלף/פסולע מקוה/מוסרים/ממזרים/באגאץ/

גענוג?

נפל » 25/4/2010 22:24

אין מיינע אויגן איז דאס א מעכטיגער פראסק פאר ר' אהרן. אפזאגן קען ער נישט ווייל דאן כשרט ער אלע סידור קידושין'ס אין יענעם זאל. אויב נעמט ער יא אן וועט ער צומישן זיין אייגענע עולם.

דערווייל זע איך אז זיי האלטן זיך ביים לעבן מיטן הייסן זייערע קעלבער אינטערשרייבן א כתב התחייבות אז זיי וועלן זיך נישט משתתף זיין ביי א שמחה אין יענעם זאל...

סאטמארפלעק » 25/4/2010 22:45


פאר דער וואס וויל זיך איבערצייגן אז די חזקת "מלתא דעבידי לגלויי" איז נישט געזאגט געווארן אויף אהרונישע סעקטע. דא האט איר ווי אזוי דער פייפער ברענגט נאך מיינע ווערטער, אינטערעסאנט אז אפילו די קאפי-פעיסט און זיין קאמפיוטער איז שוין פראגראמירט צו פארדרייען.....

[בילד – נישט אפגעהיט]

גערעכטער1 » 26/4/2010 01:16

איי איז רבי אהרן אין א גרעיט פאזישאן, אין אמעריקע הייסט דאס א ווין ווין סיטועישאן, די בני יואלישלעך (שארמאש) האבן זיך געבראכן און געלאפן מכבד זיין דעם עכטן מרא דאתרא, און ער איז בכח מכבד צו זיין וועמען ער וויל, למשל ער קען שיקן הרב הצדיק רבי עמרם כהן שליט''א, און איר קענט נאר אדער עם לאזן מסדר קידושין זיין און ארויס געזינטע לוזערס, אדער עם פארשיקן מיט חרפות ובזיונות (וואס ער איז שוין געוואוינט דערצו און קען דאס פארנעמען), און ווייטער בלייבן מרבה ממזרים ביי כלל ישראל, לוזערס נומבער 2, כא כא כא.

אגב מער מענטשן וואס האבן געסקעזעלט חתונה צו מאכן אין ענקער זאל האבן שוין געקענסלט (עטליסט 6, וואס איך ווייס), ווי מענטשן וואס האבן יא דארט חתונה געמאכט (3). דער איסור השתתפות ביי ענקערע פסולע חתונות האט געמאכט א געוואלדיגן אפקלאנג ביי ענק.

פארשטייצעך » 26/4/2010 01:44

וואס מיר קוקט אויס וועט ביז א קורצע צייט זיין געהעריג חתונות אין בני יואל, און ויואל משה, אבער די אהרונים וועלן "סאם האוי" ערקלערן געווינס, אז ממש ממש דאס האבן זיי געוואלט.

kj1234 » 26/4/2010 01:53

שוין מרעדט שוין ווייטער די נארישקייטן פין ממזירים זרג נאר ווער האט דעס געזאגט ר' געציל ווער איך האב נאך נישט געזען קיינער זאל אזוי שריייבן בייי דע נושא

סאטמארפלעק » 26/4/2010 02:35

רבוש"ע! ווער נעמט זיך די מי צו ענטפערן דעם אלץ-גערעכטער. ס'איז שוין צייט מיר זאלן זיך אויסלערנען צו ענטפערן פאר די אהרונים סעקטע: האלטס ענק מיט ענקערע געווינסן, און ווען עטץ וועקטס ענק אויף פון חלום..."וועלקאם צו אונזערע מוסדות"

כלהנערים » 26/4/2010 05:56

א ארוני זאגט מיר היינט אז זיי האלטן שוין ביי 4 טויזענט חתימות וואס גייען נישט אנטיילנעמן ביי די טרייפענע חתונות, האב איך אים געענפערט, 8 טויזענט חתימות איז נישט דוחה איין חתימה פון די קול קורא, פון די סאטמארע דיינים וואס זענען נתנמה געווארן דורך רבינו הקוה"ט זי"ע מייסד הקהילה והקריה,

אבער אויב זענען זיי זיך מחזק מיט חתימות זאלן זיי יעדע חתמנען, וד' ישלח להם מהרה רפואת הנפש בקרוב שאר חולי ישראל 





 

moishe12 » 26/4/2010 16:37

וואס איך פארשטיי באמת נישט איז
ווען איז דאס יא קימען געווארען מותר בכלל האבען מי פארגעסען ווען פאר צען יאר ציריק פאר ר' זלמן לייב איז געווארען רב זענען די אקסען קיינמאל נישט געקימען
אין יעדער האט זיך אויסגעלאכט פין זיי
איך דערמאן זיך מיינס א פעטער איז נישט געקימען צי מיין ברידערס בר מצוה ווייל עס איז געווען אין איינע פין די בתי מדרשים פין בני יואל
זאגט ער פאר מיין טאטע אז ער קען נישט קימען אבער ער קימט צי אינזער הויז אנשטאט די בר מצוה
ווייל ער וויל ווייזען פאר אינזער משפחה אז נאר יענע שול איז דער פראבלעם אבער אינזער הויז מעג מען זיכער גיין אין אויך ברענגט ער מיט זיינע קינדער צי אינז אהיים זיי וועלין האבען א אייגענע פארברענג עקסטער לכבוד די בר מצוה
 האט אים מיין טאטע געזאגט
ער זאל ענדערש בלייבען אין דער היים ווייל אויב די שול ווי אינז דאווענען איז נישט כשר דעמאלטס איז אינזער הויז אנגעשטעקט מיט די זעלבע טומאה
אין ענדערש זאל ער פילען שלעכט אז ער איז בכלל נישט געקימען ווי איידער ער זאל קימען צי אינז אהיים אין ער זאל זיך גיט פילען אז יא ער האט יוצא געווען מיט קימען אין מיין טאטע זאל שלעכט פילען אז נעבעך ער דארף אליינס זיצען
דאס וואס עס איז מיר שווער יעצט
 ווען איז געווארען מותר אנציפאנגען נאכאמאל צי קימען דער דעמאלסדיגע איסור האט מען דאך קיינמאל נישט מתיר געווען ו
ואס איז דער נערישער אינטערשריפט יעצט
אין פארוואס ווען מיין טאטע גייט מאכען א שימחה אין וויליאמסבורג ווייל די כלה איז פין דארטען מעגען די שוטים יא קימען
אפשר זאלען זיי דאס אויך ענדיגען איינמאל פאר אלעמאל אין זאלען זיי זיך גיין לחיים ולשלום
 איך אלס בני יואל בין זייער פיין אנגעקימען ביז אהער ווען מיינע אייגענע פעטערס זענען נישט אנגעקימען צי מיין אייגענע חתונה ווייל איך האב געלערענט אין בני יואל
אין ניטאמאל איז עס מיר אדער מיינע עלטערען אנגעגאנגען איך האב געטין מיינס אין אים געריפען אז ער איז א אקס אין ער קימט נישט זאל ער גיין צי זיין רבין וואס אינטרעסירט דאס אינז

moishe12 » 28/4/2010 03:11

איך האב מיך אביסעלע נאך געפרעגט איבער די מעשה
ווער איך געוואר אז דאס איז א געשמאקע פאבריקאציע טאקע פין נישט קיין אנדערע נאר פינעם כת השקרנים העולמי
ער האט קיינמאל נישט מכבד געווען דעם טייטעלביום צי קימען
בסך הכול האט ער געריפען בערקאוויטש אין געזאגט אז ער גייט דארטען מאכען זיין קינדס חתונה
אין ער וואלט געוואלט בעטען אז ער זאל ערלעדיגען מען זאל עם נישט טערעזירען
 אין ער איז אפילו גרייט צי נעמען עם דעם בערקוויטש פאר מסדר קידושין
האט עם בערקאוויטש געזאגט אז ער וועט זען וואס ער קען טין
אבער למעשה האט פישער נאך דעם געריפען דעם מחותן
אז ער וועט אים שיקען איינעם זאל מסדר קידושין זיין
אין דארט ענדיגט זיך די מעשה
אבער ווי ווייט איך הער האט די הנהלת בני יואל אים געזאגט אז ער זאל גיין טרעפען א אנדערע זאל
אזוי וועט ער זיין פטור פין די גאנצע זאך אין ער וועט נישט דארפען אזוי דערשראקען זיין פין די טעראר