היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » כל העולם כולו » וויאזוי א קעסטענבוים זיג קוקט אויס.

וויאזוי א קעסטענבוים זיג קוקט אויס.

23 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2780712

גוטזאגער » 22/4/2010 20:14

לאכט א גוטס פון דעם אב"ד ור"מ דמשק האנג-קאנג אליעזר.



[בילד – נישט אפגעהיט]

[בילד – נישט אפגעהיט]
[בילד – נישט אפגעהיט]

שחמט » 22/4/2010 21:08

נעבעך, א ריזיגע שלעזינגער געווינס, דער נייער דיד איז נאר פראוויזאריש, דאס ליגט אין עסקרא ביים דזשאדזש, און נאכן אפיל ווערט דאס במילא בטל, אפשר זאגסטו פארוואס איז דער באנד נאר געווען 108 טויזענט דאלאר ווען די שלעזינגערס האבן פארלאנגט 1.5 מיליון דאלאר, דאס ווייזט קלאר אז דער דזשאדזש ווייסט אז ביים אפעלעט קארט גייט זיך דאס צוריק דרייען. 

רבי_יונה » 22/4/2010 21:17

ניטש צום גלייבען אזא פליק פאר קעסטענבוים.

קעסטענבוים וואס האט אמאל געפלאנט צו ווערן ראש הקהל אין סאטמאר, קעסטענבוים וואס האט אמאל איבער געדרייט א וועלט, געהאט אלע ריכטערס אין טאש.

אלעס האט זיך אויסגעלאזט מיט א זייפן בלאז.

ענדליך געווארן א רב מיט א שטענדער.

און אזא פליק, האלב ביהמ"ד שוין פארלוירען, און איצט ווארט מען איבער די אנדערע העלפט.

WOW!!!

גוטזאגער » 22/4/2010 21:20

אזוי קוקט אויס א קעסטענבוים געווינס.
שלעזינגער האט א DEED, און קעסטענבוים האט תירוצים והסברים לרחצה !


נפול = געווינען
תפול = הלוואי זאל ער שטענדיג אזוי געווינען

דוד46 » 22/4/2010 21:32

איך געדענק נאך ווען קהל יט לב ד'סאטמאר האט באקומען דעם דיעד אויף בית יואל תשנ"ד.

ווער האט דעם דיעד זייט תשנ"ו?

גוטזאגער » 22/4/2010 22:05

דוד,

דו האסט א מבהיל'דיגן זכרון, דו געדענקסט זאכן וועלכע האבן קיינמאל נישט פאסירט.

דער דיעל איז קיינמאל נישט געווארן איבערגעשריבן אויף סאטמאר'ס נאמען אין תשנ"ד

דוד46 » 22/4/2010 22:47

האסט אזא גוטן זכרון?

ווער האט בכלל דעמאלסט געהאט א ספק אז דאס איז עס?

קיינער האט נישט געחלומט אז נחמן בראך וועט ווערן באלעבאס אויפן הויז.

ווער געדענקט דען נישט יענעם טאג ווען עס איז ארויסגעקומען די פסק פון לאוער קאורט קעגן נחמן בראך?

און וויאזוי דער עולם האט געיובלט נאך די חנוכה ליכט פון רבינו הברך משה זצוק"ל ווען בערל פריעדמאן האט גענומען דעם מייק אין די האנט און זיך געלאזט הערן מיט זיינע פערל ווערטער...

שחמט » 22/4/2010 22:47

די שלעזינגערס האבן אזוי געווינען ווי די אהרונים האבן געווינען ראדני ביי ראזענוואסער, פאקט: די שלעזינגערס האבן דארט נישט קיין דריסת הרגל, דער דיד איז אין עסקרא ביים דזשאדזש זיי קענען זיך מיט דעם מקנח זיין, זיי האלטן זייער ווייט פון א געווינס.  

נסיעהסז » 22/4/2010 22:54

די חילוק פון דיר און זיי איז אז זיי זאגן נישט קיין עתידות וואס עס גייט זיין, זיי האבן שוין געוואנען עטליכע מאל און דער כולל האט עס נאר געשלעפט נאכאמאל און נאכאמאל.

שחמט » 22/4/2010 23:11

אבי דו פארשטייסט שוין אז ביז ס'איז נישט פארטיג קען מען נישט זאגן עתידות, היינט צוטאג קענען די שלעזינגערס גארנישט טין מיט זייער עסקרא דיד, זיי קענען דארט בכלל נישט אריין גיין,

נסיעהסז » 22/4/2010 23:19

די וואס די זאגסט עתידות וויל איך יעצט הערן, אויב גייען זיי יא אריין דאמאלטס מיינט עס אז די כולל איז שוין אינגאנצן פארלוירן?
זיי רעדן נישט, זיי טוען צו דער זאך און פון צייט צו צייט הערט מען אז זיי האבן געוואונען אדער פארלוירן.
דרך אגב, ביי די קעיס פון נחמן בראך פלעגט קעסטענבוים געבן קידוש יעדן מאנטיג און דאנערשטיג פאר פארשידענע איינגערעדטע געוואונסן

דוד46 » 22/4/2010 23:37

ביי די קעיס פון נחמן בראך האט למעשה הרב קעסטנבוים געווינען ביג טיים

אויב וואלט נחמן בראך נישט באצאלט וואלט ער פארלוירן דאס הויז (א זאך וואס הרב קעסטנבוים האט זיך נישט געוואונטשן)

אבראהאם » 23/4/2010 01:22

די קעסנטבוימ'ס קומען ארויס פין קארט
[בילד – נישט אפגעהיט]

אבראהאם » 23/4/2010 01:24

יואלי קעסנטבוים כאפט א בילד
[בילד – נישט אפגעהיט]

אבראהאם » 23/4/2010 01:25

א טענצל נאכן געווינס
[בילד – נישט אפגעהיט]

דוד46 » 23/4/2010 01:28

wow

די קאורט האט געמופט אויף יוז סטריט?...

ארגינעלער » 23/4/2010 03:29

איך געדענק נאך ווען די קעסנטבוימ'ס האבן פרובירט צי פארכאפן יוז זטריט.


תוקן על ידי ארגינעלער ב- 23/04/2010 03:29:51

מבני_בניו » 23/4/2010 04:48

קען איינער מסביר זיין וואס סגייט פאר פאר איינעם וואס האט נישט קיין אנונג וואס ענק שרייבען דא?

ארגינעלער » 23/4/2010 19:09

מען רעדט פינעם בעטלאהן ביהמ"ד וואס קעסנטבוים האט עס באקומען פין נפתלי שלעזינגער אן די צישטימנוג פין ר' יצחק'ס משפחה וואס ער איז געווען א שותף.

אין די ריכטער האט יעצט געהייסן איבער שרייבן 50 פראצענט פאר ר' יצחק'ס משפחה.

הערטס_צו » 23/4/2010 19:19

פארוואס גייט מען ניט אין דין תורה?!

ארגינעלער » 23/4/2010 19:20

קעסטנבוים זאגט !  יש דין בישראל ס'איז דא געריכט........

mechel19 » 23/4/2010 20:35

דאס איז נאר די התחלה, נפתלי שלעזינגער האט זיך צוטיילט מיט זיין ברודער ר' יצחק ז''ל מיט עטלעכע בנינים און בעטלאן האט ער געגעבן פאר ר' יצחק ז''ל דערנאך איז ער געגאנגען און פארקויפט דעם גאנצן בנין פאר לעיזער קעסטענבוים, משפחת שלעזינגער האט קודם (לויט די עיצה פון זייערע לויערס) געקלאגט לעיזער קעסטענבוים אז זיי זענען שותפים און אזוי ווי דאס ווערט פיינל ביים אפעלעט קארט גייען זיי ווייטער קלאגן פאר גאנצע בעלות אויף דעם בנין לויטן הסכם וואס זיי האבן בכתב פון נפתלי, און מיר וואונטשן לעיזער כאשר החילות לנפול לפניו לא תוכל לו כי נפול תינפול לפניו.

קריסטאל » 24/4/2010 01:05

דוד46 כתב:[בילד – נישט אפגעהיט]
wow

די קאורט האט געמופט אויף יוז סטריט?...


דוד'ל טייערע אז די ווייסט נישט רעדט נישט, דעס איז מאנרא סטריט ווי די אפעלט דיוויזשען איז.

תוקן על ידי קריסטאל ב- 24/04/2010 01:06:24