פתיחה:
נוצן דעם שונא'ס וואפן אנטקעגן אים זעלבסט!...
עס איז פארהאן אן אנגענומענער כלל אין די מיליטערישע וועלט, וועלכע לויטעט ווי פאלגענד:
עס איז טאקע א וויכטיגער פונקט אין א מלחמה צו אטאקירן דעם שונא מיט די אייגענע וואפן. אבער אסאך וויכטיגער און סטראטעגישער פון דעם איז: ארויסצונעמען דעם שונא'ס וואפן פון זיין האנט און זיך באנוצן דערמיט אויף צו אטאקירן אים זעלבסט!...
כלפי מה דברים אמורים?
מיר לעבן אין א וועלט ווען טעכנעלאגיע איז ליידער געווארן א וואפן פונעם יצר הרע, דער שטן האט פארוואנדלט די טעכנעלאגיע אלס א נוקאלארער וואפן צו צעברעכן כל הקדוש לנו, ס'רייסט ביים הארץ, צוזעענדיג וויאזוי די טעכנעלאגיע ברענגט ממש טאג טעגליך אראפ דעם רוחניות'דיגן ניווא אויף א שוידערליכן פארנעם.
איינע פון די מקומות וועלכע ווערן באנוצט – ליידער – דורכן שטן אויף צו פארשפרייטן לשון הרע, רכילות, עלבון תלמידי חכמים, און פיל ארגערס, איז טאקע די שעדליכע פארומען אינעם הייד-פארק קרעמל...
אבער זיך האלטנדיג פאר די אויגן דער אויבערדערמאנטער כלל גדול און מיליטערישע סטראטעגיע איז פארשטענדליך אז מיר דארפן טון כל מה שביכלתינו ארויסצונעמען טאקע אט דעם טעכנעלאגישן וואפן פון זיין האנט, און זיך באנוצן דערמיט אויף אים צו אטאקירן!
וויאזוי וועלן מיר דאס באווייזן?
גאנץ פשוט. דורכן פארשפרייטן ערליכע ענינים, און וויכטיגע ידיעות וועלכע קענען אונז בייהילפיג זיין אויפן טאג טעגליכן לעבן, און טאקע דאס איז די סיבה וואס האט אונז – א קבוצה פון עטליכע חברי ה'פארק - באוואויגן צו עפענען דעם פאלגענדן אשכול, אונטערן נאמען "אשכול הכשרות".
*
עס איז אן מפורסמ'דיגער פאקט אז דער גרויסער מאורן של ישראל מרן הגה"ק מהר"א מ'סאטמאר שליט"א האט אין די לעצטערע זמנים זיך גאר שטארק אריינגעלייגט אראפצושטעלן שטאנדהאפטיגע יסודות אין כשרות פאר תלמידיו וחסידיו הנאמנים בפרט, און פאר ערליכע אידן וואס זוכן צו זיין נזהר און אפגעהיטן בכלל.
טויזנטער ערליכע אידן מדקדקים במצוות באגלייטן און אבזערווירן דעם סאטמארער רבי'נס הייליגע פעולות און זיין מאסיווע פארשריט בעניני כשרות, אנגעהויבן מיט מהודר'דיגע מצות אויף פסח; בשר עוף ובהמה בתכלית ההידור והכשרות, ועוד ידו נטוי' בעז"ה מיט כשרות המאכלים אין אלע אספעקטן.
יא! צוביסלעך וועקט זיך דער ברייטער ציבור אויף, צוזעענדיג וואס עס שפילט זיך אפ פאר די אויגן, און מען רעאליזירט אז מיט א פאראייניגטן כח האבן מיר באוויזן וואונדער, און מיט א פאראייניגטן פראנט און סייעתא דשמיא וועלן מיר באווייזן צו פארפולקאמען דעם רבינ'ס וואונטש!
זה לעומת זה שווימט צוביסלעך ארויף אויפן אויבערפלאך דער אבסורד, ווען ערליכע אידן וואס ווילן זיין אפגעהיטן, זיי זוכן כשרות-סטאנדארטן אויף א שטערקערן פארנעם, ווערן זיי פארשריגן אלס "די וואס זענען 'משנה' פונעם רבי'נס דרך!", בו בזמן וואס אזעלכע באנוצן מיט מפוקפק'דיגע ווייץ כידוע לכל; קויפן פלייש אין אספסוף-יאטקע'ס; באנוצן זיך מיט שטיין-זאלץ שלא כהוראת רבינו הק'; און די רשימה איז נאך זייער לאנג ליידער... זיי שעמען זיך נישט צו בארימען אלס "ממשיכי דרך רבינו הק'!"...
תלי"ת, עס ווערט איבערצייגט – איינמאל און נאכאמאל – אז ביי יעדע געלעגנהייט ווען עס איז נאר דא א מעלדונג איבער א דרשה בעניני כשרות איז באלד דא מאסן-צוזאמלויף פון א ריזן ציבור, יעדער וויל הערן, יעדער פרעגט קשיות, דאס צייגט אז עס איז דא א צמאון ביים ציבור ארויסצוקריכן פונעם ביז-היינטיגן כשרות מצב, און אינאיינעם אהערשטעלן א העכערן סטאנדארט, א שטייגער ווי אין ארצינו הק' וואו דער מצב הכשרות שטייט פילפאכיג העכער.
דער געוואונטשענער "אשכול הכשרות" וועט בעזר השי"ת ברענגען באריכטן און ארויסהעלפן אין אט די הייליגע מערכה למען כשרות המאכלים ביי תלמידי וחסידי סאטמאר בפרט, און יהדות החרדית בארה"ב בכלל!
*
קלארשטעלונג: מיר – די גרינדער פון דעם אשכול – האבן נישט קיין שום דירעקטע פארבינדונג מיט קיין איינע פון די חשובע ועדי הכשרות שע"י קהלתינו הק' אין וויליאמסבורג אדער אין קרית יואל. מיר שטייען פון דער זייט און באאבאכטן זייער הייליגן ציל, און מיר – כשאנו לעצמינו – האבן באשלאסן זיך צוצושטעלן צו די הייליגע מערכה למען הכשרות דורכן מעלדן פארשידענע אנטוויקלונגען, האלטן דעם ציבור אינפארמירט מיט אינפארמאטיווע ארטיקלען, נייעס באריכטן, כשרות-אויסגאבעס, מעלדונגען און כשרות-אלערטן!
די מיינונגען וואס ווערן דא ארויסגעברענגט זענען – כפי שידינו מגעת – מיוסד על דעת תורתם פון הרבנים הגאונים שליט"א און די חשובע עסקנים וועלכע טוען בשדה הכשרות, און מיר האפן מקדש שם שמים מיט אונזערע שריט, ויהי נועם ד' עלינו!
ווי עס שרייבט:
אשכול הכשרות פארוואלטונג