אבער מיר וועלען זיך יא אנשטרענגען אין די לעצטערע דרשות פון ר' אהרן וואס האט גערעדט איינס שושן פורים און דאס אנדערע איז געווען חוה"מ פסח. די ביידע דרשות האבען אויפגעברענגט דעם ציבור נאסטאלגישע זכרונות פון די אלטע צייטען ווען דאס כלל ישראל האט געהאט רעגעלמעסיג די זכיה צו הערען אזאנע דרשות און עס איז געווען צו באלעקען די פינגערס. אין די לעצטע צען יאר זייט די ציטער וואס דאס אידענטום האט געהאט פאר ר' אהרן און זיין מלוכה איז צוזאמענגעפאלען אויף קליינע שטיקלעך האבען ר' אהרנס נאנטע מענטשען צום ערשט אפגעשטעלט זיין מויל פון לויפען. זיי האבען געוויסט אז זיינע דרשות וועט זיין צו שפאט און געלעכטער און רוב סאטמאר וועט זיך רייסען פאר געלעכטער. דערפאר האבען זיי אים אפגעהאלטען פון רעדען פאר יעדע פרייז. זיי האבען געטראפען אנדערע שוטים צו טון דעם דשאב, ווי למשל אלישע האראוויטץ דער "טאשען שניידער", שמואל ווידער דער "חכם מכל אדם" אבער ר' אהרן אליין האט מען געהאלטען טאטאל שטיל. די איינציגע דרשות וואס מען געהערט פון א רב א שוטה איז געווען זיין שוואגער ר' מענדל האגער פון וויזניץ. ער האט איבערגענומען די פונקציעס פון ר' אהרן צו רעדען שטותים און הבלים און דאס כלל ישראל האט זיך געהאלטען ביי די זייטען און מען האט געקייכט פאר געלעכטער.
נאך איין דרשה וואס איז געווען גאר אינטערסאנט פארען ציבור, איז געווען די "שובבי"ם תורה" פון ר' אהרנס זון ר' מענדל. אה דאס איז אויך געווען עפעס וואס דאס אידענטום האט געגליכען און ווי מער ער האט געקייכט פאר געוויין האט מען געקייכט פאר געלעכטער. און דאס איז געווען די לעצטע שובבים תורה וואס מענדעלע האט געזאגט. מען האט אים פארשוויגען אויף דערווייל. אבער ר' אהרן אליין איז געווען טויט שטיל.
אבער די שטילקייט פון ר' אהרן איז נאר געווען ביי פאליטישע ענינים. עס האט געמעגט ברענען די סאטמארע מחלוקה ביזען הימעל, עס האט געמעגט זיין א געווינס אדער א דורכפאל, ער איז געווען שא שטיל, אינגאנצען נישט כדרכו. אבער צומאל האט ער יא מהנה געווען דאס כלל ישראל מיט זיינע דרשות וואס האט פרייליך געמאכט דעם ציבור וואס האבען קוים געקענט זיך אנזעטיגען פון זיינע געפערליכע שטותים. למשל איין דרשה פון ר' אהרן קומט גלייך אויפען מח וואס דאס איז געווען די "שארט קאטס" דרשה אויף צניעות. די דרשה איז געווען היסטאריש פון פילע אספעקטען און עס האט אלע ארונים געשטעלט אויף דיפענסיווע, צוזעענדיג ווי די זאליס ליגען אויף די ערד פאר געלעכטער פון די שרעקליכע און אפענע שטותים וואס איז נישט צו ערווארטען פון איינעם וואס איז עלטער פון 7-8 יאר.
און מיר האבען געמיינט אז דאס איז עס. מיר מוזען שלום מאכען מיטען מצב אז חיים שלמה פישער איז א כל יכול. ער קען באווייזען וואס קיינער האט נישט געקענט און דאס איז צו פארשווייגען ר' אהרןס מויל פון רעדען. און וויפיל די זאליס האבען געווארט אז עס זאל זיך צוריק עפענען דאס אייזל מויל, אבער עס האט זיך ווי להכעיס פארשפארט, פארהאקט און פארשלאסען. עס האט אויסגעזען אז ער גייט שוין נישט נישט געבען קיין שטאף פאר די וועלעכע זענען אויסגעהונגערט אז ער זאל ווייטער רעדען. אבער פארט האט זיך באוויזען אז חיים שלמה איז ווייט פון א כל יכול. דער גבאי פון ר' אהרן האט שוין נישט געקענט האלטען די הענט אויף ר' אהרןס מויל פאר אזוי לאנג און דאס מויל האט זיך גענומען לויפן אזוי שנעל אז עס איז איבערגעפלויגען אלע גרעניצען. דאס נארישע פיסק האט זיך געעפענט נאך סאך בעסער און ברייטער ווי סיי ווען.
ביי די ביידע דרשות האט זיך דאס מויל גערימט אייגענע רימערייען אז עס איז געווען פיל בעסער ווי געראכטען. די דרשה איז געווען אזוי געוואלדיג אז מענטשן וואס האבען דאס אויסגעהערט האבען זיך געשוואירען אז ער האט דאס גערעדט אין פורים ווען ער איז געווען טויט שיכור. אבער אפילו פאר א טויט שיכורן רב און רבין איז די "דברות קודש" וואס איז באשטאנען פון זעלבסט רימערייען אנפעפילט מיט נארישקייטען און שקרים, אויך געווען שווער צו שלינגען פאר די חסידים. אבער די נישט חסידים, האבען געהאט א זעלטענעם לאך אויף די ארנים און אויף ר' אהרן בראש. ער האט דעם שושן פורים "ברייט צולייגט, אז "זיינע" שוחטים שלאפען מיט די אייגענע בני בית, און אז זיינע שוחטים שלאפען אין אייגענעם בעט, און אז נאר זיין "מהודרת בית השחיטה" פארקויפט כשר פלייש און אלע אנדערע בתי השחיטה זענען עכט עכט עכט טריפה וכהנה וכהנה. ער האט אזעלכע שטותים דארט צוזאמגעווארפען אז נישט מער און נישט ווייניגער אז אלע בתי השחיטה זענען "משה פינקעל". פשוט. יעדער פארקויפט טריפה פלייש אויסער ער. יעדער שוחט איבער די וועלט איז נישט ערליך אויסער די 6-7 שוחטים פון "קעי דשעי". און דער בהמה שרייט אויס הויך און גראב אז זיין שוחט שלאפט מיט די "אייגענע" בני בית. עס איז נאך נישט קיינער ארויפגעקומען מיט די ריכטיגע ווערטער אויף אזא גרויסען בהמה, און די געוואלדיגע דרשה איז געווען די "טאק אוו טאון", און די ארונים האבען זיך געטרייסט מיט דגעם, אז יעדער רעדט פון ר' אהרן... חלה דעקלעך...
המשך יבא!