אהרונים צופליקט און צושאסן: שמואל ווידער שרייבט פאשקעווילן אנטקעגן ר' אהרן!
די אהרונים דרייען זיך די לעצטע טעג ארום מיט אראפגעלאזטע נעזער, עפעס קאכט זיך אונטער זייער נאז ביי די גרויסע קעפ, א צומישעניש וואס וויל זיך נישט איינשטילן; יאנקי סופר, אהרן דוב געטטער, שמואל ווידער, אהרן וועלץ, חיים שלמה פישער און נאך. יעדען טאג הערט מען פרישע שמועות ווער עס איז בעל הבית ביי ר' אהרן אין שטוב.
דאס האט יעדער געזעהן, אז נאך די באקאנט פורים דרשה פארגאנגענעם חוה"מ, האט שמואל ווידער, אויפן באפעל פון חיים שלמה פישער, באשלאסן לערנען ר' אהרן א לעקציע אויב ער וועט נישט איינזיצן ווי א וואויל אינגעלע, און זיך וואגן נאכאמאל רעדן אזוינע שטותים, וועט מען אים מבזה זיין מסוף העולם ועד סופו ובכל העולם כולו בפרט.
צום ערשט האט מען מפרסם געווען דעם בריוו פון קיט"ל אין קרית יואל אז דער רבי איז געהעריג בדעתו מיט זיין איסור קעגן די אונטערנעט, טראץ וואס ער האט אהינגעשיקט דעם עולם ליינען. דערנאך האט מען זיכער געמאכט נישט צו ערקלערן פאר די שעפסן וואס מ'זאל ענטפערן די גאס ווען זיי ווערן אויסגעפרעגט וועגן די דרשה. מ'האט מיטאמאל געשפירט פאר וויכטיג אויפן אונטערנעט זיי עס מסביר צו זיין, און עס האט געהערשט א בוקה ומבלוקה, א גרויסע טייל פון זיי האבן געשריגן אז ס'געווען א נארישע דרשה, אנדערע האבן געשריגן אז ערליכע אידן האבן זיך אייביג פאררעדט מיט שטותים א.א.וו.
ווי עס שיינט אבער יעצט, האט שמואל באשלאסן מ'גייט מיט א שטאפל ווייטער, ער האט אפגעשריבן א זאפטיגן ליצנות אונטערוויו פון ר' אהרן מיט "דזשואיזש פרעס", און דער עולם וועט קייכן פאר געלעכטער פון די הויכ-שטאק'יגע פערעדעריי וואס ר' אהרן גיסט דארט צוזאם, און ר' אהרן וועט בלייבן שטאטס נארעלע (כדברי האמרי חיים מ'וויזניץ...) און באקומען די מעסעזדזש אז מ'דארף אויספאלגן די הוראות פון די פילאטן.
מ'דארף דאך אבער מאכן עפעס א שטיקל די גאס זאל נישט כאפן אז שמואל האט דאס געשריבן, געט מען דאס א שמיר ארויף אויף די זאליס, און שמואל זאגט אני את נפשי הצלתי פון די ברייט באקאנטע קפידות פון ר' אהרן, וואס כידוע גייט דאס זייער שנעל אריין אין קראפט...
עס איז אונז א כבוד אייך פארצושטעלן דעם פאשקעוויל וואס שמואל ווידער האט געשריבן אנטקעגן זיין רבי'ן ר' אהרן, און יא מיר קענען באשטיין בחפץ לב צו נעמען קרעדיט דערויף...

תוקן על ידי המהדרין ב- 20/04/2010 23:10:24