דער טונקעלער תימ'נער ברא כרעא דאביהו, יעקב בער, המכונה כ"ק אדמו"ר מבלעקבערי, האט פאברעצירט א משלחן מלכים פאשקעוויל, און גייט עס ארומשיקן אויף די פאסט די וואך, איז געכאפט געווארן מיט די מעשה אין די הענט, ווען מ'האט געפינען אין זיין אפיס לעדל די הגהות וואס ער האט געשריבן אויף די פאשקעוויל.
עס איז נישט קיין סוד אז די זאלי קאמפאני כאפט שוידערליכע קלעפ פון די משלחן מלכים וואך איין וואך אויס. יעדע וואך זעט מען שמועסן פון די גאונים, פוסקים און רבנים מכל קצוי תבל ווי זיי רעדן מיט'ן סאטמארער רבי בהא הידועה, און דער לאשיקל אויף בעדפארד עוועניו איז שטיל ווי א פיש, און מוז שוין אפשטופן זיינע נסיעות אויף ירושלים צום צווייטן מאל, ווייל שמואל קאמפאוט און געלער בדחן האבן אים נישט צוגעגרייט גענוג.
זייט איינס
[בילד – נישט אפגעהיט]
זייט 2
[בילד – נישט אפגעהיט]
זייט 3
[בילד – נישט אפגעהיט]
זייט 4
[בילד – נישט אפגעהיט]
אלזא, דער בלעקבערי ראבינער יעקב בער האט געמאכט הגהות אויף די משלחן מלכים פאשקעוויל, א נארישע דיאלאג פון א כלומר'שטע דזשואידזש פרעס אינטערוויו וואס האט נישט קיין הענט און קיין פיס, און דאס גייט דער שטריק ארומשיקן אויף די פאסט און מיט דעם אוועקמאכן אלע אמת'ע שמועסן פון די משלחן מלכים מיט די גאונים וצדיקים צב"ש:
בעל שבט הלוי
בעל קנה בושם זצ"ל
ראש ישיבת מיר
ראש ישיבת פילאדעלפיע
ראשי ישיבות בית מדרש גבוה דלעיקוואוד
הגאון ר' יושע כהן
ועוד ועוד ועוד.
און מיט נאך הונדערטער אויסגערופענע תלמידי חכמים מופלגים שבדור, וועמענס שמועסן עס צירקולירן יעדע וואך.
יעדע וואך ווען די משלחן מלכים קומט ארויס, הייבט זיך דער בלוט דרוק ביי די הויכע פענסטער פון די זאלי קאמפאני, זיי שוויצן און שוימען פאר כעס, פארוואס קומט זיך זיי דאס.
זייער צער און ווייטאג און צוויי-פאכיג.
צו וועמען קומט מען?
ערשטנס, זעט די גאנצע וועלט, נאכאמאל און נאכאמאל און נאכאמאל אז דער סאטמארער רבי וועמען די תורה'דיגע וועלט אנערקענט כאפט נישט קיין שינת צהרימ'ס, נאר האט אן אנגעפילטן סקעדזשול, און יעדע וויזיט פון רבנים און גדולי הדור האט א רבני'ש, לומדי'שן פנים און לאזט אן איינדרוק פון א גאון בישראל פון אמאליגן קאליבער, וואס קיין שום היינטיגער רב קען זיך נישט פארמעסטן דערמיט.
און דער צווייטער פראסק וואס זיי כאפן יעדע וואך, איז נישט פון אונז, נאר פון זייער אייגענעם לאשיק און שטריק הדור בהא הידועה, דער עם הארץ און פוסטער ליידאק, וועקי בלע"ז.
דער וועקי איז בור ועם הארץ, לער און פוסט פון יעדע מין ידועה, צי תורה'דיגע, צי היסטאריע, געאגראפישע און אפילו וועלטכליכע ידיעות
צו דעם שטריק קען מען רעדן פון פייערלעשער און פון די אויסגעדראשענע כפירה'דיגע דזשיגאן דזשאוקס.
און דאס שעמען זיי זיך צו דריקן.
יעצט זאל שוין נישט זיין קיין וואונדער פארוואס דער בלעקבערי רעבע, יעקב בער טייטלבוים מאכט די נארישע פאשקעווילן
ווייל אז עס א טוט וויי שרייט מען !