היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » אידישע געדאנק » היפאקראטיע: סבלן שטיצט הולך לערכאות "יאנקי סופר"!

היפאקראטיע: סבלן שטיצט הולך לערכאות "יאנקי סופר"!

8 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2779612

באלאנד » 20/4/2010 02:54

א אימעיל וואס כ'האב פריער ערהאלטן פון א חבר א אהרוני איבער דעם אנגייענדיגן סכסוך צווישן יודי גאלדבערגער און יאנקי סופר ארום די דירות אין שיכון ברך משה.
 
***
 
אזוי ווי יודא גאלדבערגער האט פאריגע וואך אינגאנצען ארויסגעצויגען זיין קלאגע פון געריכט, אפילו קעגן די נישט אידן, אויפ'ן פארלאנג פון בי"ד, און סופר האט זיך אנטזאגט ארויסצונעמען זיין קלאגע פון קארט און אנשטאט ארומגעלאפן פון בי"ד צו בי"ד צו זוכן א היתר צו בלייבן און קארט, און ער האט צום סוף געטראפן (ר' יצחק) איצא גליק, וואס רבינו שליט"א האט געהייסן פאר די הנהלת המוסדות אז מען טאר מער נישט נוצן זיין הכשר, האט יודא גאלדבערגער היינט געפיילט א מאשען און קארט אז דער ריכטער זאל צווינגען זוסמאן סופר, "חבר וועד הנהלת המתיבתא", אויפצוהערן מיט זיינע טריקס און זיך תיכף ומיד שטעלן צו דין תורה וואס א איד דארף טוהן (אזוי ווי די הנהלת המוסדות אין בארא פארק האבן געפיילט א יאר צוריק אקעגן די זאליס), די ריכטער האט געהייסן סופר זאל ענטפערן ביז נעקסטע וואך מאנטאג פארוואס ער דרייט זיך ארויס פון גיין צו דין תורה און עס וועט זיין א הירינג נעקסטע וואך פרייטאג.‬‬‫‫ ‬‬‫‫ סופר האט די ברירה צו זאגן אז ער גייט צו דין תורה און ער ענדיגט די קארט אדער וועט ער זאגן אזוי ווי ער האט שוין געזאגט פאר'ן ריכטער עטליכע מאל און די לעצטע 2 וואכן, אז איך האלט נישט ביים גיין צו דין תורה און די ריכטער מיט'ן שווארצן כאלאטל זאל פסק'ענען די סכסוך, די ריכטער וועט דערנאך דארפן באשליסן צו דאס געזעץ ערלויבט אים צו צווינגען א דין תורה.‬‬‫‫ ‬‬‫‫
 
כלל ישראל קוקט ארויס אז אלס חבר הנהלת המתיבתא וואס האט ארויסגעווארפן א קעכער מיט 2 יאר צוריק פאר'ן זיך נישט שטעלן צו דין תורה וועט סוף כל סוף מסכים זיין און זיך שטעלן צו דין תורה אן פארמיידן די גרויסע חילול השם אז א ריכטער דארף מוסר זאגן פאר אידן פאר'ן זיך נישט שטעלן צו דין תורה, אז איר טרעפט אים מעגט איר אים אויך פארהאלטען פארוואס ער דרייט זיך ארויס פון דין תורה.‬‬‫‫ ‬‬‬‫‫
 
דאס איז אויסער די שרעקליכע מסירה מיט וואס עס גרעניצט זיך אז א היימישער איד זאל נישט מער און נישט ווייניגער, בעטן א געריכט אריינצושטעלן א נישט-אידישן 'ריסיווער' וואס ווערט קאנטראלירט דורך די געריכט, אויף אזא סענסעוועטיווע אישו וד"ל, וואס מיינט א יעדער וואס 'קלאוזט' מוז האנדלען מיט דעם ריסיווער, וואס ער פארשטייט נישט קיין 'אידיש' און אלעס דארף זיין הונדערט פראצענט וד"ל.
 
שטעלט אייך פאר ווען מ'זאל שיקן סאשל סערוויס אגענטן צו דינען אלס מקוה אידן אדער אין אנדערע היימישע אנשטאלטן, עס איז נישט משיג צו זיין ווי אזוי א איד וואס פאררופט זיך 'חבר וועד הנהלת המתיבתא' קען פארלאנגען פון די געריכט אזא זאך, ישראל כשהן יורדין יורדין עד לעפר.‬‬‫‫ 
 
***
 
קאמענטארן גענצליך איבריג, ישחקו הנערים לפנינו, ביידע זענען זיך גוט ווערט דאס געלט, עס איז נאר צום האפן אז אונזער סבלן ר' אהרן וועט ווייטער בעקן זיין בוזעם פריינד וואס פירט אים בחיים חיותו אין גרוב אריין, יאנקי סופר.
 
עס איז נאר אינטערעסאנט צו באבאכטן ווער עס שטייט צו די האנט פון מוסרים און אידן וואס גייען אין געריכט אנטקעגן אנדערע אידן, און דאסמאל איז דאס נישט קיין צווייטער וואו דער באוואוסטער אונטערנעט מפיץ ר' אהרן.

jwriter » 20/4/2010 18:55

ער האט דאך געהייסן אראפברעכן די סיין וואס עס איז געשטאנען אז די ביהמ"ד און ברך משה געיגנט איז נתנדב דורך אברהם יודא גאלדבערגער ווייל עס באלאנגט דאך פאר יענקי סופר

ברךמשהחסיד » 20/4/2010 22:29

עס איז א שאד יעדעס ווארט, א רבי שלאגט זיך נישט מיט זיין גבאי!
יענקי סופר איז בעסט פרענד מיט חיים שלמה פישער, האט ער דעם רבי'ן אין די קעשענע!
ער מעג גיין אין קאורט און ער מעג טאן וואס ער וויל.

123news » 16/8/2011 16:02

קרית יואל מערכה דארף הילף
קרית יואל מערכה דארף הילף

ווער עס קען זיין בייהילפיג
מיר זיכן אלע מיני דאקיומענטן וואס KJK ווילידש פירערערס האבן דא אריינגעטון
אין די מחלוק
ת פון סופער-ג"ב
אדער סיי וואספארע דאקיומענטן פון זייערע מעשים טובים וד"ל
אינז תיכף אריינשיקן צו אונזער אי מעיל
freedomforkj@gmail.com
ולמצוה גדולה יחשב

דזשיגאן » 31/10/2011 23:51

ווי זיי שרייבן אין אנדערן פארום ארבעט דער ר' אהרן איבערמידלעך פאר זיין חבר יאנקי סופר. דא איז ער געלאפן צום רבי'ן אויסזאגן אז מ'גיסט נישט קיין זאלץ נאכן שניי אין ברך משה. (זעהט אויס ער ווייסט אז דער עם הארץ ר' אהרן האט א שוואכקייט צו זאלץ..). ‎​
 
פון די אנדערע זייט ברענט א פייער אין די ישיבה גדולה. יאנקי סופר ווארפט רעכטס און לינקס איינגעשטעלטע. דוד שלמה עקשטיין האט ער געמאכט אויס מנהל; דעם חמור בצורת אדם, וועלכער האט ביינעזאם מיט ר' אהרן פארשריגן די שלשה רועי בקר, מאיר אליעזר פריעדמאן האט ער געשיקט לעזאזל. די טאטע'ס פון די בחורים ברענען, און דער דזשיגאן ר' אהרן דארף זיך כסדר אננעמען פאר יאנקי'ן.

סאטמער100 » 1/11/2011 01:28

ווי ווייט איך ווייס אלץ א טאטע פון א בחור גייט אי"ה מיין זין לערנען אינטער ר' דוד שלמה עקשטיין אין ישיבה דברי יואל שע"י מתיבתא 

דאסטערס » 1/11/2011 21:39

וואס מיינט דאס ישיבה דברי יואל?
 
און מאיר אליעזר פריעדמאן איז יא געפלויגן, צי ער איז נאך דארט צוזאמען מיט דוד שלמה עקשטיין?

עםהארץל » 2/11/2011 03:28

און ישיבת יענקל ווייס גייט הייסן ווי אזוי? עצי חיים שע"י ????