ארויסצוציען די קלאגע פון די ציוניסטישן קארט, נאר וואס דען האט מען שוין יא אויפגעטהון מיטן עצרת ?
איך וואלט אייך געראטן אלס הוראת שעה אריינצושפאצירן אינעם שכינות'דיגן קינדער-פארום און זעהן ווי זינט
פאריגע וואך דאנערשטאג ווען ס'איז געמאלדן געווארן די עצרת מחאה אנטקעגן די הולכים לבג"ץ זענען זיי
גענצליך ארויספון די גלייזן, מ'האט דארט צוריקגעברענגט די קווינסער שרייבערלעך ארויס פון די ישיבה,
מ'האט אפירגעקראצט אלטע פירקלער'ס וואס געדענקען די אמאליגע קללות, און איבערהויפט האבן זיי
איינגעשפאנט די אלטע בעקער'ס און אלע צוזאמען האבן אנגעהויבן צו באקן שעלטן און שרייען הויעך צו
פארשטעקן די קול מחאה קעגן די בג"ץ
איך וועל נאר מאכן א טיילווייזע ליסטע פון די מערערע תירוצים און געבאקענע שקרים מיט וואס זיי פרואוון זיך
דארט צו פארטיידיגן פונעם הארבן איסור פון הליכה בערכאות הציוני רח"ל
ליינט און לאכט איינס בעסער פון צווייטן:
1. דער רבי שליט"א וויל נישט אונטער'חתמ'ענען אויף די שטרי בירורין
2. דער רבי האט ארויסגעווארפן ר' שלמה פאפנהיים פון זיין הויז ווייל ער געפאדערט די חתימה
3. די ארוינים ווילן צורייסן דעם גאב"ד ירושלים ווייל ער שטיפט צו די בוררות און די ארוינים ווילן דאס נישט
4. די הנהלת המוסדות פון ב"ב זענען צום ערשט געגאנגען אין קארט, ר' זלמן איז זיך נאר געגאנגען פארטיידיגן
5. ר' זלמן איז נישט געגאנען אין די "בג"ץ" (אפעלעט) נאר אינעם "בית משפט אזרחי" (אונטערשטן געריכט)
6. דער רבי ז"ל האט געשריבן יהרג ואל יעבור נאר אויף די געזעץ-געבער, אבער גיין קלאגן אין געריכט מעג מען
איך זאג אייך ס'איז א נחת צוצוזעהן ווי יעדער פראבירט אויף זיין וועג צו אפווישן די פלעק פון די שוידערליכע עבירה
וואס לויפט זיי נאך טאג איין טאג אויס, זיי קוקן דארט אויס ווי פאר'סמ'טע מייז וועלכע זוכן א לעכל צו באהאלטן
דאס גע'גנב'עטע עסן...
נו זאגט איהר אליין האט נישט די עצרת מחאה שוין עפעס אויפגעטהון ?
תוקן על ידי אויששש ב- 19/04/2010 23:49:15