SatmarHQ: THE NEW SHUL ON BEDFORD IS IN FLAMES!! details will follow
הויפט זייט » אידישע געדאנק » די ביהמ"ד אויף בעדפארד ברענט
די ביהמ"ד אויף בעדפארד ברענט
19 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2779571
גאנץ בעדפארד סמאוקט דערווייל זעט מען נאר רויעך ארויסקומען
סאיז מסתמא די ארונים, נישט אזוי?
דאס איז אלס נקמה וואס דו זאליס האבן נעכטן גערופן פאליס אין ב"ב...
[בילד – נישט אפגעהיט]
אביסל סכך האט געברענט, די פייער איז שוין אויסגעלאשן, מ'מאכט יעצט די אינוועסטיגעישן
תוקן על ידי וואלןמה ב- 20/04/2010 00:07:08
השגחה פרטית ווען וועלן זיי שוין איינזען אז דאס זיצן אין בג"ץ ברענגט זיי נישט קיין גוטס
מער ווי א שמייכל איז נישטא וואס צו ענטפערן
פארגאנגענעם חוה"מ סוכות ווען די יוונים האבן צושטערט א ביהמ"ד אפגעהאקט די לעקטער מיט וואסער, אין די זעלבע צייט האט או ענד אר אפגעהאקט די לעקטער פון זייער ישיבה און נישט געקענט באקומען א פערמיט פון די ווילידש אינספעקטאר, דאס וואס איז אין יעדעםס אויגן מדה כנגד מדה איז ביי זיי "פערצופאל" אבער ווען די שול אויף בעדפארד האט געסמאוקט פאר 10 מינוט, איז עס באגאץ באגאץ באגאץ
דאס איז א ווינק פון הימל אז איר שפילט אייך מיט פייער,
סטאפטס מיט דעי נארישקייטן.
עטס ענפערטס אפי' פאר אזעלכע נארישקייטן.
|
וואס האט מען זיך הימל יעצט דערמאנט???? ס'גייט דיך שוין אן פיר יאר???
ווייל די ארונים האבן זיך יעצט דערמאנט, ווייל זיי האבן זיך געשעמט מיט די "בובקעס" דרשה,
מיינסטו אין הימל האט מען זיך אויך יעצט דערמאנט?????????
איך האב דא פאר מיר א לאנגע ליסטע פון מענטשן וואס האבן נעבעך געליטן אויף דער וועלט, וואס באלאנגען צו די ארונישער פארטיי, וועלענדיג פרעגן די הימל ווייסער פארוואס זיי ליידן.
נאר נאכדעם האב איך מחליט געוועזן אז די ארונים זענען מיר נישט ווערט אז איך זאל אזוי טיף זונקען זיי צו אפענטפערן, יעדער ווייסט ווי נידריג די סארט גערעדעכטס איז, איך וויל נישט זיך אריינלאזן דערין.
נאר די ארונישע בלוט צאפערס וואס ביי זיי איז נישטא קיין לימיטס וואס מען מעג טאן פאר פארטיי אינטערעסן וויל איך פרעגן: איז דען נישטא גענוג צרות ביי ענק? קענען מיר דען נישט שרייבן דאס זעלבע פארקערט? ווייסן ענק נישט אליינס?
יישר כח פאר נישט זיך אראפלאזן אזוי נידעריג ווי זיי,
תוקן על ידי משגיחים ב- 20/04/2010 01:48:42
Video: http://bit.ly/dmI8PM
זיי מתקן האסט אויסגעלאזט, מיר עסן חמץדיגע מצות, חמץדיגע קאקאו, מ'עסט טריפות מ'איז נישט בודק די חלף וכו'
ביזט מיר נאך שולדיג אן ענטפער אין אן אנדערע אשכול, אבער לאמיך פרובירן מיין מזל דא.
|
נארוואסדען,,, אוי ווי גערכט ביסטו,
הער אויס, אלע דיינים ורבנים וואס שטייען נישט אויף ענקער זייט ווערן שלשה רועי בקר, משה חיים ווייס וואס האט געעפענט די קעיס אין בג"ץ דאקעמאנטירט ווערט א זאלי (ווייל אז די זאלונים זענען אריין איז ער דאך א זאלי), ביי די זאלונים איז נישט דא קיין שעורי תורה, די זאלונים זענען געווארן איין שטיק דיפרעסיע זייט זיי האבן מקדש געווען א אייגענע ביה"ח מאחורי גדר הישן ומלפנים גדר החדש ווייל אין אונגארן האט מען אויך אזוי געטון ווען יענע עלעמענטן האבן פארכאפט די ביה"ח דעס איז נאך גארנישט קעגן זייער דערביטערקייט אז זייט ר"ח אלול תשס"ט האט זיך גענצליך אויפגעהערט די קרקע סטראשונגען, ווער רעדט נאך אז קעי זשעי פעלטרי מוז לעצטענס גיין אדווערטייזן אין זשואיש פרעס זייט אלע היימישע קרייזן זענען אריבער צו זיי..
די ליסטע איז לאנג
די ליסטע איז לאנג