אהרויני:
דער באסטאנער רבי האט ארויסגעגעבן א "פסק דין" אז מען זאל נישט זאגן קיין תחנון, דאס איז קלאר די אחריות פארן גיין אין בג"ץ פון די זאליס ווייל די וועלט זאגט אז ווען א פרימער פאלט פאלן די פרייע נאך מער...
זאלי:
קודם כל הער אויף מיט די ליצנות, מיין רבי איז אויף קיין איין דאקאמענט נישט אינטערגעשריבן בשעת דיין רבי יא! צווייטענס, סאטמאר מיט באסטאן האבן קיין קשר קיינמאל נישט געהאט. ווער איז באסטאן בכלל? סתם א רבי פאר זיינע 20 אייניקלעך
אהרויני:
יא אבער ענקער התנהגות איז משפיע אויף אנדערע אידן
זאלי: איך האב מיט דיר נישט וואס צו רעדן בכלל, קודם מאך דיר גלייך דיינע פאקטן, אריין אין ציוניסטישע ערכאות איז דיין רבי, מיר זענען נאר דארט זיך צו באשוצן.
עד כאן די שמועס
דערנאך בין איך צוגעגאנגען צו דעם אהרוינים און איך פרעג אים:
איך ווייס נישט ווער איז קודם אריין ווער נאכדעם, עס איז מיר גאנץ ווייניג א נפק"מ, אבער אויב באסטאן איז א ציוני לכבוד די זאליס... וואס איז ענקער חטא וואס לכבוד דעם זינדיגן די זאליס?
קיין תשובה האב איך נישט באקומען חוץ א מורמל אינטער די ליפן... "אה די ביסט אויך פון די צורידערטע?
ביטע זעהן אז דער קעפל זאל האבן א שייכות מיטן ארטיקל, מען זאל כאפן פון וואס מ'רעדט. אדאנק. המנהל
תוקן על ידי המהדרין ב- 19/04/2010 20:24:55