היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » אידישע געדאנק » האדמו"ר מהר"א: תחנון ה' אייר אפילו עס איז דא א ברית.

האדמו"ר מהר"א: תחנון ה' אייר אפילו עס איז דא א ברית.

4 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2779468

באדאפעסט » 19/4/2010 19:39

די וועלט זאגט אז ער איז "פויבטסליכער פונם פויבסט"

ווען ר' אהרן וואלט געווען א סאטמארער וועלט ער געוויסט אז סאטמאר רב האט נישט געזאגט קיין תחנון ה' אייר אויב איז געווען א ברית.

נאך מער סאטמאר רב האט אזוי געזאגט פארן מונקאטשער רב שליט"א ווען ער האט מכניס געווען זיין זין לבריתו של אברהם אבינו ע"ה אינם טאג ה' אייר!

ער האט געזאגט, באמת האלט איז אז אין ביהמ"ד זאל מען יא זאגן, אבער אין מיין מנין דארף מען נישט זאגן "ווייל קיינער וועט מיר נישט חושד זיין מיט ציוניזים"...

היינט איז פארגעקומען א ברית ביי ר' אהרן און מען האט יא געזאגט דארט תחנון. קען זיין אז ווייל אים קען מען יא חושד זיין מיט ציוניזים?


תוקן על ידי המהדרין ב- 19/04/2010 20:30:14

צביהירש » 20/4/2010 03:30

טעות הוא בידך

איך בין געוועהן דערביי אין אלטן גרויסן ביהמד"ר ווען ס'איז געוועהן א ברית ביי רביה"ק זי"ע ביום ב' בהר תשכ"ז אין רבינו האט געהייסן זאגן תחנון. נאך דעם וואס דער בעל תפילה האט גיענדיגט הויכע שמונה עשרה האבן די בחורים געקוקט צום ריכטונג ווען רביה"ק האט אויסגעטרעטן און ער האט געהייסן זאגן תחנון חאטש ער האט געזעהן דעם בעל ברית און ס'איז מעגליך אז א אנדערס מאל האט ער אנדערש געטוהן. נאר דאמאלט איז זיכער אזוי געוועהן. 

גערעכטער1 » 20/4/2010 04:02

נישט קיין טעות נאר סתם א שקר, דער רבי זי''ע האט זיך קיינמאל נישט מוציא געווען מן הכלל.

מאןדפליג » 20/4/2010 22:18

"מען" זאגט אז אזוי האט דער חזון איש געהייסן טוהן.