נו, מ'האלט שוין נאך אלע שפילערייען טראקס מייקס, וואס די ארונישע הולכי בג''ץ העולמי האבן אראפגעשפיעלט.
ועוד קשה אפי' זיי זענען מודה, אז די אישו איז שוין נישט אין בג"ץ,
נאר די גאנצע מחלוקה איז ווער וויל נישט אינטער שרייבן שטרי בירורין
האט שוין אמאל איינער געזען אז מ'מאכט א מחאה, אויף אן עבירה וואס מ'האט געטוהן יארן צוריק?????
סאמטינק פישי, אינטער דעם גאנצען עצרת -פלעי
איך גלייב נישט ס'איז געווען א גרעסערע עולם, ווי ביי דעם באקאנטן חוה"מ "בובקעס" דרשה..........................
און דאכט זיך מיר ס'איז אפי' געווען אין דעם זעלבן המפואר........................
e]
אינטערסאנט ווי די ארוינים רופן אים אליינס אן "קעציל פרעציל"
מאותו ענין,
ער האט זיך אלעס אליינס פארדינט!
איך פארשטיי נישט פארוואס מען האט אים געדארפט איבערבעטן?
האט ר' געציל שוין איבערגעבעטן רבינו שליט"א?
האט ר' געציל שוין איבערגעבעטן הגה"צ משארמאש שליט"א
האט ר' געציל שוין איבערגעבעטן הגה"צ מטשאטא שליט"א
האט ר' געציל שוין איבערגעבעטן די 3 נייע פארפאלק ?
וואס מען האט די אלע מבזה געווען ברחובות העיר און געטרינקען זייער בליט אן אן אויפהער!
אלס נאר וועגין זיין פאליטשע שטעלע!
די ביסט טאקע אזא טיפוש?
ר' געציל האט קיינעם פערזענליך נישט אטאקירט, ער האט ס''ה געזאגט זיין דעת תורה, אין לויט דעם קומט אויס אז זיי האבען א דין פין א פורץ גדר
אפשר דארף די רבי ז''ל איבערבעטן די ציונים (ר''ל להאי דעתא)
קומט דא אפאר היידפארק שרייבערל'ך אין אטאקירן אזא גאון, בלויז ווייל ער פסקנ'ט אנדערש ווי זיי, ה''י
קען דען נישט זיין א מציאות בעולם אז א מענטש זאל האלטן אז ע"פ תורה איז די סידור קידושין אסור? ממש אומעגליך? ער איז דאך א דיין, ער איז ענטייטעלט צו פסק'ן און אלע מקצועות און אלע מצבים, טאר ער עפעס נישט פסק'ן אין א מקצוע פון סידור קידושין? פארוואס ווייל עס האט פאליטישע נאכווייען, הזאת תורת אמת?
אפי' לו יצויר מ'וואלט איהם ארויסגעווארפן ווען ער פסקנ'ט נישט אז ס'אסור, (וואס שטימט נישט מיט זיין לאנגע היסטאריע פון שטיין ווייט ווייט פון די אהרוני זאלויני מחלוקה), פארמינערט עס נישט קיין כל שהוא זיין נאמנות אין פסקי התורה.
ווי קומט דא פייניגן, זיי האבן בלויז געטאן דאס מינדעסטע וואס סיי ווער וואלט געטאו ווען מ'זעהט אזא חורבן אז אידישע קינדער וואוינען - לשיטתם - מיט פסול'ע קידושין,
איך האב שוין געשריבן איינמאל אז די ארוניס ווייסן זייער גוט די בני יואל וועלן זיי נישט פאלגן, אבער ווי זיי ערקלערן און זייער קונטרס איז זייער איינציגער ציל, צו אויפקלערן שאר העולם וואס זענען נישט בלינד צוליב שנאה ונצחון, און מיט דעם מיינעך וועלן זיי לכאורה מצליח זיין אז קיין שום פרעמדער רב אדער משפחה וועט נישט מסדר קידושין בלי רשות המרא דאתרא.
מאך דיך נישט ווי א תם
און שטויסט ווי א מועד!
וואס מיינסטו צו פרעגן "ווי קימט דא פייניגן"
יא ר' געצעל האט שוין מיטגעלעבט זייט תש"נ יארן און ער ווייסט פינקטליך וואס מיינט טעראר פון הרא"ט
און יעצט האט ער אליינס נאכאמאל אנגעהויבן דער נותן יד לפושעים
כדי מצער זיין די נייע פארפאלקס
ער איז אויך דער נותן יד אויף מבזה זיין די רבנים הצדיקים
סא סטאפ שפילן ווי א תםמעוואטה
די געשוויסטער פון איינע פון די חתן וכלה האבן בדמעות שלוש זיך געבעטן צו ענקער ר' געצעל
(ווי עטץ ריפסט אים אן קארעקטלי קעצעל-פעצעל)
אז ער זאל זיין בשב ועל תעשה און זיך נישט ארויסשטעלן ווייל עס וועט נאכאמאל אויפלאקערן דאס רשעות ווי און די נ' יארן
ולא שת ליבו גם להם
נו זאג דו אליינס איז ער נישט דער וואס האט דאס מערסטע חלק אין די שפיכת דמים ובזיון ת"ח?
ביודעו ומכוון
פארשטייט זיך אליינס אז דער ערשטער וואס איז שולדיגט אין זיין פעיראלל באס "רא"ט"
מיט'ן נישט געלונגענעם ציל צו פארווישן דעם שרעקליכן אומ-אויסמעקבארן פלעק און קאפוויי וואס זייער רבי האט זיי אנגעווערטשאפט מיט'ן חחוה''מ אויסבראך פון קאקאו-אינטערנעט-כלי-חמץ-מצה-באבקעס.
פאר כלל ישראל איז עס עכט געווען א חוה''מ אונטערהאלטונג - א מילתא בדיחתא וואס איז נאך אלץ גענוג גוט צו ברענגען עני ערנסטע מענטש אויסצוברעכן אין א געלעכטער...
די שאלה איז וואס איז נעקסט אויפן סקעדועל צו פארווישן דעם ר' אהרן-סומאטאכע?
תוקן על ידי המהדרין ב- 19/04/2010 15:43:16
סארא אנטוישינג: אונזער רעדנער האט אונז אויסגעשפילט!
מיר האבן געווארט און געווארט אונזער רעדנער ר' אהרן זאל זיך אויפשטעלן רעדן, און גארנישט!?
די זאליס זענען זענען ר' אהרן'ס גרעסטע פענ'ס, די ארונים שטאפן זיך צו די אוירן און ציפן זיך די פיס ווען ער רעדט, און די זאליס? - מיט אנגעשפיצטע אויערן און מיט א שמייכל אויף די לעפצן הערן זיי אים אויס און גיבן אכט נישט צו פארפאסן א איינציג ווארט...!
תוקן על ידי זעליג_כהן ב- 19/04/2010 05:32:20
איין זאך פארשטיי איך נישט,
וואס האבן זיי זיך יעצט דערמאנט,
ווי זענען זיי געווען פאראיאר ה' אייר, פאר צוויי יאר ה' אייר.
איך האב מורא די קדחת האט זיי געכאפט זענדינג, ווי די קהילה שטעלט צו אזא ערנסטע עצרת דעס יאר, נאך די גרויסע חילול השם, מיטן זיך רייצן מיט אבאמא,
און די מורא איז געווען אז די ערנסטע דארט וועלן זיך אריבער כאפן הערן, האט געמאכט די גאנצע באלאגאן,
וואס האבן זיי זיך יעצט דערמאנט,
ווי זענען זיי געווען פאראיאר ה' אייר, פאר צוויי יאר ה' אייר.
איך האב מורא די קדחת האט זיי געכאפט זענדינג, ווי די קהילה שטעלט צו אזא ערנסטע עצרת דעס יאר, נאך די גרויסע חילול השם, מיטן זיך רייצן מיט אבאמא,
און די מורא איז געווען אז די ערנסטע דארט וועלן זיך אריבער כאפן הערן, האט געמאכט די גאנצע באלאגאן,
ועוד קשה אפי' זיי זענען מודה, אז די אישו איז שוין נישט אין בג"ץ,
נאר די גאנצע מחלוקה איז ווער וויל נישט אינטער שרייבן שטרי בירורין
האט שוין אמאל איינער געזען אז מ'מאכט א מחאה, אויף אן עבירה וואס מ'האט געטוהן יארן צוריק?????
סאמטינק פישי, אינטער דעם גאנצען עצרת -פלעי
ויהי ממחרת...
עס איז געווען א מחזה הוד צוצוזעהן וויאזוי עס קוקט אויס ווען 'יאוש און פארלוירנקייט' זיצט ביים רעדל... פאשקעווילן זענען געפלויגן, מייקס האבן געשריגן, דרשנים האבן זיך אויסגעגארעט, דער האט-ליין האט אריבערגעפירט א לייוו הוק-אפ, און אפילו דער עזרת נשים איז געווען געפאקט מקצה אל הקצה...
מען האט אריינגעברענגט דעם אגלי דבש מיט עמרם כהן פון קרית יואל, דעם חמשה עשר רב מיט זיין דיין, דער שטודירטער לייכטאג פון בארא פארק, אייזלן פון גאנץ ניו יארק רבתי, אבער דער עולם פרעגט נאך אלץ די פראגע "פארוואס שרייבט דער רבי נישט אונטער די שטרי בירורין".
עס איז קיינעם נישט קיין סוד אז דער איווענט אין הופפער האט געדארפט דינען א צוויי פאכיגן ציהל; צום אלעם ערשט פארדעקן די געלונגענע דרשה וואס איז געזאגט געווארן אויף דעם זעלבן פלאץ מיט א קנאפע פאר וואכן צוריק דורכן אונטערנעט מפיץ זעלבסט. און דער עיקר צו פארטושן די קליינע מוחות מיט ספינס איבער דעם ביטערן מציאות וואס שפילט זיך אפ אין ציוניסטישן בג"ץ.
פון די אלע דרשות וואס זענען געזאגט געווארן האט קיין איינער נישט געקענט ערקלערן פשט פון דעם עקשנות וואס דער סבלן האט, נישט אונטערצושרייבן שטרי בירורין צו גיין צו א דין תורה. אויסער שרייען קאזאק הנגזל, זענען קיין קלארע דיבורים נישט געהערט געווארן. א חוץ דעם הארץ רייסענדן יקרבו געשריי פונעם בן הבכור, וואס איז א ריכטיגער הולך בדרכי אבות, און געשריגן מיט פאטאס "דער טאטע זכרונו לברכה"... זענען קיין זאכליכע דיבורים דארט נישט געווען צום האבן.
מען האט פאר דעם איווענט פארארבעט מעשים, מען האט אפילו אפגעשטויבט דעם טיטל 'בעל ויואל משה' און איר גע'חזר'ט איין מאל און נאכאמאל מיט די באטייליגטע, אולי וועט מען אזוי אפקויפן סימפאטיע פונעם ציבור אז מ'דארף נישט זיך ברעכן און אונטערשרייבן שט"ב.
מען האט אויפגעשטעלט מסלתה ומשמנה פון די חלה דעקלעך שרייען אז דער צד שכנגד זאל ארויסגיין פון בג"ץ, אפילו דעם פארקאלעכטן בערל פריעדמאן האט מען ארויסגעשלעפט פון אלד-עידזש האום פאר דעם צוועק, און ער האט באצויבערט דעם ציבור כדרכו.
די רעזעלוציעס זענען זייער קלאר; הר' אהרן טייטלבוים דער מרשה פון די נידערטרעכטיגע קלאגע אין טמא'נעם בג"ץ, האלט נישט ביים אונטערשרייבן שטרי בירורין זיך צו שטעלן צו א דין תורה!
מען פירט ארום דעם ירושלימער רב שליט"א מיט נאכאנאדע תירוצים, אבער קיין שטרי בירורין האט מען נאך אלץ נישט אונטערגעשריבן!
מען שטאפט די האזלעך מיט פאברעצירטע פאקטן, אבער קיין שטרי בירורין וועט ער נישט אונטערשרייבן!
מען נעמט אויף אלישע הורוויץ פאר ווארטזאגער אין דעם נושא, ווייל קיין שטרי בירורין וויל מען נישט אונטערשרייבן!
אצינד שאקלט אלע מיטן קאפ "ארויס פון באגא"ץ.... אבער שוין!!!"

תוקן על ידי לאפלאש ב- 19/04/2010 07:00:53
עמרם כהן, דער באוואוסטער מסית ומדיח, וואס האט נאך געהאט די חוצפה און העזה צו זיך אויפשטעלן ברבים בין פסח לשבועות תשנ"ט אין גרויסן ביהמ"ד אין קרית יואל מיט די ארגסטע לשונות אויף רביה"ק בעל ברך משה זי"ע. און אפאר יאר שפעטער האט ער זיך ברייט באקאנט געמאכט מיט זיין פייערדיגן חסדי השם טאנץ אויפן באלעמער אן א קאפל. האט געהאלטן געשפאנט די ברייטע מאסן מיט ערשט-האנטיגע, האר-אויפשטעלענדע געשיכטעס און רעזעלוציעס...
קודם האט ער געהאט א באריכט, וואס קומט לכאורה פונעם פאליציי שעף אין בני ברק, אז ביי א בר מצוה וואס איז אפגעהאלטן געווארן אין די התמר זאלן האבן די זאליס ה"י גערופן די פאליציי אז א איד מאכט בר מצוה, א חינגא, אין זייער טרויער טאג דער 'יום הזיכרון', און די פאליציי האט פארשטערט די שמחה...
נאכער איז אים צוגעטיילט געווארן דעם כבוד פון שליסן דעם "קאווער אפ" איווענט, און פארליינען די רעזעלוציעס.
מען האט ארויסגענומען פון שופלאד דעם אלטן פייל פון די חובת הלבבות שיעורים, און זיך גענומען האקן און בראקן אויף די בעלי זרוע וואס האבן איבערגענומען סאטמאר שנת תשנ"ט...
מען האט זיך געעפענט א פיסק אויף הגאוה"צ חברי ביד"ץ דקהלתינו הקדושה שליט"א, און געפאדערט אז זיי זאלן זיך נישט לאזן פרעשורן פון די בעלי זרוע וואס קומען צו זיי מיט צעטליך אונטערצושרייבן.
ער האט גענומען די אלטע "אלף בית גימל" שפיל וואס דער אונטערנעט מפיץ האט נאך גענוצט בשעתו, און געשטעלט שארפע אולטומאטימ'ס און פאדערונגען, געוויינט צו די מאסן זיי זאלן זיך חלילה וחס נישט לאזן איינרעדן פון די גאס אז דער צד שכנגד האט שוין אונטערגעשריבן שטרי בירורין, און אצינד ווארט אלעס אז דער סבלן זאל אונטערשרייבן.
ער האט פארענדיגט מיט א געשריי "גייטס ארויס פון באגא"ץ"!!! אבער שוין!!!....
עמרם'ל; אז דער כבוד פון סאטמאר ברענט דיר אזוי, פאר נאך היינט נאכט אראפ אויף סאנז קט. פארשפאר דיך מיטן סבלן און פארשאף אים א רענצל ער זאל קענען ארויסגיין פון בג"ץ, אבער שוין!!... זעה ער זאל אונטערשרייבן שטרי בירורין, און זיך נישט אויפפירן ארגער ווי איינער פון די 'שוואכע חסידות'ער' וואס אפילו זיי ווייסן אז א סכסוך בעניני ממנות גייט מען צו די"ת און נישט צו א געריכט!!!

וואס גייט באמת פאר מיט די בג''צ ?אפשר ווייסט איינער
וואס גייט באמת פאר מיט בג''ץ? אפשר ווייסט איינער?
תוקן על ידי וויליבאג ב- 19/04/2010 07:38:55
היסטארי ריפיטס איטסעלף!!! ווער געדענקט דען נישט דעם בחירות פלעי, דעם כותל פלעי, די שלש שבועות פלעי, די ניתוחי מתים פלעי, די גיוס בנות פלעי, די אסורי ציון פלעי, תכנית הליב''א פלעי, און יעצט די בג''ץ פלעי, יא מיט ליצנות זינקט איר אין שאול תחתית...
גערעכטער.
ביז היינט האט מען נישט געוויסט פון אזא מושג ווי "כותל פעלי" "בחירות פעלי" וכדו'... איר זענט די וואס מאכן פון אלע הייליגע מערכות א פנים פון א "פלעי".
די וועלט זאגט אז די גאס זינקט טיף און די אידן זינקען ליידער מיט, טאקע נישט אזוי שנעל און שטארק אבער פארט האט דאס א השפעה...

הייסט דאס אז מוחה זיין אויף הליכה לערכאות הציונים איז א פלעי, איז פארוואס איז דער איסור צו גיין צו די בחירות נישט א פלעי?, ביידע שטאמען דאך פון ויואל משה, נאר וואס דען ווען מען האט נישט וואס צו ענטפערן מאכט מען ליצנות און עס ווערט א פלעי, איך האב נאר פארגעסן צו צושרייבן "עפרא לפומייכו!!!"
|
יעצט האסטו געענטפערט פונקט ווי א תלמיד פון רא"ט דארף צו ענטפערן:
בחירות, כותל, שלש שבועות, ניתוחי מתים, גיוס בנות, אסירי ציון, כולל שומרי החומות, תכנית הליבה אלעס איז ביי מיין רבי'ן א פלעי, יעצט שפילט ער סאטמאר'ער רבי,
אזוי ווי ער האט מסביר געווען אין זיין באקאנטע העריטעדזש דרשה, אז אידישקייט וואס ווערט געלערנט אין קרית יואל פאבליק סקול איז נישט ווייל דער אויבערשטער האט געהייסן' נאר פאר העריטעידזש!
נעכטן ביים גרויסארטיגן "מעמד הוצאות הבאבקעס", ווען די חכמי כעלעם זענען ענדליך אויפגעקומען מיט אן עצה אוועקצונעמען דעם אויפמערקזאמקייט פון רא"טס באבקע דרשה, ביי וועלכן ער האט צוזאמען גערעדט שטותים מיט הבלים איבער קאקאוי לאנג איילאנד ווייץ און קעגן די פלעטבושער אידן, פול מיט אפענע שקרים און געדעכטע שטותים, וואס האט געברענגט אז רא"ט זאל ווערן ללעג ולקלס איבעראל, און אפילו די אייגענע מענטשן האבן נישט געוואוסט וועמען מען דארף דא באשולדיגן דעם רא"ט אליין, חיים שלמה פישער, אדער דוד עקשטיין. האט מען באשלאסן אז מען גייט מאכן א מעמד הוצאות הבאבקעס, מען גייט אנהייבן א קאמפיין פון באגאץ אזוי וועט מען אויפהערן רעדן פון די באבקעס.
עס איז וויכטיג צו וויסן, אז עס זענען געווען אפאר ערנסטע אהרונים וועלכע האבן זיך געבעטן מען זאל נישט מאכן דעם פאליטיק פארזאמלונג אינעם טאג פון ה' אייר, ווייל עס נעמט אוועק פון די ערנסטקייט פונעם טאג. אבער די פירערשאפט האט געענטפערט אז פונקט פארקערט מען איז שולדיג א "נקמה אקציע" פאר די "רעבעזעכרוינעלברוכע" אידן וועלכע האבן צובראכן דעם סידור קידושין אין קרית יואל, איז די בעסטע זאך מען זאל זיי טשעפענען מיט זאכן וואס זענען הייליג ביי זיי, ווי כולל שומרי החומות, און ה' אייר וכדומה.
יא ביי ענק זענען די אלע זאכן א פלעי, און פארדעם האטס עס נישט קיין עכטן געפיל פאר קיין שום זאך ואוס האט שייכות מיט סאטמאר, און מיר רביה"ק זי"ע.
אבער פאר אונז ביטע פארקויפט נישט קיין באבקעס!
יא ליידער איז דאס דער אמת מיט ר' אהרן'ענען
אלעס איז א פלעי.
יעצט שפילט ער שובבים, יעצט שפילט ער קנאי, יעצט שפילט ער קלויזענבורגער, יעצט שפילט ער מחמיר, יעצט שפילט ער מקיל.
דאס איז באמת דער ענטפער אויף אלע זיינע סתירות, אז ער שפילט נאר א געים.
אין די ערשטע טצענע איז ער יאכצל, און די צווייטע טצענע איז ער שוין פארשטעלט פאר יאנקל פון פאריז,
דא לאכט ער און דא וויינט ער,
גארנישט איז נישט ערנסט אלעס איז נאר א שפיל.
ממילא איז בכלל נישט שווער וויאזוי ער קען זאגן אז לאנג איילענד ווייץ איז חמץ,
ווען אין זיין בעקעריי נוצט מען דאס,
עס ווענדט זיך וועלכע פארט ער שפילט יעצט.
אויף אפצוטאן די "רעבעזערוינעליברוכע אידן" איז ער גרייט צו מאכן א ה' אייר שפיל און שרייען אז סאטמאר זענען ציונים,
אויב ווילט איר פארשטיין דעם נארישן פלעי פון שפילן בעגאץ ה' אייר, הערט נאכאמאל איבער די באבקע דרשה פון חוהמ"פ, און מיט א רבי'ן אזא חכם, איז שוין נישט קיין קשיא אויף די חסידים.
פארשטייצעך אין א גיטן טאג, איר זענט א באנדע ליצנים, און מען דשארף אייך שרייבן ברחל ביתך הקטנה, ביי אונז אהרונים איז גארנישט נישט קיין פלעי, נישט בחירות, נישט חטא הידועה, נישט כותל, נישט ויואל משה, און נישט די שלש שבועות, אלעס איז דברי אלקים חיים, אבער ביי אונז איז דער גאנצער ויואל משה כמסירתן מסיני, בחירות מיט בג''ץ איז אותו דבר, איין זאך, ביידע איז ביהרג ואל יעבור, און אויב ביי אייך איז איסור הבג''ץ נאר געווען א פלעי, דאן איז דער רבי זי''ע געווען א גיטער שפילער און א עקטער, איר קענט אייך נישט וועלן, געוויסע מאמרים אין ויואל איז קראנט און געוויסע איז נאר א פלעי, מעיק אפ יאר מיינד.
גערעכטער
קען זיין דו האסט נישט געהערט קיינמאל דיין רבי'ס העריטעדזש דרשה ווייסטו נישט וואס עס מיינט "שפילן" אידישקייט.
לענינינו, מיר האבן דעם ויואל משה זייער גוט אדורכגעלערנט, און רביה"ק זי"ע שרייבט דארט אז "מחוקק זיין חוקי עכו"ם פאר אידן איז יהרג ואל יעבור", ער שרייבט דאס נישט אויף "נוצן" די ציוניסטישע ערכאות מיט א היתר בי"ד, און ער שרייבט עס נישט פייטן א טיקעט אין מדינת ישראל וכדומה, און ער שרייבט עס נישט אויף רופן פאלייציי ווען איינער ברעכט איין ביי דיר אין די דירה אין ארץ ישראל.
נאר וואס דער ר' אהרן, האבן במכוון געמאכט א "טעות אמרקני זוטר" אנצורופן דעם בית המשפט אין ארץ ישראל "בגץ", כאטש ער אליין איז גאר געגאנגען אין בעגאץ צו אפיעלן דעם פסק פון א נידריגערן שופט,
דערמיט האט ער געוואלט פארקויפן "באבקעס", פאר די אמעריקאנער אידן וואס ווייסן נישט פונקטליך וואס בג"ץ איז, און זיי ווייסן עפעס אז דער רבי שרייבט אין ויואל משה קעגן בג"ץ, זאלן זיי מיינען אז דאס איז היינו הך.
דו שרייבסט אז "בחירות און בגץ" איז היינו הך!
אבער דו שרייבסט נישט וואס בגץ.
זיין א "מחוקק" פון חוקי עכו"ם פאר אידן איז יהרג ואל יעבור, זיך באנוצן מיט די חוקי עכום דאס הייסט שוין "ערכאות" און אויב מען גייט אן א היתר בי"ד איז מען מרים יד בתורת משה.
אבער אויב מען האט צו טאן מיט אהרונישע הולכים בערכאות, וועלכע זענען געלאפן צו די ציוניסטישע אינסטאנצן איבערשרייבן אונזערע נכסים מיט פאלשע וועגן, מעג מען זיך באשיצן בערכאות דורך א היתר בי"ד,
אויף דעם האט דער רבי קיינמאל נישט געזאגט אז מען טאר נישט, און אלע סאטמארע בנינים וואס ווערן געקויפט אין ארץ ישראל ווערן פארשריבן אין די ביכער פון מדינת ישראל, ווייל ליידער זענען זיי דער שלטון דארט!
און ווען די אהרונים האבן געוואלט מיט פאלשקייט איבערשרייבן אונזערע נכסים וועלכע זענען פארשריבן ביי די ציוניסטישע אינסטאנצן האט מען נישט געהאט קיין ברירה נאר גיין מודיע זיין פאר די אינסטאנצן איז יענע זענען שווינדלערס.
אויף דיר פערזענליך האב איך נישט קיין קשיות, ווייל דו קענסט זיך נישט אויס
אבער דיין רבי ווייסט יא דעם אמת, און דאך שפילט ער דעם ה' אייר בעגאץ שפיל, ווייל אידישקייט איז ביי אים נאר א שפיל.
טאקע א מעכטיגער עם הארצות פון מיין רבי שליט''א אז ער האט אנגערופן דעם בית המשפט הציוני מיטן טיטל בג''ץ, פארפאלן ער איז א מוראדיגער עם הארץ, איך האב געזיכט אין ויואל משה ווי דער רבי זי''ע שרייבט אז נאר אין בג''ץ טאר מען נישט גיין אבער אין בית המשפט הציוני איז גאר א מצוה צו גיין, און ווער שפילט א געים?, דאס איז קלאר אז גיין אין בית המשפט הציוני איז ביהרג ואל יעבור, און ווער עס גייט דארט איז א מרים יד בתורת משה, און א כופר מין ואפיקורס, און אויב הייסט דאס ביי ענק א פלעי, זאלט איר וויסן אז ס'איז א פלעי מיט פייער, אגב, די רבנים אין בני ברק שרייבן קלאר אז איר זענט מרימי יד בתורת משה, און מחללי השם אויפן ערגסטן מאס, און איר רופט דאס אן א פלעי, וועגן דעם זענט איר אויסגעשפיגן ביי כלל ישראל, נאר אפאר מלחכי פינכא וואס פארקויפן זייער נשמה פאר א נזיד עדשים, נאר זיי זענען מיט ענק, אויזער זיי זענט איר צו שאנד און צו שפאט ביי כלל ישראל,
איך האב נישט יעצט צופיל צייט וועל איך מגיב זיין בקיצור, איך האף מיך נאך צוריק צוקערן
איך ווארט אויף אן ענטפער.
|
איך ווארט אויף אן ענטפער.
תוקן על ידי נארוואסדען ב- 20/04/2010 00:31:28
איינער האט געשריבן אז דיין רא"ט איז א "עם הארץ"? אדער אז דאס איז "עם הארצות"?
פארקערט, ער איז א גרויסער בקי אין די איזרעאלישע קאורט סיסטעם, זיין ווייב האט דאס געלערנט אלס מיידל אין סקול. און ער פערזענליך וואס האט שעירס אין בני ברק איז שוין געגאנגען אין ציוניסטישן קאורט.
ווי שרייבט דער רבי בכלל אין ויואל משה אז אין בג"ץ טאר מען נישט גיין?
אוודאי טאר מען נישט גיין אין "ערכאות" נישט אין ארץ ישראל און נישט חוץ לארץ
און ווייל ר' אהרן איז געגאנגען בערכאות אין חוץ לארץ, און האט מרים יד געווען בתורת משה רבינו
האט אים זיין הייליגער טאטע דער ברך משה זי"ע צוגענומען די רעכט אויף סידור קידושין אין קרית יואל.
נאר ביי ר' אהרן איז יעדע זאך א שפיל, ער שפילט ערנסט און ער שפילט וויינעדיג,
ער שפילט יום כיפור, אבער ערב יום כיפור נאכמיטאג האט ער נישט קיין פראבלעם אנצופירן טעראר קעגן איינעם וואס דאווענט אין א בית המדרש וואס איז נישט לרוחו, ווייל יעצט שפילט ער נישט.
יעצט אז ר' אהרן אנגעמאכט בזיונות מיט זיין נארישע חוה"מ דרשה, און די אהרונים שעמען זיך געפערליך, האט מען באשלאסן צו שפילן דעם בעגאץ שפיל, און טאקע ה' אייר, איז זייער וויכטיג צו ווייזן פאר די וועלט אז סאטמאר שלאגט זיך צווישן זיך,
לויט דעם אהרונישן שפיל, דארף מען מאכן קומענדיגן יאר א פראטעסט קעגן רבינו שליט"א פארענט פון ציוניסטישן קאנסול אין מאנהעטן אום ה' אייר.
נ"ב, צו זאגן אז גיין אין "קאורט" אין ארץ ישראל איז ביהרג ואל יעבור וואס רבינו הק' זי"ע האט קיינמאל נישט געזאגט איז יא א געפערליכע עם הארצות. וואס ווייזט ווי אומקראנט ר' אהרן איז.
הגם היינט מיט זיינע נארישע חמץ בפסח און פלעטבושע קאקא דרשות, דארף מען שוין נישט צוקומען צו דעם, ווייל מען זען ווי אומ'אחריות'דיג ער רעדט.
אויב ר' אהרן האט דאס "מחדש געווען", וואלט ער כאטש געדארפט האבן א פסק פון ר' געציל אז ער האלט אויך אזוי. אדער זאל כאטש שיקן זיינע שריבערס "אויף די כלי" און זיי זאלן מברר זיין פארוואס עס איז יהרג ואל יעבר.
אלזא איז דא א מוראדיגע מחלוקה צעווישן אפאר קווינס בחורים און די בתי דינים אין ארץ ישראל די קווינסער באמעס שרייען אז די אהרונים זענען געגאנגען אין בית משפט הציוני און די בתי דינים אין ארץ ישראל שרייען אז די זאליס זענען די מרימי יד בתורת משה, און אפשר איז וואלערשטיין גאר א אהרוני, מוראדיג, די אהרונים שעמען זיך שרעקליך מיט זייער רבי און זענען גאר בשמחה מען זעט זיי ארום גיין מיט א אויפגעהויבענעם קאפ, און די זאליס לאכן פון רבי אהרן, און שעלטן מיט ביטערע קללות, עולם הפוך ראיתי, איך האב ליב דעם תירוץ פון די זאליס, קודם כל איז משה חיים געגאנגען אין קארט, נאכדעם איז דאס נישט דער בג''ץ, איך האב פאר זיי א בעסערן תירוץ דער רבי שרייבט אז מען טאר נישט גיין אין ערכאות הציונים, אבער די זאליס זענען נישט געגאנגען אין קארט, זיי זענען געפארן אין קארט, און אין ויואל משה שטייט נישט קיין ווארט פון פארן אין קארט.
מיינס א חבר א ארוני שרייט אויף מיר היינט אין די מקווה: ענק עסן חמציגע ציוניסטישע בג"ץ מצות, ענקער רבי איז א אמעארעץ, יו האב איך געלאכט
ווייסט איינער פארוואס דער רעב בענציון לאוב האט צום סוף נישט אויפגעטרעטן??
קען זיין אז ער איז פון די וואס האבן געהאלטן אז דער זמן פון ה' אייר איז נישט פאסיג פאר אינערליכע סאטמאר'ע פאליטיק!
יא די אסיפה אין הופער האט ערלעדיגט ביים קדוש אינטער צישרייבן די פאפירן פין שטרי ברורין!!
די פורים עצרת...[בילד – נישט אפגעהיט]
אזא גרויסע עולם איז געווען דארט?
שוין גארנישט קיין פורים
איך זעה אז קרית יואלער (דאס הייסט ער: קעציל פרעצל) דיין מיט הרה''ג אפרים שמעון לייכטאג (דא הייסט ער: קאלעזש בוי) האבען זיך אויך באטייליגט
שוין גארנישט קיין פורים
איך זעה אז קרית יואלער (דאס הייסט ער: קעציל פרעצל) דיין מיט הרה''ג אפרים שמעון לייכטאג (דא הייסט ער: קאלעזש בוי) האבען זיך אויך באטייליגט
דיןתורה, "פורים" איז נישטא קיין עולם ביי ענק..? וואס איז דיין חידוש?!
אגב, קעציל פרעציל איז שוין נישט אזוי ווייט אקטועל, זיי האבן זיך איבערגעבעטן סיי אין קומענדיגע אויסגאבע און סיי פערזענליך ארויף צו ר' געציל, אויב עפעס, זאג פעטי וכו' וואס מ'האט אים קיינמאל נישט מפייס געווען

איך האב נאך אין מיין לעבן נישט געזען דעם "ניו קאמער" דעם וועם דיןתורה רופט קאלדש בוי. קען איינער אזוי גוט זיין און מיר אנצייגן אויף די פיקטשערס וועלכער דער איז?
הרה''ג רבי אפרים שמעון ליכטאג דארף נישט אז די זאלסט אים קענען
פרעג דיך נאך אין ב''פ בפרט ווער רבי אפרים שמעון איז
(נישט אז איך האלט אז די ווייסט נישט ווער איז, נאך איך ענטפר דיך אויף דיין שפראך - פליצלינג ווייסטו נישט עפעס)
ווען ער האט באשיינט די עצרת הספד פין צד מהרז''ל אויפן ברך משה אין מנורה זאל איז צד מהרז''ל געווען גאנץ פרייליך אז דער גרויסער קאנאן פין צד מהר''א איז גאנץ פארווה (אזוי האט דעמאלטס אויסגעקוקט, ס'איז געווען פאר די ערכעות אין ב''פ וכו' וואס דאן האט צד מהרז''ל געפענט א מערכה מיט אים)

דיןתורה, איך האב דיר געבעטן א טובה. "צייג מיר אויף די בילדער ווער ער איז" ווילסט נישט? איז נישט, פארוואס ביסטו זיך מטריח אפצוקלאפן א גאנצע תגובה פון שטותים והבלים?
איך גלייב נישט ס'איז געווען א גרעסערע עולם, ווי ביי דעם באקאנטן חוה"מ "בובקעס" דרשה..........................
און דאכט זיך מיר ס'איז אפי' געווען אין דעם זעלבן המפואר........................
|
|
תוקן על ידי נארוואסדען ב- 22/04/2010 03:21:10
תוקן על ידי נארוואסדען ב- 22/04/2010 03:22:11
די סאטמארע מחלוקה איז נעבעך א חורבן איום ונורא, ס'א זוי געווארן אז די וועלט ציטערט צו זאגן מוסר פאר סיי וועלכער פון די 2 צדדים, איבערהויפט אויב עס האט א שייכות מיט די מחלוקה, אפי' זאל א צד זיך בוקן צום צלם וועלן פרעמדע שטיין 1000 מייל ווייט, אזוי אז ס'ממש א הפקרות געווארן, איך זאג נישט צו די זאלויניס זענען דא באגאנגען עפעס קעגן שיטת הויואל משה, אבער אפי' ווען יא וואלט עס פונקט אזוי אויסגעקוקט, די זאלויניס וואלטן עס אנגערופן "פלעי" צו וואס, און קיינער וואלט געקוק'ט אהין, פארשטייצעך בינו לבין עצמם וועט מען זיך באשולדיגן מיט אלע עבירות חמירות, אפי איין צד זאל זיך בלויז קראצן די נאז, מ'ווייס שוין באמת נישט וואס איז ערענסט און וואס איז פאליטיק,
וואס איז געווארן נעבעך מיט סאטמאר!!
וואס איז געווארן נעבעך מיט סאטמאר!!
|
אינטערסאנט ווי די ארוינים רופן אים אליינס אן "קעציל פרעציל"
מאותו ענין,
ער האט זיך אלעס אליינס פארדינט!
איך פארשטיי נישט פארוואס מען האט אים געדארפט איבערבעטן?
האט ר' געציל שוין איבערגעבעטן רבינו שליט"א?
האט ר' געציל שוין איבערגעבעטן הגה"צ משארמאש שליט"א
האט ר' געציל שוין איבערגעבעטן הגה"צ מטשאטא שליט"א
האט ר' געציל שוין איבערגעבעטן די 3 נייע פארפאלק ?
וואס מען האט די אלע מבזה געווען ברחובות העיר און געטרינקען זייער בליט אן אן אויפהער!
אלס נאר וועגין זיין פאליטשע שטעלע!
ביטע נישט פארדרייען דעם נושא האשכול. המנהל
תוקן על ידי המהדרין ב- 22/04/2010 19:01:14
גערעכט סקאט! יא פאליטיקס!
אין וואשינגטאן א סענעטאר א קאנגרעסמאן הייסן פאליטישן
זיי ארבייטן זייער שווער איבער זייער פאליטישן לעבן
זיי וועגען אין מעסטן אלע זייערע וואטס איבער זייערע זשאב
קיינער וועט נישט וואטן פאר א זאך וואס וועט אים שאטן פאר זיין ווידערערוועלען
די זעלבע ווערט אויך אנגעריפן לאקאלי "פאלאטיק"
עס איז נישט קיין ספק ביי קיינעם אז אויב ר' געציל בערקאוויטש,
ווי זיי ריפען אים אן "קעציל-פעצעל"
וואלט נישט זיך ארויס געשטעלט פאר די ארוינים קעגען די ס"ק
וואלט ער אויסגעזען ווי ר' עזריאל גליק, מיט א שלאס אויף זיין זיץ,
און וואלט געפלויגן מיט א 747 פון זיין פאסטן,
דאס ווייסט יעדער אז ר' געציל איז א וויולער איד,
אבער ער האט מער מסירת נפש פאר זיין דזשאב ווי פאר די תורה
און דאס איז דער חילוק צווישן אים און הגה"צ הדיין ר' מ"מ טירנויער שליט"א
הרב טירנויער האט מסירת נפש אין וואס ער האלט באמת
דעמאלטס ווען ער איז מיטגעשטאנען קעגין בני יואל
האט ער דאס באמת אזוי געהאלטן אפילו קעגין זיין אייגענע משפחה,
און יעצט ווען ער האט איינגעזען ווער דער ר' אהרן איז ל"ע
איז ער ארויס קעגין אים בחרב וחנית
אפילו זיין משפחה ווי לאה פאלאטשעק מיט אפפעל טרינקען אים זיין בליט וכדו'
דעסטוועגן האלט ער די תורה "לא תגירו"
יא ליידער פאר פאליטיק-א זשאב וועלן מענטשן פארקויפן זייער אייגענעם טאטן-רבין ר"ל
אין וואשינגטאן א סענעטאר א קאנגרעסמאן הייסן פאליטישן
זיי ארבייטן זייער שווער איבער זייער פאליטישן לעבן
זיי וועגען אין מעסטן אלע זייערע וואטס איבער זייערע זשאב
קיינער וועט נישט וואטן פאר א זאך וואס וועט אים שאטן פאר זיין ווידערערוועלען
די זעלבע ווערט אויך אנגעריפן לאקאלי "פאלאטיק"
עס איז נישט קיין ספק ביי קיינעם אז אויב ר' געציל בערקאוויטש,
ווי זיי ריפען אים אן "קעציל-פעצעל"
וואלט נישט זיך ארויס געשטעלט פאר די ארוינים קעגען די ס"ק
וואלט ער אויסגעזען ווי ר' עזריאל גליק, מיט א שלאס אויף זיין זיץ,
און וואלט געפלויגן מיט א 747 פון זיין פאסטן,
דאס ווייסט יעדער אז ר' געציל איז א וויולער איד,
אבער ער האט מער מסירת נפש פאר זיין דזשאב ווי פאר די תורה
און דאס איז דער חילוק צווישן אים און הגה"צ הדיין ר' מ"מ טירנויער שליט"א
הרב טירנויער האט מסירת נפש אין וואס ער האלט באמת
דעמאלטס ווען ער איז מיטגעשטאנען קעגין בני יואל
האט ער דאס באמת אזוי געהאלטן אפילו קעגין זיין אייגענע משפחה,
און יעצט ווען ער האט איינגעזען ווער דער ר' אהרן איז ל"ע
איז ער ארויס קעגין אים בחרב וחנית
אפילו זיין משפחה ווי לאה פאלאטשעק מיט אפפעל טרינקען אים זיין בליט וכדו'
דעסטוועגן האלט ער די תורה "לא תגירו"
יא ליידער פאר פאליטיק-א זשאב וועלן מענטשן פארקויפן זייער אייגענעם טאטן-רבין ר"ל
|
די ביסט טאקע אזא טיפוש?
ר' געציל האט קיינעם פערזענליך נישט אטאקירט, ער האט ס''ה געזאגט זיין דעת תורה, אין לויט דעם קומט אויס אז זיי האבען א דין פין א פורץ גדר
אפשר דארף די רבי ז''ל איבערבעטן די ציונים (ר''ל להאי דעתא)
קומט דא אפאר היידפארק שרייבערל'ך אין אטאקירן אזא גאון, בלויז ווייל ער פסקנ'ט אנדערש ווי זיי, ה''י
סטאפ די קרעפ!
די ווייסט גאנץ גיט אז ר' געצעל האט זייער גיט געוויסט
אז מיט זיין חתימה וועט מען אויסניצן צו פייניגען א גאנצען ציבור!
אויך ווייסט ער זייער גיט אז די בני יואל
וועלן זיך אינגאנצען נישט רעכענען מיט זיינע פעיראלל פסקים.
אויסער וואס די אלע סאטמארע דיינים ורבנים שליט"א
וואס האבן געפסק'נט פארקערט פון אים
וואס זענען נאך אזוי קאמפעטענט צו פסק'ענען ווי ער אין דעם ענין
אויסער דעם פסק פון רבינו הברך משה זצ"ל,
קען ער אויך זייער גיט די הלכה פון
כשם שמצווה לומר ,, כך מצוה שלא לא לומר דבר שאינו נשמע
און ווי באלד ער האט דאס יא געטון איז ער במזיד שולדיג
און די אלע טעראר און רשעות וואס רא"ט האט אפגעטון פארן ציבור
און אויף אלע בזיון ת"ח וואס זיי האבן אפגעטון
עס איז אן עוון בל יכופר וואס וועט אים באגלייטן ביז צו יענע וועלט!
אויסער אז ער וועט תשובה טון בעוד מועד
און איבערבעטן די אלע נייע פארפאלק וואס מען האט פשוט שופח דמים געווען
און אויך די אלע רבנים שליט"א ובראשם כ"ק רבינו שליט"א

תוקן על ידי סאנז ב- 22/04/2010 18:50:32
זאלסט מיר מוחל זיין אבער ר' געציל האט ארויס געזאגט אפאר מאל אין זיין דרשה אז דער מסדר קדושין אין די גלילות פין ק"י איז א פורץ גדר אין מיט דעם האט ער נישט געזאגט זיין מיינונג נאר אטקירט אנדערע רבנים וואס האלטן נישט ווי עם אין האבן יא מסדר קדושין געווען ווי למשל דעם רבי'ן אין הגה"צ משארמאש אין הגה"צ מטשאטה
|
קען דען נישט זיין א מציאות בעולם אז א מענטש זאל האלטן אז ע"פ תורה איז די סידור קידושין אסור? ממש אומעגליך? ער איז דאך א דיין, ער איז ענטייטעלט צו פסק'ן און אלע מקצועות און אלע מצבים, טאר ער עפעס נישט פסק'ן אין א מקצוע פון סידור קידושין? פארוואס ווייל עס האט פאליטישע נאכווייען, הזאת תורת אמת?
אפי' לו יצויר מ'וואלט איהם ארויסגעווארפן ווען ער פסקנ'ט נישט אז ס'אסור, (וואס שטימט נישט מיט זיין לאנגע היסטאריע פון שטיין ווייט ווייט פון די אהרוני זאלויני מחלוקה), פארמינערט עס נישט קיין כל שהוא זיין נאמנות אין פסקי התורה.
|
ווי קומט דא פייניגן, זיי האבן בלויז געטאן דאס מינדעסטע וואס סיי ווער וואלט געטאו ווען מ'זעהט אזא חורבן אז אידישע קינדער וואוינען - לשיטתם - מיט פסול'ע קידושין,
איך האב שוין געשריבן איינמאל אז די ארוניס ווייסן זייער גוט די בני יואל וועלן זיי נישט פאלגן, אבער ווי זיי ערקלערן און זייער קונטרס איז זייער איינציגער ציל, צו אויפקלערן שאר העולם וואס זענען נישט בלינד צוליב שנאה ונצחון, און מיט דעם מיינעך וועלן זיי לכאורה מצליח זיין אז קיין שום פרעמדער רב אדער משפחה וועט נישט מסדר קידושין בלי רשות המרא דאתרא.
|
מאך דיך נישט ווי א תם
און שטויסט ווי א מועד!
וואס מיינסטו צו פרעגן "ווי קימט דא פייניגן"
יא ר' געצעל האט שוין מיטגעלעבט זייט תש"נ יארן און ער ווייסט פינקטליך וואס מיינט טעראר פון הרא"ט
און יעצט האט ער אליינס נאכאמאל אנגעהויבן דער נותן יד לפושעים
כדי מצער זיין די נייע פארפאלקס
ער איז אויך דער נותן יד אויף מבזה זיין די רבנים הצדיקים
סא סטאפ שפילן ווי א תםמעוואטה
די געשוויסטער פון איינע פון די חתן וכלה האבן בדמעות שלוש זיך געבעטן צו ענקער ר' געצעל
(ווי עטץ ריפסט אים אן קארעקטלי קעצעל-פעצעל)
אז ער זאל זיין בשב ועל תעשה און זיך נישט ארויסשטעלן ווייל עס וועט נאכאמאל אויפלאקערן דאס רשעות ווי און די נ' יארן
ולא שת ליבו גם להם
נו זאג דו אליינס איז ער נישט דער וואס האט דאס מערסטע חלק אין די שפיכת דמים ובזיון ת"ח?
ביודעו ומכוון
פארשטייט זיך אליינס אז דער ערשטער וואס איז שולדיגט אין זיין פעיראלל באס "רא"ט"
[בילד – נישט אפגעהיט]
תוקן על ידי המהדרין ב- 22/04/2010 22:47:54
רח"ל אויף די ווערטער פין גרעכטער מהאט ענק איינגערעדט אזא זאכן רבינו הק' ז"ל האט קיינמאל אין קיינמאל נישט געזאגט די ווערטער רח"ל אויף אזא געשרייבכטץ