היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » אידישע געדאנק » חכימי די ליה ברמיזה. פאר אברהאם נישט...

חכימי די ליה ברמיזה. פאר אברהאם נישט...

7 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2779025

מיין_דעה » 18/4/2010 20:29

אבראהאם וועלכער איז געלאפן אלס א "סיטי קאנסיל" קאנדידאט און האט פארלוירן מיט א לענדסלייד שטעלט זיך ווייטער אהער אלס דער "ווארט זאגער" פונם היימישן ציבור.

ער האט זעט אויס נישט פארשטאנען דעם "רמז" אז "פארלירן" די וואלן מיינט "די ביסט נישט אונזער פארטרעטער" און ער שטעלט זיך ווייטער אהער מיט זייער א קליינע שכל.

יעצט איז די מדובר וועגן א רעסטאראנט וועלכע האט זיך לעצטנס געפענט הארט נעבן די היימישע וויליאמסבורג. די רעסטאראנט געהערט און ווערט געפירט דורך א "ריפארמער איד" וועלכע איז א מומר לכל דבר, ער דערקלערט ברבים אז ער אליינס עסט טריפות און ער לייגט צו "די פאקט אז איך עס טריפות מאכט מיר נישט פאר א שלעכטע איד"...

ער ערקלערט אז וויליאמסבורג איז שוין גענוג גרויס היינט, און לדעתו איז דא היינט אין וויליאמסבורג אידן פון "אלע לעוועלס". ער לייגט צו "ביי מיר אין רעסטאראנט וועלן אלע קענען הנאה האבן"... און עס איז א גוטע פלאץ אנצוהייגן א דייאלאג...

כדי צו שלעפן אויפמערקזאמקייט האט ער אויסגעקליבן אלס א נאמען פאר זיין רעסטאראנט דאס ווארט "טריפה"...

פאר אונז היימישע אידן איז דאס גאנץ ווייניג נוגע, מיר לעבן צווישן גוים און מיר זענען צוגעוואוינט צו די פאקט פון טריפה'נע רעסטאראנטן, קיין איין היימישע איד מאכט זיך דערפון נישט וויסענדיג בכלל, אבער דער ריפארמער איד וואס רעדט זיך נעבעך איין אז ער האט גענוג וו"ב אידן וואס וועלן יא קויפן ביי אים האט דווקא אויסגעקליבן די נאמען "טריפה" פאר פאבליסיטי, ער האפט אז מיט דעם וואס עס וועט ווייטאן פארן ציבור וועט ווערן א געראטשקע און אפשר אויך פראטעסטן און אזוי וועט ער האבן פרי-עדווערטייזמענט.

למעשה איז דאס זיינער א נארישער חשבון ווייל אונזער ציבור וועט בכלל נישט קוקן אויף זיין זייט, יעדער פארשטייט אז צו לאנג וועט ער נישט קענען אנהאלטן א טריפהנע רעסטאראנט אין א היימישע געגענט.

ביז אהער איז אלעס כשר וישר, ער פראבירט זיין מזל, דער עולם מאכט זיך נישט וויסענדיג, און פון דא ביזן פארקלאפן דעם געשעפט איז א שאלה פון צייט.

קומט צו גיין א ריפארטער מיט א איינלאדענונג פונם מומר און שגץ, ער דרייט זיך אן די וויליאמסבורגע גאסן, ער שטעלט אפ יעדע דורכגייער און פרעגט א "ריספאנס" צום רעסטאראנט, דער עולם ענטפערט מיט גרעסטן מאס פשטות "זאל אים וואויל באקומען, אונז גייט ווייניג אן וואס יענער טוט"... טרעפט זיך דער ריפארטער אין א פראבלעם, פון זיין גאנצע פאלן ווערט א עראפלאן, קיין מערכה קיין עקשאן... דערמאנט ער זיך פונם אלטן מויל מאכער... אפשר דארט וועט ער טרעפן עפעס זאכליך צו מאכן דערפון א פרשה...

דא קומט אריין דער אבראהאם און שטעלט זיך שוין ווידער אהער אלס דער (אומגעבעטענער) ווארט זאגער פונם היימישן ציבור...

אבראהאם, לעש אויס דיין פיסק! ווען די וואלסט געזאגט "מיר לעבן אלע אין ניו יארק מיט די זעלבע רעכטן, ער האט רעכט צו ענעפען עס איז נישט אונזערע געשעפטן" החרשתי סיי דער היימישער ציבור בלייבט מיט א פנים פון נארמאלע מענטשן און נישט קיין מענטשן פרעסער און סיי יענער וועט פארקלאפן זיין געשעפט. אבער פארוואס צוגיסן אויל צום פייער? האט אייך די פאקט פון "Former Candidate" נישט אויסגעלערענט אז די פארטרעסט נישט דעם ציבור?






תוקן על ידי מיין_דעה ב- 18/04/2010 20:33:55



תוקן על ידי מיין_דעה ב- 18/04/2010 21:02:00

sybarit » 18/4/2010 20:59

לויט ווי סקוקט מיר אויס וועט וויליאמסבורג נאך אסאך ליידען פון אבראהאם'ס פיסק

נפל » 18/4/2010 21:20

איך פערזענליך פארגין פאר דעם אברהאם דעם גאנצן כבוד פון די ניו יארק פאסוט. אבער יעצט האט ער געטון א שטות, דעה איז גערעכט, ווען ער זאל ווען זאגן, "ליסין ווי העוו נאו קאמעט" וועלט ער אויפגעטון צוויי זאכן, איינס ער האט נישט געגעבן קיין שטאף פאר די חברה, צוויי ער רעגט נישט אויף דעם ציבור. אבער אז מען האט נישט קיין שכל הייסט מען "אייזאק אברהאם"


תוקן על ידי נפל ב- 18/04/2010 21:21:37

באבקאס » 18/4/2010 22:16

ער האט דאך געזאגט בעת זיין קאמפיין אז ער האט ליב פיטער לוגערס נבילה פלייש, וואס ערווארט מען פון אים?
ער איז נעבעך א קראנקער עטענשאן סיקער,

קליפ » 18/4/2010 22:27

issac abraham gets a piggy back ride
* width="660" height="525"> <*

זיבענבערגן » 19/4/2010 08:57

ווייסט איינער וואו די געשעפט געפינט זיך?? דאכט זיך אז ס'איז ערגעץ אין די סאוט סייד געגענט נאך די בריק? נו, וואס איז די פראבלעם אז ס'איז דא טריפה געשעפטן אין די גויאישע געגענט?? פיטער לוגער איז א האלבע גאס אוועק.

קליפ » 20/4/2010 02:49

CBS News Visits Kramer's Hardware in Brooklyn
* width="660" height="525"> <*