די וואך איז געפלאנט אז קהל בית יואל וועט אריינגעבן א קלאגע אין פעדעראלען געריכט אנטקעגן די קעי. זשעי. ווילידזש, פארן אפשפארן דאס ביהמ"ד.
די ווילידזש ובראשם גדלי' סעגעדין וואס ווילן זיך שטארק ארויס זעהן פונעם סומטאכע וואס דוד עקשטיין האט אפגעקאכט, האט שוין געשיקט עטליכע מעלדונגען -אוו די רעקארד- פאר קהל בית יואל אז ער וויל יא געבן פערמיטן, און נישט ענדיגן מיט אזא מיאוס'ע מפלה ווי עס איז געווען ביי ביהמ"ד חרדים, נאר ער קען זיך נישט קעגנשטעלן זיין רבי'ן און זיין דרייווער דוד עקשטיין. האט ער געבעטן אז קהל בית יואל זאל נעמען שריט צו ווייזן אז זיי זענען ערנסט דערביי אנצוהייבן א קעיס אין פעדעראלן געריכט, אזוי ארום וועט ער האבן גענונג א גוטן תירוץ פארוואס ער וויל געבן די פערמיטן.
ווי נאר בית יואל האט באקאנט געמאכט אז די וואך הייבן זיי אן די פעדעראלע קלאגע, איז פרייטאג געקומען א שליח פונעם ווילידזש אז זיי ווילן זיך פריש זעצן צום פארהאנדלונג'ס טיש מארגן -זונטאג- אינדערפרי.
די פירער פון בית יואל זאגן אז זיי זענען גרייט צו קומען צום זיצונג, אבער דער קלאגע גייט נישט אראפ פון טיש, אויב וועלן זיי זעהן אז דאס איז נאר א ליצנות שפיל זיי ארומצושלעפן וועלן זיי גלייך אריינגעבן די קלאגע אין פעדעראלן געריכט.
איך ווייס נישט אויב דאס איז אמת אדער נישט
אבער איך מיין אז מען זאל נישט גארנישט אנעמען פין דעם ווילידש
ווייל טאקע היינט זענען זיי גרייט צי סעטלען אין זיי ווילען טאקע אלעס נאכגעבען אבער ווער ווייסט וואס וועט זיין נעקסטע וואך זיי וועלין זיך נעמען אויף א אנדערע פין אינזערע בתי מדרשים
לאמיר זיי איינמאל פאר אלעמאל פטור ווערען אינטערברענגען אין אזוי וועלין מער נישט האבען קיין פראבלעמען מיט זיי
דאס איז מיין מיינונג
| moishe12 כתב: | [בילד – נישט אפגעהיט] | איך ווייס נישט אויב דאס איז אמת אדער נישט אבער איך מיין אז מען זאל נישט גארנישט אנעמען פין דעם ווילידש ווייל טאקע היינט זענען זיי גרייט צי סעטלען אין זיי ווילען טאקע אלעס נאכגעבען אבער ווער ווייסט וואס וועט זיין נעקסטע וואך זיי וועלין זיך נעמען אויף א אנדערע פין אינזערע בתי מדרשים לאמיר זיי איינמאל פאר אלעמאל פטור ווערען אינטערברענגען אין אזוי וועלין מער נישט האבען קיין פראבלעמען מיט זיי דאס איז מיין מיינונג |
|
איך זעה נישט אז די ווילידזש זאל זיך האבן דערשראקן נאך וואס זיי האבן געליטן אזא דורכפאל ביי ביהמ"ד חרדים אז איך זאל אננעמען דאס וואס דו זאגסט אז אויב מ'וועט נישט אריינגעבן די קלאגע, נאר פארהאנדלן וועלן זיי וועלן זיך אנהייבן מיט אנדערע שוהלן.
עס האט גארנישט מיטן פארהאנדלן, אויב וועט דוד עקשטיין איינזעהן פאר וויכטיג אז כדי ר' אהרן טייטלבוים זאל אריינגיין טיפער אין דער ערד ברויך מען צושפארן נאך א שוהל, וועט ער דאס טוהן סיי אויב עס איז דא א פעדעראלע געריכט, און סיי אויב מען האט סתם פארהאנדלט מיט די ווילידזש. כנלע"ד.
איך האב מיך נאכגעפרעגט וואס זיי האבען געשיקט אין וואס עס גייט פאר
דאס איז וואס איך האב געהערט
זיי האבען געשיקט א צעטיל צי ר' זלמן לייב וואלדמאן אז היינט נאכט גייט פארקימען א מיטינג ווי מען גייט רעדין פין דעם קעיס
אין מן הסתם וועט ר' זלמן לייב ארויפגיין אינאיינעם מיט די לויערס צי הערין וואס זיי האבען צי זאגען
אבער האפענטליך וועט דאס זיין אין די בחינה פין וחזק השם את לב פרעה אזוי וועט מען שוין איינמאל פאר אלעמאל זען ארויס צי גיין פין זייער גלות אין זיך מאכען שבת פאר זיך.
איינער האט מיר גראדע געזאגט ביים צישפארען דעם שול אז ענדערש זאל עס זיין פארמאכט פאר גאנצע פינעף יאר אבער נאכדעם וועלין מיר עס עפענען איינמאל פאר אלעמאל אין קיינער וועט דאס נישט קענען פארמאכען
גראדע איז דאס זייער א גיט ווארט איך האלט אויך אזוי
אבער איך גלייב א ר' זלמן לייב ווייסט וואס ער טיט אין זאל ער טין ווי אזוי ער פארשטייט
די אהרונים זענען משוכנע אז דער שוהל איז פארמאכט פאר גוט
האסט א סברה אז זיי זענען מיטאינפארמירט?
עס איז פארמאכט פאר גוד, אבער נישט פאר גוט,
דאס מיינט געטרייסט מיט חלשות, בית יואל האט פארלאנגט א הירינג, און מען האט זיי איינגעמאלדן ווען דער הירינג גייט זיין, ווי געבראכן ווען געבראכן?
שארטקאט
לאמיר דיר מסביר זיין אויף אידיש וואס מיינט געבראכען
נישט קיין שום חילוק צי מען גייט יא אויפטין אדער נישט
אויב נאך וואס בית יואל האט שוין לאנג געבעטין אז זיי דארפען א הירינג אין זיי האבען עס נישט באקימען
אין נאך דעם וואס זיי האבען געסטראשעט זיי גייען אין פעדראל קארט האבען זיי באקימען א ענטפער וואס ביז היינט איז דאס ניטאמאל געקימען
מיינט דאס אז די ווילידש האט זיך געבראכען די פארשטייסט ?
אדער די מיזט נאך אלס צירוק שרייבען אבי עפעס ?
אדער אפשר יעצט קענסטי שוין אריינשיקען דיין עמטליכע (עפענטליכע) רעזיגנאציע אין מיין דף אישי
משה אנשולדיגט אויב די ביסט געווארן געטראפן, איך האב נישט צו דיר גערעדט, איך האב נאר געענפערט פאר לאפלאש אז דאס הייסט נישט געבראכן,
אגב פארשטיי איך נישט קיין איין ווארט וואס די רעדסט, מסתם רעדסטו מתוך צער אביסל נישט צו דער זאך,
וויל איך דיר מוסר מודעה זיין, אז לכאורה וועט דער ווילידש מאכן פורים פון בית יואל, הלואי נישט, אבער דאס איז מסתבר, און בנוגע דער פעדעראל עקשאן, מיין איך אז עס איז גארנישט אזוי גרינג ווי די מיינסט, הלואי בין איך מיך טועה, אבער דער ווילידש האט גוטע לויערס און זיי וועלן נישט מאכן אזאלעכע מיסטעיקס ווי זיי האבן געטוען ביי חרדים,
איך טראכט גראדע אנדערש
איך מיין אז די ווילידש ארבעט גראדע די זעלבע וועג ווי ביי חרידים
אין צים סוף גייט דאס אנקימען אין קארט
אין זיי גייען דאס עפענע
איך וואלט געהאפט אז די ביסט גערעכט אבער ווי איך זעה אז אביסל אנדערש די מעשה פון דעמאלס, זיי האבן זיך געלערנט,
איך האב זייער מורא אז די רבצין'ס בית מדרש וועט נישט געעפענט ווערן דורך א פעדעראל קאורט, אפשר וועט דער קאורט מאכן צרות אביסל פאר די ווילידש, עס קען אפשר ברענגן סיוויל רייטס קרימינאל קאמפלעינס אויב עס וועט ווערן גוט איבערגעוויזן די סיוויל רייט פארלעצונג, אבער לכאורה קיין שינוי אין דעם בית המדרש וועט עס נישט מאכן,
איך הער עס גייען אן שטילע פארהאנדלוגען ווייסט איינער עפעס דערוועגן?
פינקט א יאר צו דעי אשכול. וואס טוט זיך דארט? ס'רירט זיך עפעס? זיי זענען בכלל אין קאורט?
דערווייל זעט אויס אז די וואס זאגען עס איז פארמאכט פאר גוד האבען א שטיקל טענה
עס רירט זיך ממש גארנישט
קען מען שוין טרינקן א לחיים? גייט שןין אויף שבת זיין צוריק אפן דער קפה הויז? אבער דארף איך ווארטן נאך "אביסעלע!!!" איך געדענק ווען אביגדור יאקאבאוויטש ע''ה ובניו האבן געשאשקעט לחיים ווען זיי האבן באקומען דעם באריכט אז יאנקל פעקעטע האט מצליח געווען אריין צו ריקן די ממתקים פאר דעם פייער מארשאל, אוי אוי, די רעסט איז היסטארי...
דאכט זיך די קאפע הויז (גראדע גאר נאנאט צום רעבעצין'ס שול) איז נאך פעסט אפן, אבער די הייליגע ביהמ"ד וואו רביה"ק האט געפראוועט זיין הייליגע עבודה, און וואו מחברתו הטהורה הרבנית הצדיקת (היינט איז די הילולא) האט געטוהן אומצאליגע צדקה וחסד, און וואו הונדערטער אידן האבן יעדן טאג געלערנט און געדאווענט פון פיר אזייגער פארטאגס ביז שפעט אין די נאכט בהתמדה גדולה, דאס האבן די בריונים פארמאכט, און דערווייל האפט מען אויף ישועת ה'..