היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » כל העולם כולו » וואו זאל איך באלאנגען?

וואו זאל איך באלאנגען?

3 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2778360

דוד46 » 16/4/2010 21:11

אין שכנות'דיגן פורום בין איך געווארן דער טעמע פון טאג: ביידע צדדים ווילן דערגיין ווער איך בין, צי בין איך אן אהרוני אדער א זאלוני.

יעדער ברענגט ראיות ברורות אויף זיין זייט פארוואס איך בין אן אהרוני אדער א זאלוני.

איך בין שוין פשוט צעמישט און איך ווייס נישט וואו זאל באלאנגען

איך בין גרייט צו הערן פארשלאגן פון די גולשים.

לא_לנו » 16/4/2010 21:20

דוד זיי נישט אזוי צעמישט. האלט זיך שטארק אויף דיין שטאנד, זאל יעדער פון די ניקס דארטן זאגן וואס זיי ווילן, לאך זיי אלע אין פנים!

גיי ווייטער דיין וועג. העמיר זעהן וואו מ'קומט אן.

דוד46 » 16/4/2010 21:58

מען איז מיך חושד אז איך בין "לא_לנו"

ביזטו מסכים צו זיין איך?...