לויט די שמועות איז גאלדבערגער וואס איז די ערשטע אריין אין קארט, שוין ארויס פון קארט נעכטן, און סופר גייט היינט ארויס פון קארט.
עס איז א געוואלדיגער שמחה אז די חילול ה' פון קארט איז אפגעשטעלט געווארן, און מען גייט זיך שטעלן צו דין תורה.
תוקן על ידי געדענק ב- 20/04/2010 02:57:57
תוקן על ידי געדענק ב- 20/04/2010 07:22:23
אזוי ווי יודא גאלדבערגער האט פאריגע וואך אינגאנצען ארויסגעצויגען זיין קעיס אפילו קעגן די נישט אידן אויפ'ן פארלאנג פון בי"ד און סופר האט זיך אנטזאגט ארויסצונעמען זיין קעיס פון קארט און אנשטאט ארומגעלאפן פון בי"ד צו בי"ד צו זוכן א היתר צו בלייבן און קארט און ער האט צום סוף געטראפן איצא גליק וואס רבינו שליט"א האט געהייסן פאר די הנהלת המוסדות אז מען טאר מער נישט נוצן זיין הכשר האט יודא גאלדבערגער היינט געפיילט א מאשען און קארט אז די זדשאזדש זאל צווינגען זוסמאן סופר "חבר וועד הנהלת המתיבתא" אויפצוהערן מיט זיינע טריקס און זיך תיכף ומיד שטעלן צו דין תורה וואס א איד דארף טוהן (אזוי ווי די הנהלת המוסדות אין בארא פארק האבן געפיילט א יאר צוריק אקעגן די זאליס), די ריכטער האט געהייסן סופר זאל ענטפערן ביז נעקסטע וואך מאנטאג פארוואס ער דרייט זיך ארויס פון גיין צו דין תורה און עס וועט זיין א הירינג נעקסטע וואך פרייטאג.
סופר האט די ברירה צו זאגן אז ער גייט צו די תורה און ער ענדיגט די קארט אדער וועט ער זאגן אזוי ווי די זאליס האבן געזאגט אין בארא פארק און ווי ער האט שוין געזאגט פאר'ן ריכטער עטליכע מאל און די לעצטע 2 וואכן אז איך האלט נישט ביים גיין צו דין תורה און די ריכטער מיט'ן שווארצן כאלאטל זאל פסק'ענען די סכסוך, די ריכטער וועט דערנאך דארפן באשליסן צו דאס געזעץ ערלויבט אים צו צווינגען א דין תורה.
כלל ישראל קוקט ארויס אז אלס חבר הנהלת המתיבתא וואס האט ארויסגעווארפן א קעכער מיט 2 יאר צוריק פאר'ן זיך נישט שטעלן צו דין תורה וועט סוף כל סוף מסכים זיין און זיך שטעלן צו דין תורה אן פארמיידן די גרויסע חילול השם וואס איז געווען און ב"פ אז די ריכטער דארף מוסר זאגן פאר אידן פאר'ן זיך נישט שטעלן צו דין תורה, אז איר טרעפט אים מעגט איר אים אויך פארהאלטען פארוואס ער דרייט זיך ארויס פון דין תורה.
דאס איז אויסער די שרעקליכע מסירה מיט וואס עס גרעניצט זיך אז א היימישער איד זאל נישט מער און נישט ווייניגער, בעטן א געריכט אריינצושטעלן א נישט-אידישן 'ריסיווער' וואס ווערט קאנטראלירט דורך די געריכט, אויף אזא סענסעוועטיווע אישו וד"ל, וואס מיינט א יעדער וואס 'קלאוזט' מוז האנדלען מיט דעם ריסיווער, וואס ער פארשטייט נישט קיין 'אידיש' און אלעס דארף זיין הונדערט פראצענט וד"ל, שטעלט אייך פאר ווען משיקט סאשל סערוויס אגענטן צו דינען אלס מקוה אידן אדער אין אנדערע היימישע אנשטאלטן, עס איז נישט משיג צו זיין ווי אזוי א איד וואס פאררופט זיך חבר וועד הנהלת המתיבתא קען פארלאנגען פון די געריכט אזא זאך, ישראל כשהן יורדין יורדין עד לעפר.
די ריכטער און די ברך משה דירות קעיס, האט יעצט באשטימט די נאמען פון דעם לאנג באשטימטן רעסיווער .
יעצט וועלן די קונים קענען קלאוזן צו די צופרידענהייט פון אלע צדדים, און די גאנצע געגענט וועט קענען אויפגעראכטן ווערן מיט די נייע תושבים וואס ווארטן שוין א האלב יאר צו קלאוזן און מופן.
דער רעסיווער וועט און די קומענדיגע טעג מעלדען א היימישער אידישע לויער פארן היימישן ציבור וואס וועט קלאוזען מיטן ציבור, און וויאזוי ער פלאנט אנצוגיין מיטן דעוועלאפמענט, אז די גאנצע געגענט זאל זיין העכסט צופרידן!!
תוקן על ידי געדענק ב- 21/04/2010 00:29:05
תוקן על ידי געדענק ב- 22/04/2010 23:55:20