היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » כל העולם כולו » מחאה - גענעראל פארזאמלנוג זינטאג וועגן הולכי בג"ץ

מחאה - גענעראל פארזאמלנוג זינטאג וועגן הולכי בג"ץ

40 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2778343

קריסטאל » 16/4/2010 19:16


די וואך זינטאג קומט פאר עצרת מחאה אין גרויסן סאטמארען ביהמ"ד אין ווילאמבסבורג
 אויף הופפער וועגן די מחללי שם שמים ברבים די הולכי בג"ץ עולמי.



[בילד – נישט אפגעהיט]

בלומבערג » 16/4/2010 19:28

ווער גייט רעדן ?

היראים » 16/4/2010 21:28

די הולכים בערעות זענען מורא'דיג ווילד וועגן דעם כינוס לש''ש קומענדיגען זינטוג
גאנצע פארביקאצעיס ווערן יעצט פאברעצירט,
פאקטען וואס מאכען נישט קיין סענס, אבער פאר די זאלי'ס איז אלעס באגלייבט
אין ליכט פין דעם גרויסען מעמד קומענדיגען זינטוג

געדענקט איש בל יעדר קומענדיגען זינטוג
ווי מ'וועט הערן דרשות איבערן נגע הציונות אין צווישען אנדערע איבער די פרומע ציונים, אין ליידער אויך איבער די סאטמערע ציונים.
[בילד – נישט אפגעהיט] 
[בילד – נישט אפגעהיט]


תוקן על ידי היראים ב- 16/04/2010 22:05:12

דוד46 » 16/4/2010 22:00

פארוואס ביזטו טאקע אזוי ווילד?

אויב זענען די זאליס ווילד דארפסטו זיך פרייען...

דעקלעראציע » 16/4/2010 22:27

ווער איז דא ווילד ?

דוד46 » 16/4/2010 22:37

דא זעט איך לכל הפחות עטליכע ווילדע צעטלעך וואס די אהרונים האבן געמאכט

די שאלה איז: וואס איז "דארט" ווילד?

און פארגעס נישט, אז די גאנצע אהרונישע אסיפה אין הופער איז צושטאנד געקומען נאר נאכדעם ווי זיי האבן געזען מיטוואך אין די צייטונג אז עס גייט פארקומען אן עצרת אין גרויסן סאטמארער ביהמ"ד אין וויליאמסבורג.

נו, זאג מיר ווער איז ווילד?...

דעקלעראציע » 16/4/2010 22:51

דוד זאגט אין אנדערע ווערטער אז די רבי ז"ל איז געווען ווילד ביי די נשא תורה.
 
מען מאכט א מחאה אויף רשעים אין ציונים אין די וואס זענען מחזק די ציונים
 ביי אינז הייסט דאס מחאה אין א עצרת
 אראפ צי נעמען דעם געוואלדיגען חרון אף אין חילול השם וואס די זאלי רשעים מאכן אן.

סטעלט » 18/4/2010 16:14

היינט נאכט ביי די עצרת אין וויליאמסבורג וועלן אויף טרעטן

הרב הגאון ר' עמרם כהן שליט"א יו"ר
הגה"צ גאב"ד וויליאמסבורג שליט"א
הרב הצדיק ר' מאיר אליעזר פריעדמאן שליט"א ר"ם במתיבתא
הרב הגאון דומ"ץ בארא פארק שליט"א
הגה"ג ר' בן ציון לאוב שליט"א

אויששש » 18/4/2010 16:23

א זאלי טרעפט מיך היינט און שעלט מיך צוזאם קללות נמרצות אנטקעגן די היינטיגע עצרת מחאה אין וומ"ס
ערשט נאכ'ן זיך רעגן און שעלטן דעם רבי'ן די ווייץ די שחיטה א.א.וו. ווי די שטייגער ביי זיי, שרייט ער מיר אז
דאס ארגסטע איז נאך אז..... דער רבי שליט"א איז גאר דער וואס איז געגאנגען אין די בג"ץ הציוני
פרעג איך איהם אויב אזוי איז וואס באדערט דיך די עצרת מחאה אנטקעגן די הולכים לבג"ץ ? ? ?
ווי פארשטענדליך האב איך אנשטאט א ענטפער באקומען נאך א גאנצע טוץ מיט קללות אבער נישט קיין ענטפער

הולך_לבגץ » 18/4/2010 19:12


פארוואס ביסטו ווילד געווען ווען אונז האבן ברשות בי"ד געקלאגט קהל און קארט און אמעריקע האסט איבער געדרייט דע שטאט מיט ירושלים עיה"ק מיטן בי"ד הגדול וואס ביסטו געווען אזוי ווילד??????

וואס ביסטו געווען ווילד ביי די פעמעלי קארט?????

שחמט » 18/4/2010 19:48

זעט אויס אז די ארונים ווייסן דעם אמת אז זיי זענען אריין אין בג''ץ אין וועגן דעם מאכן זיי די מחאה ביי די העדקוואטערס פון די אהרןנים, אויף הופפער סטריט, אזוי ווי ביי אלע גזירות פין די מדינה גייט מען מוחה זיין ביים ישראלי קונסול, גייט מען יעצט מוחה זיין ביין אהרונים קונסול אויף 14 הופפער סטריט, איך האלט אז מיר זאלן אלע גיין אין מוחה זיין אקעגן די הולכי לבג''ץ. 

הולך_לבגץ » 18/4/2010 20:46

[בילד – נישט אפגעהיט]

FiveBoro » 18/4/2010 20:49

שחמט, רוף אן די בני ברק'ער רבנים, און פרעג זיי ווער עס איז געגאנגען אין בג"ץ.

בכל אופן, דאס איז נישט די אישו דא, נער דיך נישט, די גאס איז נישט משוגע, יעדער ווייסט דעם אמת, און צו לייקענען כשמש בצהרים דאס וועט ענק נאר ברענגען דאס פארקערטע, מען וועט פארלירן טראסט אין די גאנצע "איד" הקדוש...

בעסער קומט'ס אויף מיט נאך אזאנע רועי-בקר-היתירים, פרובירט צו טרעפן עפעס א רב, סיי ווער, נישט קיין חילוק, ר' יואלי'ש מארגנשטערן איז אויך גוט, און אז ער וועט עס מתיר זיין וועט עט'ס כאטש קענען זינגען דעם ניגון אז "מיר האבן אונזערע רבנים, די מחאות זענען פאליטישע מחאות" וגו' (איי, עירוב?.. דאס וועט נישט זיין קיין קשיא, הא לן והא להו איז דא אויך גילטיג..).

עכ"פ ווילאנג איר האט נישט אזאנס זענען די ארונים ידם על העליונה, און די חובת מחאה איז א חוב און א פליכט אויף סאטמערע חסידים וועלכע זענען טריי צו די שיטה הקדושה.

תוקן על ידי בשמחה_תמיד ב- 19/04/2010 01:26:41

הולך_לבגץ » 18/4/2010 20:58

[בילד – נישט אפגעהיט][בילד – נישט אפגעהיט]

[בילד – נישט אפגעהיט]
[בילד – נישט אפגעהיט]

הולך_לבגץ » 18/4/2010 21:00


שחמט מיינט אז מע קען שפילן מיטן עולם יאיא וויאזוי מע וויל פאר וואס קענסטו נישט ברענגען איין גאנצע יא גאנצע הזמנה פון משה חיים ווי ער רופט שיכון קרית יואל און קארט נישט אראפ שניידן א שטיקל פון א פאפיר נאר א גאנצע צעטעל

שחמט » 18/4/2010 23:10

הולך_לבגץ כתב:[בילד – נישט אפגעהיט]

שחמט מיינט אז מע קען שפילן מיטן עולם יאיא וויאזוי מע וויל פאר וואס קענסטו נישט ברענגען איין גאנצע יא גאנצע הזמנה פון משה חיים ווי ער רופט שיכון קרית יואל און קארט נישט אראפ שניידן א שטיקל פון א פאפיר נאר א גאנצע צעטעל

יעדער ווייסט אז ווען ר' חיים הערש מייזליש פון בני ברק האט געריפן דעם זיידן דעם בירך משה אין קארט האט דער בית דין פין ירושלים עם געשריבן א שטרענגן בריף אז טאמער ער גייט נישט זאפארט ארויס פין קארט וועט מען עם מנדה זיין, אין ביז איך זע נישט אזא בריף פין בית דין צדק אז אינז זאל מיר ארויס פין בג''ץ ווייס איך אז דאס איז אהרונישע ספין,

תוקן על ידי בשמחה_תמיד ב- 19/04/2010 01:33:43

ארגינעלער » 18/4/2010 23:16

שחמט נישט קיין שלעכטער פלאן
גיי אוועק פין ר' מנשה פילאפ'ס דרשה אין קום קיין הופער אין פעיס די מוזיק.


תוקן על ידי בשמחה_תמיד ב- 19/04/2010 01:36:27

קהל_יטב_לב » 19/4/2010 00:01

אלע מודעות בנוגע דער עצרת


קרעדיט "בחצרות סאטמאר"




[בילד – נישט אפגעהיט]
[בילד – נישט אפגעהיט]

[בילד – נישט אפגעהיט]

[בילד – נישט אפגעהיט]

[בילד – נישט אפגעהיט]

[בילד – נישט אפגעהיט]


[בילד – נישט אפגעהיט]

[בילד – נישט אפגעהיט]

[בילד – נישט אפגעהיט]


[בילד – נישט אפגעהיט]


מנחם_מענדל » 19/4/2010 00:28

הויכהילכער'ס רופן יעצט אויס אין די קרית יואל'ע גאסן איבער דעם מעמד מחאה.

היראים » 19/4/2010 00:54

די היץ ביי די זאלי'ס לאזט נישט נאך
זיי קענען נישט הערן זייער אייגענע שאנד

זייער ראה''ק דער מסור דמתא האט געשיקט א שיק יונגעל בלאקירן די טראק
ווייסט איינער ווער דאס איז?
[בילד – נישט אפגעהיט]

מנחם_מענדל » 19/4/2010 00:55

ר' ישעי' יעקב שטויבער'ס זוהן האט יעצט אין א "געווינער'ישע..." שריט אפגעריסן די ווייער פון די ספיקער'ס אין קרית יואל, ווען עס איז דורכגעפארן ביי די סאסמאן שוהל.

עס איז דערווייל א אומפארשטענדליך זאך פארוואס די זאלי'ס זענען אזוי ווילד אז מ'איז מוחה אויף הליכה לבג"ץ, נאך וואס דאס איז דאך - כידוע - א מחאה אויף די ארונים זעלבסט?...

מנחם_מענדל » 19/4/2010 00:58

באקומען בילדער ווי שטויבער מיט יוסל זענען מסיר דעם חרון אף..

[בילד – נישט אפגעהיט]

[בילד – נישט אפגעהיט]

מנחם_מענדל » 19/4/2010 01:01

די טראק פארט שוין ווייטער.

יוסל מסור, גיי נעם קעיר.

FiveBoro » 19/4/2010 01:49

ווער איז דער שטויבער? ערשטע נאמען? איידעם ביי?

און אויב האט ער צוריסן די ווייער'ס, וויאזוי איז עס ווייטער געפארן? מיט א נייע ספיקער/ווייער?

הולך_לבגץ » 19/4/2010 01:53


און באלד גייט שחמט שפילן מיט אונז א שפיל כאילו אונז גייען ח"ו און בג"ץ פארוואס מאכן די זאליס נישט קיין עצרת אויף דעם לויט ווי איך קען די זאליס פאר אסאך קלענערע חטאים ווי דעם האבן זיי שוין איבער געקערט וועלטן זיי וואלטן שוין לאנג באשמיצט די גאנצע גאס מיט צעטלעך קעגען אונז זיי נישט קיין נער שחמט און פראביר מיר נישט אייצורעדען אז די גלייבסט יא אז אונז זענען געגאנגען און בג"ץ ווען יא וואלטן ענק שוין געשריבן אסאך מער ווי אונז ענק קענען דאך גוט די מלאכה

ובדרך אגב וואס האבן אונז פון גיין און בג"ץ דאס איז זיכער אז דאס איז נאר לרעתינו דארט קען מען נאר פארלירן ווילסטו איינרעדען דיר מיט דיין עולם ווי קעלבעלעך אז אונז זענען געגאנגען און בג"ץ לרעתינו די ביסטו אינגאנצן פאריקט אפשר???? די מיינסט אז דער עולם איז גולם????

FiveBoro » 19/4/2010 02:23

2 ניקס האבן מיר געפרעגט אין אישי צו איך ווייס דעם אמת איבער די שטרי בירורין פונעם גאב"ד עדה"ח.

איז אזוי, בעצם איז דאס לגמרי נישט נוגע ווען מ'רעדט פונעם מכשול הנורא פון הליכה לבג"ץ, וואס דאס איז געווען א בגידה בתורת רבינו פון די ערשטע מינוט אן. אפגעזעהן צו זיי ווילן יא די"ת 'באיזה אופן' צו נישט.

און לגבי די שט"ב, וואס איך ווייס איז אזוי: דער גאב"ד האט געגעבן א לעצטע דעדליין פאר די זאליס אונטערצושרייבן אויף שטרי בירורין, דאס איז געווען א נוסח וואס דער גאב"ד אליין האט אויסגעארבייט.
די זאליס זענען צום לעצן טאג אנגעקומען מיט "פארטיג-גע'חתמ'טע" שטרי בירורין, אבער... מיט אן אייגענעם נוסח.
אין זייער אייגענעם נוסח האבן זיי אריינגעלייגט אייגענע פרישע תנאים, מיט נייע תירוצים און אויסריידן פארוואס זיי ווילן נישט אונטערשרייבן נאר אויב דער נוסח גייט אזוי און אזוי מיט תנאים משונים.

די הסבר פון זייער זייט פארשטייט יעדער זייער גוט, זיי ווילן די"ת אין בני ברק גענוי ווי זיי ווילן עס אין וומסב"ג.. דעריבער וועלן זיי שטענדיג אנקומען מיט פרישע דריידלעך, אזוי אז די זאך זאל קיינמאל נישט צושטאנד קומען.

און דא האלטן מיר יעצט.

נאר וואס יא, מענטשן פרעגן צו דער גאב"ד איז מעלה אדער מוריד דא.
די תירוץ איז אז ער איז מוריד. און נישט ווייל ער איז גענויגט צו זיי, אדרבה, ער איז זיייער ברוגז אויף זיי צוליבן פאקט אז זיי זענען אריין אין בג"ץ און עד היום ווילן זיי נישט גיין צו די"ת כמשמעו, נאר וואס דען, דער גאב"ד לאזט זיך גאנץ גרינג פאר-פירן פון זיי. ער גיט נאך צייט און נאך צייט, ער גיט נאך דעיס און גיט נאך יענץ, מיט'ן כוונה אז כולי האי ואולי, אפשר אזוי וועלן זיי צום סוף מוזן קומען. און אין די צייט וואס די בני ברק'ער רבנים זענען מער אויסגעריבן אין די סארט זאכן, און זיי וואלטן שוין לאנג ארויסגעקומען מיט א גרויסן קול מחאה אין די גאנצע וועלט. אבער אזוי ווי דער גאב"ד האט זיי באפוילן אז ער נעמט די זאך אויף זיך, מוז מען ווארטן (אויב איינער ווארט..) אז דער גאב"ד זאל כאפן דעם ענדגילטיגן כאפ אז זיי טרייבן פון אים בלויזע שפאס.

דוד46 » 19/4/2010 02:37

פארוואס האט דער מאנראוער צדיק'ל געשריגן אז דער גאב"ד איז א זאלוני????

פארוואס האט ר' ברוך אילאוויטש נ"י פון די בני בררקער ארהונישע הנהלה זיך אפגעזאגט פון דעם גאנצן ענין נאכן ברענגען צום גאב"ד שליט"א די תשובה פונעם מאנראוער צדיקל?

FiveBoro » 19/4/2010 02:42

דוד, האסט געליינט א מעשה אין איד און דו פרעגסט קושיות? אדער האסטו עס גאר געליינט אין די אונטערגעגאנגענע [אדער אויסברעכנדע..] ילדים-פארום? אויב יא, האב איך נישט קיין תירוץ...

לאמיר דיר זאגן, בעפאר דו קומסט מיט אזא מעשה, טראכט פאראויס ווי די תירוץ גייט זיין "לא היה דברים מעולם".

אויב נאך דעם תירוץ זענען די טענות נאך אלס גילטיג, דאן שרייב עס דא, אבער מיט א גוטן הסבר.

דוד46 » 19/4/2010 02:46

און לאמיר דיך פרעגן נאך א קשיא:

אויב איז עס אזא קריטיש וויכטיגע עצרת, פארוואס קומט נישט אריין דער מאנראוער צדיקל זיך משתתף זיין און גאר אויפטרעטן מיט זיינע פערלדיגע ווערטער???

FiveBoro » 19/4/2010 02:55

עס וואלט געווען א בעסערע פלאן ווען מ'זאל נישט גיין צו א צווייטע קושיא בעפאר די ערשטע קושיא איז קלאר, פארוואס לויפסטו אוועק ווען מען ענטפערט? אדער ענטפער צוריק, אדער שרייב א הודאה.

---

בנוגע דיין נייע קושיא, איז עס די ערשטע מאל וואס דו הערסט אזאנס?

יקרבו » 19/4/2010 06:50

ביי די דרשה האבן זיך באטייליגט טויזנטער יודען בלעיה"ר
בראושם הגה"צ אב"ד וויליאמסבורג שליט"א
 דומ"ץ קרית יואל שליט"א
הרה"צ ר' שלום אליעזר שליט"א
דומ"ץ בארא פארק שליט"א

אלע רעדנערס האבן ארויס געברענגט דעם עון הציונים בזמן הזה אין די העלפערס פאר די ציונים.
אין אויכט אז ליידער תלימידים פינעם רבי'ן ז"ל זענען אריין אינעם טמא'נעם בג"ץ הציונית
אין ווילן נישט הערן פין קיין דין תורה.

לעבעדיגער » 19/4/2010 17:08

עס איז געווען א זעלטענער סוקסעס פון א מעמד הסברה און עצרת מוחאה!

אן א גוזמא. טויזענטער אידן! דער ביהמ"ד הגדול איז געווען איבערגעפילט מן הקצה אל הקצה מיט עלטערע אידן. בעל הבתים און אינגעלייט. אזאנס וואס איך האב שוין לאנג נישט געזעהן. אידן זענען געקומען אויסדריקן זייער וויי געשריי.

דער אויבן-אן איז געווען זייער אן ערענסטער און עס האבן זיך באטייליגט מסלתה ומשמנה פון כלל ישראל און די סאטמאר'ער חסידות. אריינגערעכענט הגאון הגדול דומ"ץ קרית יואל שליט"א וועלעכע איז ספעציעל געקומען צו פארן.

די דרשות זענען געווען פייערדיגע. אזאנס וואס מ'האט שוין נישט געהערט יארן לאנג אין סאטמאר.

דוד46 » 19/4/2010 17:49

און וואו איז געווען דער מאנראוער צדיקל?

פארוואס האט מען אים דאסמאל נישט געלאזט קומען ער קענען אויפטרעטן???

היראים » 19/4/2010 18:54

ברוך המקדש שמו ברבים
אזא הייליגער ציבור מסלתה ומשמנה וואס סאטמאר פארמאגט
האבען איבער געפילט דאס ביהמ''ד
לאנגע רייעס זענען געשטענען איינס אינטערן צווייטען ארום די גאנצע ביהמ''ד ווייל די גאנצע ביהמ''ד וועלכע איז געווען שוין באזעצט כמעט נאר מיט בענק מיט אירע טויזענטער זיץ פלעצער
די שטראם האט זיך נישט אפגעשטעלט, אין הערליכע צוויי שטאקיגע אויבן אן האט שטארק ציגעגבן צום ערענסטקייט פונעם הייליגען מעמד
א חלק פין די רבנים, דער גרויסער גאון דומ''ץ ק''י, סאטאמאר וומ''ס רב, דומ''ץ קיט''ל ב''פ, דומ''ץ קיט''ל 15, סאטמאר 15 רב, דומ''ץ ביהמ''ד ויא''מ, טשענגער רב, נאנאשער רב, דייני קיט''ל וכו'
די דרשות זענען געווען מורא'דיג, אדרבה ווער עס זיך נישט געקענט באטייליגען קען רופן קול סאטמאר
בעיקר די פלאם פייערידגע דרשה פין סאטמאר וומ''ס רב שליט''א

מ'האט קלאר געקענט זעהן דעם מי לד' אלי, ביי דעם הייליגע כנוסיא לש''ש.

אשרי עין ראתה כל אלה

איינער זאגט מיר היינט, אז ווען די ציונים זאלען אזוי שעלטן נאך יעדע פראטעסט ווי די זאלי'ס האבע געשאלטען נאך די נעכטיגע אסיפה, וואלט מען געדארפט מאכען יעדע וואך פראטעסטן.

אגב קען איינער אהער ברענגן די קונטרס וואס מ'האט נעכטן געטיילט

ווי אויך קען איינער ברענגן בילדער?

הולך_לבגץ » 19/4/2010 19:04


איך האב הנאה אז קיינער ענפערט נישט דעם דוד ער וויל קיין תשובה נישט הערן נאר אונז קאלט מאכן אשר קרחה בדרך אזוי דארף צו זיין עם עקש תתפתל ער וויל נאר וויסן ווי דער רבי איז געווען איך וויל וויסן צו רז"ל קומט אויף א"י כ' סיון צו נישט און צו ווען דער רבי האט גערעדט און קרית יואל פאר דריי יאר צוריק איז אום נישט גענוג געווען

בילדער גלייב איך וועט בחצרות סאטמאר שיקן בקרוב פאר ווער סי נאך נישט אויף בחצרות קען שיקן א אימייל צו זיי און ווער עס באקומט בילדער זאל דאס ביטע ארויף לייגן דא

היראים » 19/4/2010 19:23

פין אישי

דא האסטו דעם קונטרס וואס איז געליגען אויף די טישען
א שאד אז מ'האט זיך נישט גערעכנט אויף אזא גרויסע עולם, אין די קונטרים זענען שנעל ציכאפט געווארען,
הגם מ'האט עס שוין געטיילט ביי א פריעדיגע געלענהייט
מ'קען עס דא דאונלאדען
קרעדיט: א גאסט

קונטרס "קול ענות"

http://www.mysatmar.com/docs/kol-anos.pdf

_________________


ויואל משה - על הגאולה ועל התמורה

היראים » 20/4/2010 00:14

.

היראים » 20/4/2010 00:44

פין בחצרות סאטמאר

א גרויסער קידוש שם שמים איז נעכטן פראקלאמירט געווארן ווען טויזענטער אידן אנשי שלומינו פון
איבער גרעיטער ניו יארק האבן אנגעפילט דאס היכל ביהמ"ד הגדול אין וויליאמסבורג, און אנטייל
גענומען אינעם גרויסארטיגן עצרת מחאה אין ליכט פונעם ביטערן טאג ה' אייר אויסצושרייען די וויי
געשריי אויפן עקסיטענז פון די מדינה הטמאה, און אויסרופן א קול מחאה אויף די יעניגע וועלעכע
פאררופן זיך בשם סאטמאר וואס טרויען זיך צו גיין אין בג"ץ הציוני דן צו זן אויף דיני ממונות.


"ביי אונז איז עס בכלל נישט קיין ממונות סכסוך" האט אויסגעשריגן דער יושב ראש הרה"ג ר' עמרם כהן
שליט"א, "ביי אונז איז עס א אידישקייט שאלה! – און אידשקייט דארף
געפסק'ט ווערן ביי דין תורה!".


צו דער באשטימעטער צייט איז שוין דאס ביהמ"ד געווען פול געפאקט אין אלע עקן, מיט אידן
יראים ושלמים, זקנים ונערים, אידן וואס דער פינטעלע סאטמאר רירט זיי נאך אין הארצן, וואס זענען
געקומען אויסשרייען דעם מי לה' אלי.


דער עצרת האט געעפענט דער ראש הקהל הר"ר בערל פריעדמאן הי"ו וועלכער האט ארויסגעברענגט
דער חיוב מחאה וואס ליגט אויף אונז אלע מוחה צו זיין אויף די
דאזיגע בריונים אין ארה"ק.


מיט טרעפליכע ווערטער האט דער יושב ראש הרה"ג ר' עמרם שליט"א איבערגענומען דאס ו
וארט, אנהייבנדיג מיט די פסוקי תנ"ך וואס מ'זעהט ס'ווערן היינט פונקטליך מקוים מיט די
היינטיגע רשעי עמינו די ציונים ר"ל.


דער יו"ר האט ארויסגעברענגט אז די קשי' וואס מאנכע פרעגן פארוואס ביז היינט איז מען זיך נישט
צוזאמענגעקומען אום ה' אייר צו הערן דרשות און מוחה זיין, איז א קשי' וואס האט נישט קיין
תירוץ! און איז שולדיג אין דעם וואס די היינטיגע אינגע דורות ווייסן טאקע אזוי ווייניג
און האבן א שוואכערע געפיל צו די זאכן.


מיט די צענטראלע דרשה האט אויפגעטרעטן הגה"צ דער רב שליט"א וואס האט מקדים געווען
א ווארט וואס דער רבי שליט"א האט ביי א געלעגנהייט נאכגעזאגט מיט יאהרן צירוק אז פארוואס
טרעפט מען נישט ביי קיינע פון די רעליגיעז ציוניסטישע פארטייען זאלן זיך האבן אנגעהאנגען
אינעם הייליגן חתם סופר, אז זיי זענען ממשיך דרכו, נישט ביי די חסידישע קרייזען און נישט ביי
די ליטווישע, האט דער רבי שליט"א דעמאלטס געזאגט אז דער היילגער חתם סופר האט כל ימיו
לוחם געווען קעגן די רשעים און משכילים פון זיין דור, און ממילא אויף זיין נאמען האט מען זיך
נישט געקענט טועה זיין און אנגהענגען אין אזעלעכע זאכן, ווייל אויף אים איז געווען
קלאר וואס ער האט געהאלטן.


די זעלבער – האט דער רב שליט"א אויסגעפירט מיט קול אדיר – איז דא ביי אונז, "ווי קען זיין! אז
מענטשן וואס רופן זיך תלמידים און חסדידים פון הייליגן רבי'ן זי"ע דער בעל דברי יואל, וואס האט כל
ימיו מוחה געוען קעגן די רשעים די ציונים, זאלן זיך וואגן בשאט נפש צו טוהן אזא אומדערהערטע
זאך ווי זיך ווענדן צום בג"ץ הציוני ר"ל!.


נאך די לענגערע און טרעפליכע דרשה פונעם רב שליט"א, האט אויפגעטרעטן הגה"צ דער בארא
פארקע'ר דיין שליט"א וועלעכער האט ארויסגעברענגט די נקודה אז פאלשע קנאות אהן מדות טובות
ברענגט נאר חלילה דאס פארקערטע, און דערנאך האט דער דיין שליט,א ערווענט אז זייענדיג
לעצטענס אין בני ברק און זעהנדיג די היילגע קהלה פונדערנאהנט, האט ער געזעהן פארוואס דער
שטן פארלייגט אזאנע כוחות אויף די הייליגע קהלה, ווייל ס'איז דאס איינציגסטע פלאץ ווי נאך אזויפיל
יארן האלט מען זיך נאך אלס אזוי באחדות, אינג און אלט, אלעס איז צוזאמען, און
דאס איז די סיבה פארוואס די עלעמענטן האבן זיך פארלייגט אויף בני ברק
ווייל דער שטן טראגט עס נישט אריבער!.


פאר'ן אויסרופן הרה"ג ר' מאיר אליעזר פריעדמאן שליט"א, האט דער יושב ראש עלעקטרעזירט
דעם פילקעפיגער ציבור מיט א שוידערליכע מעשה וואס איז טאקע פארגעקומען נאכטן אין בני ברק, ווי
איינע פון די כת הולכי לבג"ץ האט נישט מער און נישט ווייניגער אלאמירט די ארטיגע פאליציי
צום "שמח תשמח" זאל אין אוזנרע שיכון, זאגענדיג אז דארט קומט פאהר א שמחת בר מצוה – וואס ע"פ
חקותיהם להבדיל – איז דאס נישט לעגאל אינע'ם טאג וואס זיי פאררופן
אלס"יום הזכרון" פאר די געפאלענע סאלדאטן פון די מדינה, דער יושב ראש
האט פארגעזעצט, אז ווען רבינו הק' זי"ע בעל ברך משה האט ביי א געלעגנהייט זיך אויסגעדריקט אויף די
דאזיגע מחרחרי ריב אונטער'ן פרומען שלייער, אז זיי וועלן נאך איין טאג זאגן הלל אום ה' אייר האט דאס אויסגעקוקט
זייער מאדנע, אבער היינט - האט דער יו"ר אויסגעפירט – זעהט מען אז ליידער רוח הקודש הופיע בבית מדרשו
של רבינו! און רופן די ציוניס'טישע פאליציי צו אזא פאל איז פיל ארגער ווי זאגן הלל אין יום העצמאות! דאס
איז אנערקענט אין זייערע טמא'נע געזעצן, און אנערקענט אין די סאלדאטן וואס האבן זיך
געהארגע'ט פאר די מדינת הציונת!.


מיט א דערשטיקטע קול מחאה האט אויפגעטרעטן אחד מן הארי שבחבורה מתלמידי רבינו הק' זי"ע
בעל דברי יואל, און אויסגערופן מיט א וויי געשריי אז יעדע מינוט זייענדיג אין טמא'נע בג"ץ, איז
מען עובר אויף איסורי דאורייתות פונקט ווי חמץ בפסח! נאר פסח איז נאר די אכט טעג און
דער איסור איז אקטועל א גאנץ יאהר!!.


דערנאך האט דער יו"ר פראקלאמירט די רעזעלוציע'ס פונעם מעמד וואס א חבר ב'קהלתינו הק' האט
צו וויסן בנוגע די ענינים, און דערנאך איז זיך דער עולם צוגאנגען מיט א גייסט און א קלארע
פארשטאנד וואס מיר האבן צו וויסן בנוגע די ענינים.


-וילמדו תועים בינה-


(בילדער און קליפ'ס וועלן אי"ה נאכפאלגן)

ארגינעלער » 20/4/2010 03:28

איך ווארט שוין בכיליון עינים פאר די נעקסטע דרשב פין הרב הצדיק ר' עמרם כהן שליט"א
וואס האט אזוי שייין ארויס געברענגט מיט וואספארע פורקי עול מען האנדלט.
 
אין האט מיט פאטאס געשריגן אז די זאליס זאגן שוין הלל ה' אייר מיטן מודה זיין צי די מדינה.

FiveBoro » 20/4/2010 07:05

יאפ, ר' עמרם'ס דרשה איז געווען העכער מיינע ערווארטונגען.

איך בין ווערטער-לאז פון דעם נעכטיגן כינוס! ברוך המקדש שמו ברבים.