שאנדע: סבלן וויל נישט אונטערשרייבן שטרי בירורין פאר די"ת אין בני ברק!!!
ווען דער אונטערנעט מפיץ ווערט א סבלן...
סאיז גרויסע צרות ביי די ארונים די מסרבים והולכי בג"ץ במדינה הציונית, דער הולך לבג"ץ זאגט; איך האלט נישט ביים אינטערשרייבן קיין שטרי בירורין, כ"ק גאב"ד ירושלים שליט"א סטראשעט זיין שליח אז ער וועט מפרסם זיין ברבים אז ער איז א מסרב לדין, ברוך אילאוויטש זאגט זיך אפ פון זיין דער שליח, און במקומו ווערט געשטעלט אלישע הורוויץ, וואס זאגט; איך האב דעם שפראך משכנע זיין דעם גאב"ד, איך וועל אים פארשטאפן דאס מויל. און דעם פאלוירענעם מצב שרייען די אהרוינים 'קאזאק הנגזל', מ'גייט אין "באגא"ץ", מ'פאררופט א אסיפה ה' אייר, כדי ריינוואשן דער פשע פון מסרב לדין, פון דעם וואס האלט שוין אפ די ביסל טינט פון זיין פעדער די לעצטע צען יאר.
ליידער איז באשטעטיגט געווארן די וואך, עטליכע טעג פאר דעם ביטערן טאג יום המר והנמהר וואס די ציונים האבן זיך אראפגעווארפן דעם גזירת הגלות, און מורד געווען במלכות שמים בפלטרין של מלך געמאכט א אידישע מלוכה אין א אידישע מדינה, וואס ליידע די אגודיסטן וואס זענען נגרר לציונים, האבן נישט געקענט עומד בנסיון זיין, און שמחים ליום אידם ר"ל, און זייערע מוסדות הענגט מען אויף דעם סמל הכפירה דעם דגל הטמא, אין די בית יעקב שולע וואס דער רבי ז"ל שרייבט אז די מיידלעך וואס ווערן דארט נתחנך זענען מקלקל זייער שטובער און אפילו אויב די מענער האבן יא געהאט אן ערליכע חינוך וועלן די שטובער זיין אפיקרוסיש, ווייל אויב זיי זענען נתחנך געווארן מיט א פאן ה' אייר אויף זייער שולע, און אז זיי זענען נתחנך געווארן מיט די גדולי האומה זענען הערצל ימ"ש און בן גריון ימ"ש, וואס א השפעה קענען זיי שוין האבן. אפגערעדט אז די טמא'נע שפראך וואס זיי ברענגן אריין אין אידישע שטוב ווערט דער שטוב פול מיט טומאה וארס כפירה ומרידה במלכות שמים.
ליידער האט זיך יעצט ארויסגעשטעלט צום וויפילטן מאל, אז דאס וואס דער אזויגערופענער הגה"ק פון קרית יואל, וואס איז לעצטענסט באקאנט געווארן מיט זיין מדת סבלנות, וואס איז סובל אלע רשעות וגזירת עקירת הדת אין די מדינה, און לאזט נישט גיין פראטעסטירן די לעצטע פאר יאר ווייל ער איז נישט דער איינציגע נשיא התאחדות הרבנים, דער זעלבער וועט גיין סובל זיין ווען די רשעי המדינה זענען מורד באומות אויף דעם שרעקליכסטן פארנעם.
-ס'איז אים וויכטיגער צו רעדן פון קאקא און הייסן קוקן אויף די כלי משחיתים, ווייל ער קען סובל זיין עקירת הדת, נאר קען נישט סובל זיין אז זיינע מענטשן קויפן נאך מצות אין בראדוועי.
-דער סבלן וואס קען סובל זיין אלע ציוניסטישע רבי'ס און רבנים וואס האבן קיינמאל נישט געוואלט קענען זיין טאטען און זיין פעטער, דוקא די שונאים האט ער אהבה מוסתרת און לויפט זיי באזוכן אום גערופן אומגעבעטן, ווייל ער איז א סבלן.
-ער איז מקרב די שונאים, אבער ער קען נישט סובל אז א מנין זיינע שונאים דאוונען אין פעטער'ס בית המדרש, אז ער מוז בעטן פון געריכט אפצושליסן דאס בית מדרש.
-ער קען סובל זיין מפוקפק'דיגע קאטשקעס ווייל זיין דומ"ץ הגאון ר' שלום לאנדא האט מברר געווען מיט די אינטערנעט קאמפעני אז סאיז נישט זיכער קיין דורס, אבער ער קען נישט סובל זיין אז די זאלצערס זענען מעקסיקאנער און פאטעריקעןס.
-ער קען סובל זיין אז זיין בעקעריי פארקויפט 80 פראצענט לאנג איילענד ווייץ אפילו סאיז סאך ערגער ווי קאקא, אבער ער קען נישט סובל זיין אז די מצה גזולה בעקעריי פארקויפט איין פונט מצה.
-ער קען סובל זיין אז אלע ציונים זאלען קומען מאכן בילדער מיט אים מיט די ווייסע כאלעטן און הארטע היטן אין מהודרת שחיטה, און אריינלייגן די בילדער אין אלע ציוניסטישע מאגאזינען, אבער ער קען נישט סובל זיין אז ערליכע רבנים פון פעטער'ס תלמידים זאלן מסדר קידושין זיין און אפסטעיט ניו יארק ווייל ער האט באשלאסן אז דאס איז זיין גלילות.
-ער קען סובל זיין ווען זיין איידעם גיבט א השגחה אויף פסח'דיגע פראדוקטען וואס איז סאך ערגער פון קאקא אפילו עס איז נישט לך כי לך לך אף לך, און מען האט דאס נישט געגעסן פאר פיפציג יאר און פאר פערציג יאר און דאס איז נישט פאר פלעטבוש און קווינס נאר אין קרית יואל, אבער ער קען נישט סובל זיין ווען א פירמע וואס האט התאחדות הרבנים השגחה האט א פראבלעם מיט פסח'דיגן פראדוקט, און דאס איז שוין ווען די השגחה אויף פסח גופא איז נישט התאחדות און דער בעל מכשיר האט קינדער וואס גייען פאר אים אין פייער.
-אט דער סבלן קען אויך סובל זיין די לעצטע צעהן יאר הליכה לערכאות אן קיין הזמנה לדין, אן קיין היתר בית דין, מסירות מלשינות, עלבון התורה בזיון אביו ורבו שלמדו תורה אויפן נידריגסטן פארנעם, חילול בתי מדרשים מיט שחורים אויפן ארון הקודש און אויפן באלעמער,דאס אלעס איז ער סובל, אבער ווען מען רופט אים צו דין תורה און מיט היתר בית דין גייט מען מעקל זיין בערכאות, דענס מאל איז ער נישט קיין סבלן, דעמאלס רייסט מען אראפ די רבנים אלס שלשה רועי בקר, דענסמאל גייט דער עורך דין אין בג"ץ בשם הרב אהרון טייטלבוים אן קיין שום בושה, אן קיין שום היתר.
-ער איז סובל ווען מען מאכט אין אלעד א קבלת פנים מיט אלע תלמוד תורה קינדער מיט פענער פאר א רב מטעם און מען באגריסט אים אויף איווריט, אבער א רב וואס האט אויפגעדעקט דעם פאלשען שלייער פון די מהודרת מיט די עופות טמאים, האט מען געגאסן כיתין של שופכין עטליכע וואכן נאכאנאנד.
-דער סבלן וואס קען סובל זיין ווען שומרי החומות פישקעס ווערן ארויסגעריסן פון די וואנט, צוליב זיינע דעפרעסיע פראבלעמען, אבער קען נישט סובל זיין אויב מען שטעלט א בודקע אויפן וועג ארויף צום ציון פאר די הייליגע מוסדות פון ירושלים.
המשך יבוא.

תוקן על ידי באלאנד ב- 16/04/2010 17:52:19