די עדה החרידית האט אינטערגענומן א שטורעמישע מערכה קעגן אויסגראבן קברים אין אשקלון צוציבויען א בונקער עמערדשענסי רום צו די ברזילי שפיטאל נאכדעם וואס זיי זענען פאריאר באטראפן געווארן פון טעראריסטישע ראקעטן.
פון אנפאנג האט מען שוין געהאט אויסגעפועלט אז מען זאל עס בויען אויף די אנדערע זייט ווי ס'איז נישט דא קיין קברים אבער די פרייע האבן געפערליך פארפירט און געלייגט דרוק ביז די פרעימיער מיניסטער האט זיך אריינגעמישט און צוריקגעדרייט די פלענער און מען זאל יא אויסגראבן די קברים, לאור דעם גרייט זיך די עדה אויף א גרויסע מערכה מיט הפגנות אויף קומענדיגע וואך ווען זיי פלאנען צו אנהייבן גראבן, לויט ווי ס'הייסט יעצט וועט זיך דער גאב"ד אליין באטייליגען ביים ערשטן הפגנה,
ובשם השם נעשה ונצליח!
תוקן על ידי המהדרין ב- 15/04/2010 19:00:06