בחסדי השם גרייטן מיר זיך צו פייער אונזערע ערשטע 6 חדשים עגזיסטענץ
עס איז נישט קיין סוד אז אין די קורצע 5 חדשים פון ווען מיר האבן געפענט האבן מיר מצליח געווען אויסצוואקסן די גרעסטע און געשמאקסטע אידיש פורום. און דערמיט ראטעווען מיר אפ דעם ציבור פון פאשען אין פרעמדע פעלדער די "ליידער אידישע" פורומ'ס וואס זענען פול מיט ניבול פה, שפיחת דמים, בזיון תלמידי חכמים וצדיקים וכדו'.
אסאך כוחות זענען געווארן אריינגעלייגט צו האלטן דעם פורום זויבער און אויף א הויכע ניוויו.
כדאי צו קענען אנהאלטן דעם הויכן סטאנדערט פעלט זיך יעצט אויס א רי-ארגאניזאציע כדי צו קענען דעם פורום מער און מער אינפארמאטיוו און צו זען מי ומי ההולכים און יעדער זאל זיך פריש מתחייב זיין איינצוהאלטן די "געציילטע" תקנות המקום.
אלע שרייבער דארפן איבערליינען די תקנות, מען קען געפינען די תקנות אינם אשכול "מפתח" אנהויב פונם פורום.
ליינט איבער די תקנות און שיקט צו מיר אין אישי א התחייבות איינצוהאלטן די תקנות.
איר האט גאנצע צוויי וואכן צו קענען שיקן אין אישי א התחייבות, די אלע וואס האבן רשות כתיבה און זענען זיך נישט פריש מתחייב וועלן ווערן ארויסגעשלאסן.
נ.ב. די אלע וואס האבן געשיקט במשך די לעצטע תקופה בקשות וכדו' אין אישי און האבן נישט באקומען א תשובה זאלן ביטע שיקן נאכאמאל, אנטשולדיגט מיר האבן געהאט טעכנישע פראבלעמען אין אישי.

תוקן על ידי המהדרין ב- 14/04/2010 23:39:28