קרית יואל שחיטה פרובירט זייער מזל אולי יחוס כאטש צו טרעפן קאסטומערס פון "זשואיש פרעס"
(באקומען אין אישי)
זעענדיג ווי די חסידישע וועלט האבן פארלוירן נאמנות אין די קרית יואלע א.ג. מהודרת שחיטה, פרובירן זיי די מזל ביי די אומוויסענדע זשואיש פרעס ליינערס...
[בילד – נישט אפגעהיט] תוקן על ידי סעננדר ב- 14/04/2010 18:29:36
ווער זענען דע מענטשן אויפן בילד? די חסידישע זאלצערס......?
אלטע מעשה וואס האסטו זיך יעצט אויפגעוועקט?
פשוט איינער האט עס מיר יעצט געשיקט, אבער איך האב נאך א זאך כ'וועל שפעטער ארויפלייגן וואס דאס האסטו נאכנישט געזען, וועסט הנאה האבן..
איך ווייס ממילא אז איך גיי קיינעם נישט אויפווייזן, ווייל ס'איז נישט דא מיט וועם צו גיין צום טיש ביי ענק.
נאר דרך אגב, אין הגדה דברי יואל אין די מנהגים שטייט אז רבינו הק' זי"ע (דער בעל ויואל משה) פלעגט אויסרומען די מעלות און הידורים וואס ער האט אין זיין מצה בעקעריי. און נאך ערגעץ האב איך געזעהן אז דער רבי זי"ע (טאקע דער ויואל משה) פלעגט צו זאגן אז אדרבה זאלן מיר האבן די בעסטע כדי די אלע אנדערע זאלן דארפן צוקומען צו 'סאטמאר'.
דאס איז אקוראט וואס איז היינט אין קרית יואל. פינטל.
איך ווייס ממילא אז איך גיי קיינעם נישט אויפווייזן, ווייל ס'איז נישט דא מיט וועם צו גיין צום טיש ביי ענק.
איך האב מתחילה אויך אזוי געהאלטן ווי ל"ע שרייבט, אבער דאס האט זיך געטוישט ווען דער קדוש האט זיך גענומען אראפרייסן יענעם, דו ווילסט דיך רימען זייער פיין, אבער יענעם אטאקירן?! דעס שטייט שוין נישט אין הגדה דברי יואל...
האט דער בעל ויואל משה ז"ל אויך געהייסן אדווערטייזן זיינע מצות אדער אנדערע כשר'ע מאכלים אין דעם טריפה'נעם דשואיש פרעסס? ?
איך זיך נאך דערווייל דעם דברי יואל, אויב ס'נישט שווער ביטע לייגן וועלעכע דף, ישר כח.