ראוז פלאזא געווינט עפראוועל
איך האב ארויסבאקומען 3 סיבות דערצו וואס עסט זיי אויף ביז צום טויט:
1. די עצם הצלחה און סייעתא דשמיא פון הרבני הנכבד ר' יצחק
2. די אומגלויבליכע מפלה וואס דער רשע נידערמאן האט געכאפט
3. דאס אז נידערמאן האט זיך אויפגעדעקט מיט זיין גרויליגע רשעות אויף א אומגעלונגענע אקציע
המקום ינחם אתכם
זיי האבן עס פאר אלע פרייזן געוואלט זעהן אין דער ערד די גאנצע פריאקט.
בקיצור יצחק ראזנבערג איז געווארן רייכער איבער נאכט מיט הינדערט מיליאן דאללער
ישר כח נידערמאן .
אריינקומענדיג אין גראסערי היינט נאכמיטאג האב איך באמערקט אויפן פראנט פעיזש פונעם בלאט א שרייענדיגער העדליין וועגען גרעסטער עפארדעבעל האוזינג פראיעקט פאר חרידי'שע אידן אין היסטאריע פון וויליאמסבורג, איך האב מיך נישט געקענט איינהאלטען און איך האב מיר איינגעהאנדעלט א בלאט, כאטש עס איז נישטא דארט קיין איין נארמאלען ארטיקעל צו ליינען, האב איך עס געמוזט קויפען פשוט צו זעהן וואס די חברה טרייבען ליצנות פון זייער אייגענער עולם דארטען.
קודם וויל איך קלאר מאכען אז ר' יצחק ראזענבערג איז באמת א בעל צדקה וחסד מיט א גוט הארץ, אבער יעדער ווייסט אז א פון דעם מאכט מען נישט קיין געלט, מען מאכט געלט פון מען טוט ביזנעס, אין דאס איז וואס ר' יצחק האט דא פראבירט צו טאן, און עס איז פארשטענדליך אז ער האט דא געזוכט ווי מער צו בויען פאר די גוים וואס באנוצען זיך מיט קלענערע דירות, און מען קען עס פארקויפען פאר אסאך טייערער וויפיל די היימישע אידען באצאלען דא.
אבער ליינענדיג דעם ארטיקל אינעם בלאט, קען איך עס ממש נישט גלייבען וואסערע שקרים וכזבים זיי קענען פארקויפען פאר זייער נאיווע ליינער, ווי כאילו ר' יצחק ראזענבערג איז דא אריינגעטרעטען אינעם פראיעקט ווייל ער האט געוואלט בויען דירות פאר היימישע אידען, ווען אין די צייט וואס יעדער האט מיטגעהאלטען די באריכטען איבער די כסדר'דיגע נעגאשיעשענס איבער וויפיל פראצענט דערפון זאלען זיין עפארדעבעל, ווען ער האט לכתחילה נאר מסכים געווען אויף 20% אין נאכדעם האט ער נאכגעגעבען אויף 30%, אפילו דא אויף הייד פארק האבען די ארונים אויך מודה געווען אז ער האט לכתחילה נאר געוואלט געבען צוואנציג פראצענט, נאר די שאלה איז געווען ווען ער האט דאס נאכגעגעבען, פאריגע וואך צו די וואך.
און די זעלבע זאך האט מען זיך געדארפט איינבעטען אז ער זאל כאטש בויען גרעסערע דירות אז עטוואס זאל די היימישע ציבור אויך קענען הנאה האבען, ווי די אלע פריערדערמאנטע באריכטען זאגען אז ער האט נישט געהאלטען ביים בויען אפילו איין דירה פון פיר בעדרומס, און ערשט דינסטאג האט ער נאכגעגעבען צו בויען 14 פיר בעדרומדיגע דירות און 60 דריי בעדרומדיגע, (קוקט נאך אינעם פריערדערמאנטען לינק צום דעילי ניוס
Rosenberg also agreed to increase the number of three-bedroom apartments to 60 and add 14 four-bedroom units, and all the large apartments will be affordable.
און יעדער ווייסט אז היימישע חסידישע משפחות וואס זיכען צו קויפען א דירה, זיכען געווענליך א דירה פון מינימום דריי בעדרומס.
קומט דא די בלאט פארקויפען אז כאילו די פראיעקט איז לכתחלה געווען פאר היימישע אידען? און ער האט אויסגעשטעלט די דירות צו מקדיש זיין עטליכע הונדערט דירות פארן געברויך פונעם שטאט? וועם זיכט מען צו פארקויפען די שקרים? איז שוין נישט שייך ביי זיי די מאמר במילתא דעבידי לגלויי לא משקרי אינשי? מיט איין סוירטש אויף די כלי קען מען די אלע זאכען טרעפען אין די באריכטען! (וכלשונו: איך בין מכבד יעדען זאל עס אליין גיין נאכזוכען... מען זאל נישט פארקויפען קיין באבקעס...)
איז זייער עולם טאקע אזוי אומוויסענד אז מען גלייבט און מען זאגט נאך וואס זיי שרייבען דארט? עס איז באמת אומגלויבליך!
1, וואס איז די תירוץ פאר ראזענבערג פארן אריינברענגען ארטיסטן אין וומ"ב? דאס איז דאך איין עון בל יכופר, און די ארויניס רומען איהם נאך דערפאר,
2, וואס מאכט דער בלאט דאס גענאר פונעם עולם, מיטן שרייבן א פרעכער ליגנט אז מ'גייט בויען 800 דירות פאר אידן? דאס איז דאך ליגנט, דאס גאנצע וואס מ'רעדט דא איז בערך 75 דירות גערעסער אידישע סטייל דירות, זה הוא, אין למעשה מוז ער עס נישט געבן פאר ווייסעך ווי ביליג, ער דארף עס בלויז געבן עטוואס ביליגער ווי דער מאקעט רעיט, דאס קען אויך זיין א געשוואלענער פרייז,
''I would like to ask you to come early to the crucal (sic) CB1 vote,'' Niederman's wrote in an e-mail the we obtained from a supporter of Rose Plaza developer Isack Rosenberg. ''We have to stop the Rose Plaza proposal as this is major boost for Rosenberg's CJC org. Hope to see you there.''
The board followed Niederman's advice and voted down the project, 31-8, though community board votes are only advisory.
The e-mail has incensed Rosenberg's allies, who charge that Niederman is ''playing politics'' in order to financially damage two organizations, Central Jewish Council and the United Jewish Community Advocacy Relations and Enrichment, which compete with Niederman's powerful and politically connected United Jewish Organizations for social services funding from the government.
''This is a scandal!'' said Hasidic leader and former Council candidate Isaac Abraham. ''It reveals that Neiderman's opposition to the project was never, as he said, about affordable housing, but an internal, personal vendetta and a feud. Niederman has shown his colors. He should be thoroughly investigated.''
Complicating matters, Niederman's allies charged that Rosenberg's friends created the e-mail because they were bitter about Neiderman's legitimate demands the the project set aside more than the originally promised 20 percent affordable housing units.
''The e-mail was fabricated, made to see if it was sent to a board member and then forwarded it back,'' said Community Board 1 member Simon Weiser, who said that he did not receive the e-mail.
Rose Plaza, which now calls for 754 units, 30 percent of which are set aside at below-market rents, has been a lightening rod among the Satmar community, Williamsburg's largest Hasidic Jewish sect, since Rosenberg began the process last year to rezone the Kent Avenue site, which currently houses his Certified Lumber factory.
For four years, the sect has been bitterly divided following a power struggle between the late Satmar Grand Rebbe's two surviving brothers, Aron and Zalman Teitelbaum.
The schism has largely played out in private until prominent Aronite Rosenberg sought to rezone his waterfront property, drawing the ire of the Zalmanite faction.
He also removed a restaurant and a private beach, which were in earlier versions of the plan, but angered some Hasidic activists who fear that future residents would wear bathing suits while relaxing on the Williamsburg waterfront.
Levin was a key part of those negotiations, leading to his strong backing of the project — a position that left him in the clear with many observers, despite his ties to Niederman and his toxic e-mail.
''The truth prevailed,'' said UJCare Executive Director Gary Schlesinger. ''The councilman's voted on the Rose Plaza project on the merits and did not get mired in politics.''
ממש א בושה אז ער קען זיך ארום אין די גאס מען דארף אים נאך שרייען אין אלע גאסן.
באקומט ער היתר פין די פארשאלטנע לישקע אינטער א אויגן בליק, זיי האבן פאר א יעדע זאך געגעבן א היתר ובראשום דעם מנשה העמיד צלם בהיכל.
משה דוד נידערמאן איז חרוב מאמענטאל באנזאם מיט די זאלי'ס זיי זענען געוואיר געווארן אז בעלות אין וויליאמסבורג איז נישט געוואנדן אין זיי.
ער איז א מסור אין האט אפען געזאגט אז ער וויל נישט ס'זאל ווערן אפראפט, אין אלע צייטנוגען ברענגען עס ארויס קליפ אין קלאר אז דא איז געווען א אהרויני זאלי פייט .
ס'איז נאר די התחלה אין די מעסיזש וועט ווערן העכער אין קלארער.
זאג מיר שוין די תירוץ וואס די וועסט דעמאלס זאגן.
איצט זאג דו מיר ווער עס האט געוואנען...
אזויווי דער מנהל האט מודיע געווען אין מיין אשכול בנוגע מ. ד. נידערמאן מיט יענעם פאפא איד (כשמו כן הוא), אז ס'איז שוין פארהאן אן אשכול בנוגע דעם נושא, וועלן מיר דארט נישט מאריך זיין.
איך וויל מיך נאר באדאנקען פאר אלע משתתפים, און דער אייבישטער זאל ענק אלע צוריקבאצאלן בכפלי כפליים!
תזכו למצוות
|
כשמו כן הוא!
דער נאמען נידערמאן האט זייער א פשוט'ן באדייט, און מ'ברויך נישט צוקומען צו קיינע גימטריאות וכו'...
נידערמאן מיינט: א נידעריגער מאן!
איך האב אבער נישט געוויסט ווי ווייט שמא קא גרים, רחמנא לישזבן.
הערטס_צו א מעשה,
איך וואק אריין דעם פארגאנגענעם חול המועד פסח אין גראסערי, דער אייגענטימער, מיינס א באקאנטער, זאגט מיר ער וויל עפעס רעדן מיט מיר.
אונז גיי מיר אין א זייט און ער זאגט מיר:
אזויווי דו ביזט א פארמעגליך אינגערמאן ב"ה, וויל איך דיר בעטן אז זאלסט מיר ארויסהעלפן, איך האב א קאסטומער א איד א אמת'ער בן תורה וואס מוטשעט זיך זייער און האט א שטוב מיט קינדער, ער קומט מיר שוין - - . - - - , - $ (אן אסטראנאמישע סכום)! און איך ווייס אז ער קען מיר נישט באצאלן, אבער למעשה האב איך א פראבלעם אים אפצוזאגן.
פונקטליך וואס איך האב געטון איז נישט קיין נפקא מינה, אבער על העבר איז עס ערלעדיגט.
וואס העט אבער זיין מיט'ן עתיד?!
דער איד איז גראדע א פאפא'נער און אחוץ גריסן פון צייט צו צייט האב איך אים נישט געקענט, אבער דאס איז זיכער אז ער איז א איד וואס איז זיך ממית על התורה.
איך האב געקאנטאקט דעם איד אז איך וויל זיך טרעפן מיט עמען און עפעס דורכשמועסן,
רעדנ'דיג האב איך אריינגעדרייט אין דער שמועס זיין פינאנציעלער מצב, פארציילט ער מיר אזוי,
איך האב אלע יארן געלעבט ברייט דורך א יששכר זבולון געשעפט, און ליידער איז פלוצים זבולון געגאנגען בארג אראפ מיט די פרנסה און נישט נאר ער קען מיר גארנישט געבן, נאר ער איז אינגאנצן אנג'חובות'ט!
יעצט פאר פסח האב איך מיך בלית ברירה געוואנדן צו א חבר ממינער פאר הילף, האט ער מיך אנגעטראגן צו ר' משה דוד נידערמאן אז ער זאל מיר ארויסהעלפן כאטש יעצט פאר פסח, איך האב גערעדט מיט מ. ד. א צוויי דריי מאל און ס'האט אויסגעקוקט אז די דאגה איז שוין אראפ פון מיין קאפ, ער האט מיר צוגעזאגט פון אלעם - וויין, מצות, גרינצייג און פרוכט וכו' וכו', איינמאל האב איך אים אנגערופן און איך בעט אים, אז ווען ער וועט מיר ארלעדיגן מצות זאל ער פראבירן אז ס'זאל זיין פון אריזאנא. מיין חבר האט מיך שפעטער מסביר געווען אז מ. ד. האט זיך לכאורה פון דעם באליידיגט, אבער איך קען דיר נאר אזויפיל זאגן אז זייט יענעם טעלעפאן רוף האב איך מער נישט געקענט צוקומען צו אים!
רבותי! אין די ווערטער: זייט יענעם טעלעפאן רוף האב איך מער נישט געקענט צוקומען צו אים!, ליגט אידיש בלוט!
דאס הייסט אן עסקן?!
ביי מיר הייסט דאס: נידערמאן!
יא! כשמו כן הוא!!
איך וויל בעטן דעם עולם, ווער עס וויל זיך מיט עפעס משתתף זיין זאל זיך ווענדן צו מיר אויף hertstzi@aol.com אדער אין אישי.
יישר כח, תזכו למצוות!
פארוואס שעלט ער אין דער איד
פארוואס איז נידערמאן צישאסן
פארוואס זענען די אהרוינים העפי ביז גאר
פארוואס שרייבן אלע צייטנוגען אז ס'איז אינערליכע געפעך
פארוואס האסטו געשריבן אז נידערמאן גייט טיילן די הייזער
פארוואס איז נידערמאן נישט אראפ געקומען אין קאנסול ביים וואטן
פארוואס האט נידערמאן צי געלאזט ארטיסטן קומען אין ווילימסבורג
|
סקאט אין יכול
ס''ה האט איר דא טענות, אדער ספיקות פארוואס די פארשטייסט פין די בלאט'ס באשרייבונג אז דארט גייען געבויט ווערן אלע 800 דירות פאר יודן
נו, פארדעם מיינט נאך גארנישט
דער בלאט פארטרעט אינז נישט אין מיר לעבן נישט דערמיט
אין פאקט גייט עס זיין די גרעסטע עפארדעבל פראיעקט אין וומ''ס
(ביי אינז פארנעמט נישט דער בלאט אזא אויבן אן, ווי דער איד ביי רוב זאלי'ס, יעדער קויפט עס טאקע אבער מיר לעבן נישט דערמיט, אין מיר קענען זיך באגיין אנדעם, הגם דער בלאט האט שוין דעליווערט זייער אסאך, אין אסאך שפיכות דמים איז שוין דורך זיי געראטוועט געווארען אינאיינעם מיט גרויסע פאזעטיווע דערגרייכונגען למען הכלל, כידוע)
וועסט אסאך מער הנאה האבען אדער (?) ווען די וועסט ליינען דער איד, ווי ער לייגט אראפ דעם לוזער סטיוו לעוויען אלס העלד פאר זיין מעכטיגע געווינס
יא! ביז פאריגע וואך האט טאקע אויסגעקוקט ווי ער געווינט, אין האט געהאלטען אין איין פארלאנגען צו העכערן די נומבער עפארדעבל וכו' (ווען די פרעסע האט אים געפרעגט וואס זאל מען צושטעלן ער זאל זיין ציפרידן האט ער נישט געהאט וואס צו ענטפרן)
אבער ב''ה די וואך האט הקב''ה איבערגעדרייט די לב השרים, אין אלע האבען אנגעהויבן איינזעהן אז משה דוד מיט זיינע גוישע שיק יונגעלך מיינען דא נאר פאליטיק.
אין לעווין האט די לעצטע מיניט געלזאט וויסען מאנטוג נאכט אז ער גייט עס שטיצן טראץ וואס ער האט נאך יענע טאג געשריגן אז ער גייט עס נישט שטיצן ביז מ'גייט אים נאכגעבן נאך אסאך פארלאנגען
אין וועגן די עצם ענין, פאר אינז איז נישט קיין שמחה אויב מ'גייט בויען פאר ארטיסטן
ס''ה האט איינער וועלכע האט שוין די פארגאנהייט ג'שטתל'דט צו בויען די גוישע שיעפער בנינים ווי ער האט געמאכט געלט + ער האט געהאלפן אסאך זאלי'ס ריזאנען זייערע שטחים צו קענען בויען פאר ארטיסטן
אן דא פליצלולנג האט ער אנגהויבן ארבייטן קעס אין כלים שמיציג אין פרעך קעגן א היימישע יוד בלויז ווייל ער איז אן ארוני
אין אז ער האט ב''ה געהט אז געלונגענע נידרעלאגע דאס איז פאר אינז ב''ה א שטרקע ניצחון, א ניצחון קעגן א מסור ומאבד ממון ישראל.
א ניצחון פאר איד, וואס איז א זעלטנהייט במידות צדקה וחסד.
הודו לדי' כי טוב
תוקן על ידי nuremes ב- 16/04/2010 21:24:27
|
|
More ‘affordable’ Williamsburg tower gets Council’s OK
Wednesday, April 14th 2010, 7:22 PM
Everything's coming up roses for a controversial new condo tower on the Williamsburg waterfront.
The City Council voted to approve the 754-apartment Rose Plaza project yesterday after Councilman Steve Levin (D-Williamsburg) struck a deal with the developer and dropped his longstanding opposition.
Under the deal, 30% of the apartments in the project will be affordable - up from 20% in the original plan and 25% in a previous offer by developer Isack Rosenberg.
Rosenberg also agreed to increase the number of three-bedroom apartments to 60 and add 14 four-bedroom units, and all the large apartments will be affordable.
"It sets a very high standard," Levin said. "The fact that affordable housing will be available to families that need a three-bedroom or a four-bedroom apartment was key to me."
The vote ends a standoff that amplified a bitter split among Williamsburg's Hasidic Jewish community.
While Levin publicly blasted the plan for catering to newcomers and offering too few affordable units, developers charged the freshman lawmaker's opposition was really political payback to members of the influential Zalmanite sect, who backed his election to the Council last year.
Rosenberg is a member of the rival Aaronite sect. The two groups often come down on opposite sides of battles over politics and development.
But yesterday, Rosenberg's lawyer Howard Weiss said the developer no longer views Levin as a thorn in his side.
"It certainly was an arduous process," he said. "Everyone is comfortable that Rose Plaza now represents a development that's going to meet all the needs of the Williamsburg community."
Rosenberg hasn't set a date to start construction on the project, which includes three towers up to 29 stories, but he expects to have it finished in the next three to five years.
Read more: http://www.nydailynews.com/ny_local/brooklyn/2010/04/14/2010-04-14_more_affordable_williamsburg_tower_gets_councils_ok.html?print=1&page=all#ixzz0lIGY2eU6
וואס זאגט די וועד הרבנים דערצו ?
דעקלעראציע,
וואס הייסט ער איז מסכים? איז ער א מעמבער אין די סיטי קאונסיל? ער קען נאר פראבירען צו פועלען אז די אידען זאלען באקומען וואס מער, און דאס איז דורך שתדל'ן אז עס זאל זיין עפארדעבעל אין גרויסע דירות, און דאס איז וואס ער האט ערלעדיגט ווי ווייט מעגליך.
ער קען נישט בעטען ביי די קאונסיללייט זאלען אים הייסען בויען דירות נאר פאר אידען, דאס דארף די דעוועלעפאר אליינס דיסיידען, און אז ער וויל זיך נישט צוהערען צו די וועד הרבנים איז נישטא קיין סאך צו טאן.
די זאלי ווערסיע - האלט אן אייער קאפ
ר' יצחק ראזענבערג האט געגבען איינס א האלב מיליאן דאלער אין טאש פאר משה דוד נידערמאן, אזוי ווי יוסי שפיטצער האט געטאן ביי שעפער, משה דוד האט זיך גענומען ארבעטן אויף אלע פראנטן אז דאס זאל דורך גיין, צוזאמען מיטן וועד הרבנים, דער היימישע איד רבי סטיוו לעווין שליט"א בעל מחבר מציצה בפה, מיטן גרויסן לוחם מלחמת רבי וויטא לאפעז שליט"א אבדק"ק שפאניע, ובראשם דער גרויסער עסקן הקדוש רבי זאלי פילאף שליט"א בעל בית פון פילאפף פייער עקסטינקליטשער, און די אהרונים מיט UJCARE האבן געארבעט אויף אלע פראנטן אז עס זאל נישט דורך גיין.
משה דוד האט ארום געשיקט אימעילס צו אלע קאמיאנאטי מעמבערס אז זיי זאלן שטימען פאר דעם, דארטן האט זיך אויפגעשטעלט משה דוד און גערעדט א מעכטיגע דרשה פאר ר' יצחק און געבעטן יעדער זאל שטימען דערפאר, נאר די לויער פון ר' יצחק האט זיך דארט אויפגעשטעלט און געזאגט א העצערישע דרשה קעגן ר' יצחק, ווי ער האט אראפ געריסען ר' יצחק פאר א פארברעכער, און א קרימינאלער, און די גאנצע פלאץ איז פיל מיט עווייערמאנטל פראבלעמען, און מען טאר אים גארנישט געבן.
די גאנצער עולם האט געטאן אזוי ווי משה דוד האט געוואלט, ובראשם יוסי וועבער, און געשטימט יא... שימעלע ווייזער האט געשריגען יא מיט די גרעסטע כוחות אזש אז האט פארלוירען זיין שטימע...
גלייך האט כ"ק מרן רבי ישראל חיים מנשה פריעדמאן שליט"א גאב"ד ירושלים, ובמעח"ס שו"ת חוטם מנשה ל"ג חלקים געריפען משה דוד און אים באדאנקט אין נאמען פונעם בדי"צ העדה החרדית, ובפרט אין נאמען פון ר' משה וואלף זארגער חבר הבדי"צ.
מאטי מארקאוויטש האט געשטימט ניין, ווייל ער האט געהערט משה דוד העצערישע דרשה לטובת ר' יצחק און לטובת ראז פלאזא, האט ער פארשטאנען אז משה דוד מיינט נאר יצחק און נישט די קאמיאנעטי, האט ער געשטימט ניין...
ר' זלמן לייב האט גלייך נאכן הערן די פייערדיגע באריכט פון זיין שוויגער און באבע, האט ער פון ירושלים זייענדיג דארט אין מיטן די מסע המלכות, אנגעריפען משה דוד און געזינגען פאר אים שור שנגח, און אים מסביר געווען אז אלעס איז אהבה מסותרת צו ר' שימעלע דשיגאן, און די קעגענערס זענען חמסנים און גזלנים...
אזוי אויך האט געריפען דאנקען די מנהל המוסד פון ב"פ ר' מענדל שווימער, צווישען זיין שמועס האט ער איבער געגבען אז ער קומט איצט פונעם שיעור פון פילאף אין 53, ווי ער האט מסביר געווען אז די טמא'נע אריזאנא ווייץ, וואס וואקסט אן קיין וואסער, וואקסט נאר פון קעמיקעלס וואס איז דא אין א פייער עקסטינקליטשער, און די לאנג איילענד ווייץ איז געווען אזוי צו געמאכט גענוי ווי די רבעצינס הויז איז אפען... ווי ער האט אויך געזעהען דארט א קעצל וואס האט פאר געלערנט סוגיא דמליחה ואילך, פאר די אפענע כתה ט' מכינה לישיבה קטנה אין בארא פארק.
דערנאך האט געריפען ר' מענדל וואלערשטיין דער מנהל המוסדות אין בני ברק, ווי ער האט זיך שטארק באדאנקט, ובפרט וואס ר' יצחק איז א גרויסער שטיצער פון די מוסדות דארט אין פירט אן די בג"ץ, אאויך האט געריפען ר' מענדל דאווידאוויטש די ראש הישיבה אין נאמען פון די ישיבה קטנה וגדולה.
די זעלבע איז געווען בייי די לענד יוז קאמיטי, דארט האט משה דוד געהאלטן א דרשה לטובת ר' יצחק מיט פאטאס, ווי ער האט געזאגט אז ער איז נישט קיין קרימינאלער מענטש, די גאנצע פלאץ איז נישט פארפעסטיגט, און ער וויל נאר 30 פארצענט עפאריבאל דירות און קיין איין מער נישט, אזוי אויך זאגט צו ר' יצחק אז ער גייט נישט מאכן די מעכטיגע ביטש פראנט, ביי דעם הערליכען שיינעם זויבערע אויג פארכאפענע וואסער, ווי ווייזער האט געפלאנט צו שווימען.... ער האט געגאסען שבחים פאר יצחק אז עס איז געגאנגען א רויעך... דאס זעלבע האט גערעדט דארט דער מחלל שבת פעלמוטער - וואס טראגט זיכער נישט מיטן עירוב - לטובת ר' יצחק, און ער האט געזאגט אז ר' יצחק איז א צדיק...
צוליב דעם האבן זיי געשטימט גענוי אזוי ווי משה דוד און זיין חבר דער מחלל שבת פערלומטער, און שימעלע ווייזער, האבן געוואלט.
משה דוד איז געווען העפי ביזן דאך ער האט געווינען...
די נעקסטע וואך ביי די סיטי קאנסיל הירונג איז משה דוד שוין נישט געווען בנמצא, ווייל ער האט עס ערלעדיגט נאך שווערע ארבעט, אז די סיטי קאנסיל זאל שטימען יא, און גענוי אזוי ווי ער האט געוואלט.
תיכף ווען עס איז געקומען די נייעס אז עס איז א דורך, איז משה דוד מיט ווייזער ארויס אין א טענצעל אויף ליע קארנער ראס, דערנאך האט ווייזער גענומען משה דוד אויף זיין אקסל, און אראפ געטאנצען גאנץ ליע עוו. מיט הילעכיגע געזאנג, און שלום דייטש מיט זיין לאנגע בארד האט געטאנצען קאדאטשקע פאראויס, ר' מרדכי קארנער שליט"א וואס האט געראטעוועט אלע ברית'ן האט געפאטש אין די בעק... ליפא טייטלבוים האט געהאקט מיט יענקי פייוויש באטלעך... און אלע בחורים פון מתיבתא ברך משה זענען געטאנצען אונטער דעם... און דער וועלטס גאון ר' ישעי' ווייס האט געפאטש ביים פענסטער פון די פראדשעקס, וואס איז געפאקט נאר מיט אידן אדאנק די ארבעט פון משה דוד...
ביי די אהרונים אין הופער קוקט אויס ווי תשעה באב, און נפתלי משה אינדיג לערנט פאר דארט איכה, דער גאנצער עולם האט זיך קריעה געריסען, און וויינט ביטערליך, ובפרט נאך דעם וואס איצט איז געווארן באלד 2 יאר וואס שמואל דוד מארקאוויטש שמאכט שוין אין טורמע פארן איבער שרייבן די בית החיים, און די אהרונים מיזן נעבעך באגראבן אין פאלאקס צוזאמען מיט די מאנגאס...
דער איד איז לוסטיג און לעבעדיג אויף די גרויסע זיג, און דער פארמאכטער צייטונג דער בלאט וואס קומט נישט ארויס זייטן איסור, איז שווארץ און ביטער, שעלט און שימפט, און די פרי תמרים ווסא קומט נאך ארויס האט א גאנצע בלאט מזל טוב פונעם עושר ונגיד ביליאנער ר' אביגדור.
דאס גענוי איז די זאלי מעשה...
תוקן על ידי טראק ב- 17/04/2010 01:03:26
http://brooklynpaper.com/stories/33/17/wb_roseemailfolo_2010_04_23_bk.html
UPDATE: Jew gotta be kidding! Niederman 'e-mail' may have been faked!
A controversial e-mail from a Satmar Hasidic rabbi that urged opponents to vote down a divisive Williamsburg development project may have been fabricated!
Rabbi David Niederman — and dozens of supporters — blasted our online story on Friday that Niederman, a prominent leader of the Zalmanite faction, had sent an e-mail telling his fellow Community Board members that ''we have to stop the Rose Plaza proposal'' on the grounds that ''it would be a major boost'' for developer Isack Rosenberg's Aronite charity, the Central Jewish Council.
The Central Jewish Council competes against Niederman's United Jewish Organization for government financing.
But regardless, Niederman said, the e-mail was a complete fabrication — created by someone who wanted to cast doubt on Niederman's opposition to the Rose Plaza project, which initially called for 801 units — 20 percent of which were below-market rent and none of which were larger than two-bedrooms.
''Whoever did this wanted to trick people into thinking that the issues that I was concerned about — affordable housing and the size of the apartment units — was just a smokescreen and that I really opposed the project because I'm a Zali and Rosenberg is an Aroni.''
All eyes are on board member David Weinstock, who claims he received Niederman's e-mail in Dec. 3.
On Friday, Weinstock stuck to his story — and denied creating the toxic missive.
''I got the e-mail,'' he said. ''I guess I got it by mistake. They're out to destroy [Rosenberg], demolish him and punish him, to deprive him from the right to make money [on the Rose Plaza Project] because he is not with them.''
Although the e-mail's authorship remains in doubt, the controversy over its existence shed new light on the fissure inside Williamsburg's largest Hasidic community — which split four years ago in a power struggle between the late Satmar Grand Rebbe's two surviving brothers, Aron and Zalman Teitelbaum.
Rosenberg, one of the primary financial backers of the Aronite clan, has wanted to turn his Certified Lumber site on Kent and Division avenues into the mixed use complex. But with Niederman leading the fight, the proposal ran into opposition from Community Board 1, Borough President Markowitz and Councilman Steve Levin (D-Williamsburg).
Niederman's fight to add more below-market-rate units and add more family-sized units eventually won the day, and the project now includes 30 percent affordable units, plus dozens of three- and four-bedroom apartments.
As a result, the Council approved the proposal on Wednesday by a vote of 47-1.
אבער מען האט אים געכאפט מיט די הויזן אראפ יעצט איז שוין צי שפעט צי לייקענען.
פארפאלן, דיין קאפ ארבעט פיין...
און היות ער האט צוגעזאגט ביליגע דירות קען שוין נידערמאן מער נישט פארפירן במילא איז עס דורך
לאמיר גיין אויף זייער געשפינטע מהלך
וועלכע וואסער פראנט דעוועלאפמענט האט שוין נידערמאן/זאליס רבנים אפגעשטעלט ? קדם? שעיפער?
ווען האבן די רבנים זאליס געלאזט רופן די אחים ראזענבערג איבער צו שמועסן דעם פראבלעם ?
איך געדענק ווען דער גנב אין מסור נידערמאן האט עס ניש טגעוואלט דעבאטירין אין האט קלאר ארום געשיקט אימעילס מען זאל וואטן דערקעגן
יעצט אלץ לאזער זיכט ער א וועג ארויס.
נידערמאן האט געפייט מיט ציין אין נעגל קעגן דעם פראיעקט וויאזוי עס זאל נישט זיין,
ניין נישט וועגן ארטיסטן, (והא ראי' ער האט אליין געהאלפן שעיפער, אין האט קיינמאל נישט געארבעט קעגן סיי וועלכע זאלי'ס וואס האט בויען אין די מאסען פאר ארטיסען אין וומ''ס, לדוגמא: יאקאבאוויטש
ער האט גאר געהאלפן ריזאנען די אלע ארטיסטן בנינים.)
נאר פאר די סיבה וואס 'יעדער' ווייסט האט ער אפגעמאכט אז ער גייט שטערן די ראוז פלאזא דעוועלפערס
אין נאך יעדע זאך וואס די דעוואלעפער האבען נאכגעגבן האט ער געבעטן נאך פארלאנגען,
ביז פאריגע וואך, ווען לעווין האט געזעהן מאנטוג נאכט אז ער פארלירט האט ער שנעל געטוישט די ניגון אז ער שטיצט עס יא.
יעצט מאכט ער יעדן טאג נאך א ספין צו אפווישען זיין געשמאקע דורכפאל
אבער ס'איז דערנאך,
פארשטינקענע פיש געגסן אין פין שטאט געפלויגען
האסט אויפגעדעקט דיין שמיציגע פרצוף, אין געהאט א זיסע דורכפאל
תוקן על ידי nuremes ב- 19/04/2010 00:18:16
בטעות אריינגעלייגט אין אן אנדערן אשכול
Williamsburg, NY - After Big Win, Rookie Councilman Now Fights Bloomy on Domino
Williamsburg, NY - Less than two weeks after winning a big political and policy victory on the Williamsburg waterfront, rookie Councilman Steve Levin is now after a bigger fight against a stronger opponent — he wants changes in a $1.2-billion Domino Sugar redevelopment that is backed by a wily veteran named Mike Bloomberg.
Levin has called the 2,200-unit proposal ''simply too massive'' for the site of the former sugar refinery along Kent Avenue.
''We're looking at 6,100 to 6,700 new people in the neighborhood as the result of this development,'' said Levin. ''I don't believe that the neighborhood has the infrastructure, public transportation, and capacity for that level of vehicular traffic to sustain that type of influx of people.''
Levin wants to reduce the density of the project, add get the number of below-market-rate units above the promised 30 percent, reduce the number of underground parking spaces by nearly half, and create more open space on the 11.2-acre site.
Mayor Bloomberg is a strong supporter of the Domino project. But Levin is fresh off last week's settlement with the developer of Rose Plaza, a nearby development that was bigger, had fewer affordable units and included none of the coveted family-sized units before Levin got involved in the negotiations.
Levin has the backing of his mentor, Brooklyn Democratic Party boss, Assemblyman Vito Lopez (D-Williamsburg), who is opposed to the current project — and who has been lobbying councilmembers behind the scenes for 1,000 affordable units instead of the 660 proposed by Domino's developer Community Preservation Corporation Resources.
''Vito has taken a real leadership role with regard to this development in particular in a very long time,'' Levin said. ''Going back to when I was working for him early on, he was advocating for these issues. I want to emphasize as much as possible that he is very much a driving force in making sure that there be responsible development here.''
Not all the dominoes are lining up the way Levin and Lopez want.
Borough President Markowitz has backed the plan. And last weekend, Bloomberg jumped into the fray, calling out Levin and Lopez for standing in the way of development along the Williamsburg waterfront. But Levin's vote is key, as councilmembers typically defer to the wishes of the member in whose district a project resides.
But Levin isn't backing down, challenging the mayor to accommodate the tens of thousands of new residents and congestion on the roads and two subway lines near the project.
''If the mayor is in favor of it and wants to see it happen, [his administration] has to put its money where its mouth is and pass transportation modification,'' Levin said. ''You can't fit on the Bedford L train now as it is.''
http://www.brooklynpaper.com/stories/33/17/wb_levindomino_2010_04_23_bk.html
פארוואס לייגט מען איבער 2 מאל די זעלבע תגובה?
תוקן על ידי בשמחה_תמיד ב- 23/04/2010 05:20:56
פארוואס לייגט מען איבער 2 מאל די זעלבע תגובה?
תוקן על ידי בשמחה_תמיד ב- 23/04/2010 05:22:31