היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » כל העולם כולו » ברעקונג! 2 נסיעה קענסלט צוליב טמא'נעם בג"ץ!

ברעקונג! 2 נסיעה קענסלט צוליב טמא'נעם בג"ץ!

32 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2777124

רבי_יונה » 13/4/2010 20:10

ברעקונג!!

איצט קומט די נייעס, אז די צווייטע נסיעה וואס רז"ל האט געדארפט פארן קיין א"י מיט גרויס פאמפע קומעדיגען כ' סיון איז געקענסעלט, און דער הולך לבג"ץ פארט נישט!

דאס איז געקומען צוליב דעם נייעם שארפען בריוו פון כ"ק מרן גאב"ד ירושלים שליט"א וואס האט פאריגע וואך דאנערשטאג געשיקט מיט א שליח מיוחד צו רז"ל פרעזנדליך, מיט גאר שארפע לשונות, אז ער זאל שוין ארויס גיין פונעם טמא'נעם ציוניסטישען בג"ץ, און אויף הערן מיט די הרמת יד בתורת משה, וחילול ה' שמים באופן נורא, און תיכף אונטער שרייבן שטרי בירורין, און אויף הערן מיט די תירוצים און לגיונות וואס מען פירט ארום דעם גאב"ד.

צוליב דעם שרעקליכען דרוק פונעם ירושלימער רב שליט"א איז באשלאסען געווארן אז מען קענסעלט די נסיעה.

פרטים יבואו!

איצט קען מען שוין נישט פארקויפן די שוויגער באבע תירוץ אפווישען די בג"ץ בזיונות.

ווער עס האט א פרישע תירוץ איז מכובד צו מהנה זיין דעם עולם.

עירהתורה » 13/4/2010 22:57

לויט ווי איך הער איז די מסע המלכות אפגעשטופט אויף כ' אלול יומא דהילולא פון הרה"ק ר' המשה אריה פריינד זי"ע.

FiveBoro » 13/4/2010 23:04

מאכסט א וויץ - האף איך..

נפל » 13/4/2010 23:14

לויט ווי איך הער איז געפלאנט א ריזיגע הפגנה אין ניו יארק וועגן די פרישע פרשה פון די קברים וועלכע מדינת ישראל האט באשטעיטיג די וואך אויסצוגראבן, די הפגנה וועט זיין אנגעפירט דורך אדמו"ר מהרז"ל מיט די פערזענליכע השתתפות פונם גאב"ד.

דער גאב"ד האט געבעטן צו לאזן אפען די קומענדיגע תקופה פארן פראטעסט בהשתתפותו.

די אהרוינים וועלן דארפן אסאך שוויצן אפצולייקענען די אפענען צוזאמענארבעט פון התאחדות הרבנים בראשות האדמו"ר מהרז"ל מיטן גאב"ד.

וואלןסח » 13/4/2010 23:29

אוי וויי ס'איז צרות

נפל האט דא נישט מיר נישט דיר באשטעטיגט אז די כ' סיון נסיעה איז געקענסעלט (קוקט אויס נאכן רעדן מיט זיין שוואגער'ס ברודער שכן וואס זיין פעטערס שוועגערן'ס ברודער וואוינט אין ירושלים)

פארוואס?

איז נישט קיין גרויסע נפק"מ

תירוצים זענען דא גענוג

אבער די בזיונות זענען גרויס

 

פאר מבטל זיין פראטעסטן קען מען שנעלער טרעפן א תירוץ ווי מבטל זיין א נסיעה צום צווייטן מאל

 

נעבעך

allgood1s » 13/4/2010 23:35

נפל צירוק צום נושא האשכול

אין ירושלים ווייס מען שוין דערפון?

נפל » 13/4/2010 23:36

איך האב גארנישט באשטעיטיגט בנוגע דעם נסיעה ווייל איך האב אין דעם נישט קיין אהנונג.

עס וועט אייך אסאך כוחות קאסטן און איר וועט דארפן אריינלייגן אין דער בלאט בלידער פונם פראטעסט מיטן גאב"ד ווי ער שמייכלט צו מהרז"ל און צו צושרייבן "דא שרייט דער גאב"ד"

דוד46 » 13/4/2010 23:49

יונה'לע

מיר ווארטן נאך אויפן ערשטן בריוו

לאמיר כאטש זען דעם צווייטן בריוו

yosefelye » 14/4/2010 00:23

נפל כתב:[בילד – נישט אפגעהיט]
 
 
לויט ווי איך הער  [בילד – נישט אפגעהיט]איז געפלאנט א ריזיגע הפגנה אין ניו יארק וועגן די פרישע פרשה פון די קברים וועלכע מדינת ישראל האט באשטעיטיג די וואך אויסצוגראבן, די הפגנה וועט זיין אנגעפירט דורך אדמו"ר מהרז"ל מיט די פערזענליכע השתתפות פונם גאב"ד.

דער גאב"ד האט געבעטן צו לאזן אפען די קומענדיגע תקופה פארן פראטעסט בהשתתפותו.

די אהרוינים וועלן דארפן אסאך שוויצן אפצולייקענען די אפענען צוזאמענארבעט פון התאחדות הרבנים בראשות האדמו"ר מהרז"ל מיטן גאב"ד.

מלך_מלכים » 14/4/2010 00:36

ר' יונה האט זיך באווארענט דאס מאל, ער אופה'עט מער נישט וועגן א בריוו וואס גייט קומען גאר בקרוב, פשוט א שליח מיוחד פרזענליך, אזוי גאר? יונעלע, ממעגן מיר וויסן ווער דער שליח איז געוועזן? אדער דאס איז אויך אוועקגעלייגט אין ווינער רב'ס שופלאד?

allgood1s » 14/4/2010 00:54

נפל

וואס הייסט די ווייסט נישט???

איינער האט געהעקט דיין ניק? אדער דיינע שוואגערס האבן אפגעהאקט מיט דיר??

מלך_מלכים » 14/4/2010 01:00

ארונימליך, כאפטס ענק נישט אן אין ר' יונה'ס געבעקסן, ווייל ווען דער אמת קומט ארויס וועט ער נישט דא זיין ענק צו העלפן, כדרכו, עס לוינט נישט די ריסק

אויששש » 14/4/2010 01:16

הייס, קאכעדיג א פרישע געבעקס פון נאך פסח יעצט ארויס פון די זאלי'ס
מהרז"ל געקענסלט די כ' סיון נסיעה צוליב די עלטערע בחורים פון די ירושלימ'ער ישיבה
"נישט מער א קראנקע שוויגער נאר עלטערע בחורים"

היראים » 14/4/2010 01:20

אזוי גאר?
הייסט עס ער פארט יא?

רבי_יונה » 14/4/2010 04:42

א רחמנות דא אויף די זאליס, יעדער עקסטער פרובירט צו באקן א תירוץ, אפווישען די בזיונות וואס דער בג"ץ מאכט אן.

נעבעך מען לאזט אלע זאליס אפען וואסער, און זיי נישט צוגעגרייט קיין גהעריגען תירוץ, נאר פאר אזנע פערדן וואס האבן געקענט פארקויפן, אז די ערשטע מאל האט מען עס אפגעשטיפט צוליב א באבע מיט א שוויגער... קען מען איצט פארקויפען אז די שוויגער איז צוריק אויף געשטאנען תחיית המתים, און קען נאכמאל שטארבן...

און איצט איז שוין די 2 מאל וואס מען דארף אפשטיפען די נסיעה פונעם בגץ'ניק רז"ל, צוליב נישט וועלן ארויס גיין פונעם טמא'נעם בג"ץ, נאר אנהאלטען דעם מרידה בה' אלוקי מיט די גרעסטע כחות, מען זעהט בחוש ווי די סטרא אחרא שטייט און האלט רז"ל ביים קארג, נישט לאזענדיג אפשטעלען אזא שרעקליכער חילול ה'.

זאליס: שפארט אייך בזיונות, און נעמט זיך אן פארן הייליגען באשעפער, גייט צו ענקער פירער דער הולך לבג"ץ און האקט אפען טיש!

גיי ארויס פונעם טמא'נעם ציוניסטישען בג"ץ שוין!

שטעלט דיך צו דין תורה שוין!

טראק » 16/4/2010 23:17

איך האב געמישט אין דער איד און נישט געטראפען קיין ווארט איבער די נסיעה.

טראק » 16/4/2010 23:37

באקומען אין אישית

[בילד – נישט אפגעהיט]

עירהתורה » 18/4/2010 01:02

די בחורים פון ישיבה גדולה און ירושלים האבן שוין געלאזט מעלדן אז טאמער קומט ער וועט זיין נאר בושות וחרפות ווייל זיי וועלן גארנישט אנגרייטן קיין שילדן וכדו' ווילאנג י.ש. מיט י. וו. לאזן נישט אפ די קהילה.

colorfull1 » 18/4/2010 09:51

i heard that kirjas joel rabbi signd shtury beriryn friday on the requeest of r yitzchuk tovye weiss shlit"a

ארגינעלער » 18/4/2010 23:28

האסט א קאפי ?

היראים » 19/4/2010 00:39

ארגינעלער כתב:[בילד – נישט אפגעהיט]
האסט א קאפי ?


צו ער האט יא, צו ער האט נישט
כאילו דאס איז יעצט די אישו, וואס האלט ציריק די זאלי'ס ארויסצוגיין פין טריפה'נעם בג''ץ

ער האט געזיכט עפעס צו ספינען פאר זיינע אייזלען, צו בארויגען די היץ פין די גרויסע עצרת פין היינט נאכט, האט ער פאברעצירט א מעשה, ממש לא דובים ולא יער, אין ער ווייל אז דאס זאל יעצט ווערן א טעמע.

טראק » 19/4/2010 03:24

די זאליס האבן יעדן טאג א נייע תירוץ, פארוואס זיי האלטן אן דעם חילול ה' אין זענען נאך אינעם ציוניסטישען בג"ץ.

אבער דערווייל האבן זיי נאך נישט אונטער געשריבען שטרי בירורין.

ווי אויך רז"ל וויל דערווייל בשו"א נישט אונטער שרייבן שטרי בירורין, יעדן טאג האט ער א נייע תירוץ.

allgood1s » 3/6/2010 21:06

נייפעלע וואס איס געווארן מיט'ן ריזיגע הפגנה דורך רז"ל מיט'ן פערזענליכען השתתפות הגאב"ד, און מיט זיין שמייכעל צו רז"ל...?

רבי_יונה » 4/6/2010 02:16

די קבלת פנים כ' סיון פאר רז"ל איז פארגעקומען אין ככר השבת און איבער 200 טויזענט האבן זיך באטייליגט... אזש עס איז פיל געווען ביז וואשיגטאן...

לא_לנו » 4/6/2010 05:12

חמישים אלף איש במפגן האדיר במנהטן.

שלמהווייס » 7/6/2010 07:20

יעצט נאכן אונטערשרייבן שט"ב
צו גייט ער שוין פארן אויף א"י
אדער דארף ער קודם ארויסגיין פון בג"ץ

לא_לנו » 7/6/2010 16:58

יונה וואו ביסטו? לאמיך פונקטליך הערן ווען ער גייט פארן און וואס דער כ"ק מרן גאב"ד ירושלים שליט"א האט געזאגט אדער גייט זאגן.

ראוז_פלאזא » 1/7/2010 06:26

אומגלויבליך!!! פרישע קענסעלעישן יעצט אריינגעקומען! דער חכם האט נארוואס געקענסעלט זיין נסיעה קיין לאנדאן, דאס מאל איז אויך די באבע שולדיג... דאס איז אין צוגאב צו די קומענדיגע וואשינגטאן פראטעסט וואס שטייט אויף הינערנע פיס! אומגלויבלעך!

פשווארסק » 1/7/2010 06:34

כל דבר שאינו לש''ש סופו ...

פשווארסק » 1/7/2010 06:40

יעצט שרייען זיי ווייטער א באבע תירוץ איטערסענט וואס איז געווען ביז די מצב האט זיך סטאביליזירט

עירהתורה » 1/7/2010 15:34

יעצט איז אויך א באבע "די רעבעצין תליט"א" וועלכע ריז מורעדיג מקורב צו איר געטרייען זון רז"ל?????.

תוקן על ידי עירהתורה ב- 01/07/2010 15:37:08

באבע_מעשה » 1/7/2010 20:07


ביטע נישט פארטוישען צווישן א באבע מעשה און א מאמע תירוץ נאך איין מזל אז ער האט באבע'ס מיט מאמע'ס גענוג