אלעס ארום דעם
הויפט זייט » אידישע געדאנק » די ''סערטיפייד לאמבער'' קאנטראווערסיע (ראוז-פלאזא)
די ''סערטיפייד לאמבער'' קאנטראווערסיע (ראוז-פלאזא)
8 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2777100
די טרוקענע פאקטן:
סערטיפייד לאמבער זיצט אויף א ריזיגע שטח ביים וואסער הארט נעבן וויליאמסבורג, אזויוי א קאנדא נעבן וואסער איז זייער א געזיכטע זאך ביי די רייכע (נידריגע) גויים און בנוסף גייט די לאמבער ווייט נישט ווי אמאל האט י. ראזענבערג באשלאסן עס צו דעוועלאפן אין א גיגאנטישע קאמפלעקס פאר 800 קאנדא-דירות (!)
א זאך וואס איז בוודאית אויסגעשטעלט צו טוישן וויליאמסבורג פאר אייביג.
יעצט אזויווי די זאך איז זייער נישט לטובה פאר די שפרודעלדיגע היימישע שטאט, זענען פארשטייט זיך אלע רבנים עסקנים ווי אויך די פאליטישאנס דערקעגן, און זיי פייטן עס מיט ציין און נעגל.
ראזענבערג האט געשיקט זיינע חברה ווארפן שבת (עירוב) פאשקעווילן קעגן ר' משה דוד נידערמאן אז ער איז א בלוט פארגיסער פארן אינטערברענגן א אידס פרנסה, (א בילד ווער עס קען ארויפלייגן),
היינט דינסטאג האב איך געזעהן צעטלך קעגן ראזענבערג און אז עס גייט היינט זיין א פראטעסט אנטקעגן ראזענבערגס הויז אויףROSS ST. 106 כ'מיין 8:00 ביינאכט מוחה צו זיין קעגן חרוב מאכן וויליאמסבורג פאר אפאר טאלער, (א בילד ווער עס קען לייגן).
קאנפירמד!
ויבאלד י. ראזנבערג איז גרייט איינצוגיין אויף קאמפראמיסן, ווערט יעדער געבעטן נישט צו גיין צום א. ג. פראטעסט.
פרטים יבואו
ער איז שוין ב"ה איינגעגאנגן נישט צו בויען די נבלה נאר פשוטע דירות א חלק לאו אינקאם
ברוך ד', די סטראטעגיע האט פיין געווירקט, און מ'האמיר דעליווערט:
*30% (בערך 300 דירות) וועט זיין עפארדעבל געאייגנט פאר היימישע משפחות, און 60 וועט זיין גאר גרויסע דירות.
* די איבריגע וועלן נישט גיין פאר די גאר נידריגע 'ארטיסטן'' סטייל גוים.
* קיין אויסגעלאסענע ''ביעטש פראנט'' ווי פארדעם געפלאנט.
* און נאך אפאר דעטאלן וואס ס'וועט הערשט ארויסקומען מיט די צייט.
יעצט דארף ער טרעפן א אינוועסטאר מיט גרויסע געלט זאפאסן וואס זאל זיין גרייט דאס צו דעוועלאפן.
אין א קלוגן שריט פון משה דוד, האט ער נישט געהאלטן ביים אננעמען קעיר צו נעמען פון אויסטיילן די ביליגע דירות, ס'זאל נישט אויסקוקן ווי ער האט פארדעם געפייט דערפאר.
און איך בין נישט באזארגט אז ס'וועט נישט אויסגעטיילט ווערן ביושר - ס'איז דא מער אויגן וואס וועלן דאס נאכקוקן און זוכן דיסקרימינאציעס, מער וויפיל אויגן עס קוקן איבער די דאלערס ביים ארויסקומען פון מינט.... -
וווען גייט מען אנהייבן בויען דארט? דארף עס באשטעטיגט ווערן דורך די ענווייראמענטעל דעפ א.א.וו.? צו קען ער שוין אנהייבן?
ארונים צומישט און ערשיטערט פון בלאט'ס טיפשות-ליצנות פון זיי!:
| יכול, איך האב אויך גיפרעגט די זעלבע קשיא, איך זעה קיינער קען מיר נישט ענטפערן, די קשיא איז 2 פאכיג, 1, וואס איז די תירוץ פאר ראזענבערג פארן אריינברענגען ארטיסטן אין וומ"ב? דאס איז דאך איין עון בל יכופר, און די ארויניס רומען איהם נאך דערפאר, 2, וואס מאכט דער בלאט דאס גענאר פונעם עולם, מיטן שרייבן א פרעכער ליגנט אז מ'גייט בויען 800 דירות פאר אידן? דאס איז דאך ליגנט, דאס גאנצע וואס מ'רעדט דא איז בערך 75 דירות גערעסער אידישע סטייל דירות, זה הוא, אין למעשה מוז ער עס נישט געבן פאר ווייסעך ווי ביליג, ער דארף עס בלויז געבן עטוואס ביליגער ווי דער מאקעט רעיט, דאס קען אויך זיין א געשוואלענער פרייז, |
תוקן על ידי זעליג_כהן ב- 16/04/2010 21:02:25