ביי די יערליכע שאלות ותשובות שיעור פון הרה"ג ר' יחזקאל ראטה שליט"א, וואס איז פארגעקומען חול המועד פסח, אין ביהמ"ד קארלין סטאלין, דורך די אירגון שיערי תורה, ווי עס איז איינע פון די שטערקסטע שיעורים, און עס באטייליגען זיך דערין פילע הונדרעט'ער אידן, פון אלע שיכטן און קרייזען, איז דעס יאר - ספעציעל - געווארן די געשפרעך פונעם טאג.
גלייך ביים אנפאנג שיעור, נישט ווי דער סדר אז נאר דער אוועקגעשטעלטן שואל פרעגט זיינע קשיות, האט זיך די מנהל פון די אירגון הרב באלד שליט"א, ג'געבען א שטעל אויף און געפרעגט ר' יחזקאל, "ווי באקאנט איז לעצטענס געווען די שערוריא מיט די מוסקאווי קאטשקעס, וואס איז דער דין מיט די כלים? און וואס טוט מען אז די מכשול זאל מער נישט פאסירן?
(ווער ס'קען הרב באלד, ווייסט פון וואספארא חשובע תמימותדיגע איד מ'רעד דא, מען זעט ווי אזוי די נושא האט איהם געקאכט, אז ער האט זיך אנפאנג שיעור אליינס אויפגעשטעלט פרעגען, נישט ווי דער סדר, וואס ווייזט ווי ערענסט ער האט גענומען די זאך, און ווייזט ווי אזוי אידן אן נגיעות קוקן אן די זאך)
האט אויף דעם ר' יחזקאל גענטפערט:
"די כלים דארפ'ן געהעריג געכשר'ט ווערן, און מ'דארף אסאך מתפלל זיין ס'זאל מער נישט פאסירן" און נאך מאריך געווען מיט זיינע דיבורים.
פארשטייט זיך אז זיינע ווערטער האט נישט צוגעברענגט ביי די אלע אידן דארט גרויס סימפאטיע צו זייער פלייש, און ווי איך הער זענען דעם יום טוב צוגעקומען אסאך נייע קאסטומער'ס, צום בוטשער וואס שטייט בהשגחת ר' חיים דוד כ"ץ שליט"א,
און דער בוטשער האט טאקע יעצט צו געקויפט נאך א וואגן (ווער ס'ווייסט ווי אזוי ס'זעט אויס אין בארא פארק דעי דעליווערי וועגענער) מיט א פרישן גוי, צוליב דעם איבערפלוס פון ארדערס.
ב"ה אז ס'איז שוין היינט דא אן אלטערנטיוו, און די אלע מדקדקים בכשרות האבן זיך ווי צו ווענדען.
די שיעור קען מען הערן אויף קול הלשון:
718-906-6420
4-4-1-723
גלייך ביים אנפאנג שיעור.