לויט ווי איך האב געהערט פון א קראנטע מקור (א באגלייבטער אינגערמאן וואס האט געהערט אין אפיס פון א געוויסע לויער) ווארטן פרייליכע טעג אין קרית יואל.
בני יואל איז אריין אין די לעצטע פאזע פון אריינטראגן אין געריכט די שפיל פונם ווילידש וועלכע מאכן ליצנות און לאזן קהלת בני יואל רעדן צום וואנט בנוגע דאס באשטעטיגן דעם סייט פלען פאר די רבצינס שול. בני יואל איז איבערצייגט אז די ווילידש וועלכע איז א חלק פונם אמעריקאנער רעגירונג דיסקרימענירט קעגן זיי, און דאס איז באשטעטיגט אויף שטארקע פאקטן וואס האבן זיך אפגעשפילט די לעצטע האלבע יאר.
לויט ווי בני יואל קוקט אן די זאך וועלן זיי ארויסגיין מיט לכה"פ אזא נצחון וואס קהל חרדים איז ארויס נאך דעם וואס די ווילידש האט דיסקרימענירט קעגן זיי.
בני יואל האפט אז מיטן געווינען א "לאו סוט" וועלן זיי - חוץ עפענען צוריק אויך - פארדינען גענוג געלט צו קענען צובויען אויך, אזוי ווי חרדים האט אפגעצאלט פאר די קאנטראקטערס מיט געלט וואס זיי האבן באקומען פון די ווילידש נאכן געווינען די קעיס אין קארט.
בני יואל זאגט אז לפנים משורת הדין האבן זיי א היתר בי"ד וועלכע פעלט באמת נישט אויס צוליב דעם וואס "די ווילידש" איז א געזעצליכע רעגירונג אפטיילונג וועלכע איז אינטערגעווארפן דעם אמעריקאנעם געזעצן און נישט אינטער קיין שום בי"ד. פארשטייט זיך אז די אהרוינים וועלן נישט זיצן מיט פארלייגטע הענט, זיי וועלן כדרכם פייטן ביזן סוף מיטן קאפ אין וואנט אריין טראץ דעם וואס זיי ווייסן אז בני יואל א שטארקע קעיס און זיך אליינס אריינלייגן אין צרות און דערנאך שרייען מוסרים. אפיציעל הייסט דאס אז די עקשנות קומט פון רבי'ן אליינס.
פאר ווער עס געדענקט נישט: די לעצטע קעיס אין קארט האט זיך גענדיגט מיט דעם וואס קארט האט באשטעטיגט אז די שטח געהערט פאר בני יואל און די אהרוינים האבן קיין שום בעלות דערויף. מיט דעם צוזאמען האט דער שופט צוגעלייגט אז מען קען דאס פלאץ נישט ניצן אלס א ביהמ"ד צוליב דעם וואס עס איז פארשריבן אלס א "רעזידענטשל פראפערטי" נאר בני יואל דארף אריינגעבן א "סייט פלען" צו די ווילידש אזוי ארום צו באשטעטיגן דאס מקום אלס א ביהמ"ד.
אזוי האט טאקע בני יואל געטון, זיי האבן ארייגעגעבן די פארלאנגטע פאפירן קודם האט זיך ארויסגעשטעלט אז די ווילידש האט בכלל נישט פארמאגט דעם דיפארטמענט וואס דארף זיך אפגעבן מיט אזעלכע סארט פארלאנגען (א חסידישע מלוה מלכה...) דעריבער האט די ווילידש געבעטן נאך צייט ביז זיי וועלן קענען פארמירן אזא דיפארטמענט, מיט דעם האבן די ווילידש בערדע געהאפט צו קענען שלעפן צייט. אבער די בני יואל עסקנים האבן געפינען אין געזעץ אז אויב געפינט זיך נישט אין די ווילידש אזא דיפארטמענט קען מען פארלאנגען די סארט באשטעטיגונג פונם טאון, דעריבער האט די ווילידש זי אינטערגעיאגט אהערצושטעלן אזא דיפארטמענט נישט וועלנדיג בני יואל זאל זיך ווענדן צו די טאון אוף מאנרא. תיכף נאכן פארמירן דעם דיפארטמענט האט בני יואל ווידער איינגעגעבן די פאפירן און הפעם צום ריכטיגן דיפארטמענט, אבער די ווילידש מאכט זיך נישט וויסענדיג. דערווייל איז אפגעלאפן דעם טערמין אין וועלכע די ווילידש האט געדארפט ענטפערן און קיין תשובה איז נישט געקומען.
אין די "גאר" נאנטע טעג קומט אן די טערמין אין וועלכע בני יואל קען געזעצליך איינגעבן א אנקלאגע (די געזעץ לויטעט אז 30 טעג נאכן אפגעלאפענעם טערמין קען מען איינגעבן א קלאגע) בני יואל איז נישט געזעצן מיט פארלייגטע הענט און געווארט ביז צום לעצטן מינוט נאר תיכף ווען די טערמין איז אפגעלאפן און א תשובה איז נישט געווען האבן זיי אנגעהויבן צוגרייטן די קלאגע וועלכע ווי שוין דערמאנט קען מען איינגעבן אין די "גאר" נאנטע טעג.
עס האט מיר גאר שטארק באיינדריקט די קלוגע און "שטילע" מהלך פון בני יואל, איך קען זיך פארשטעלן פארוואס זיי האלטן דעם גאנצן געשעפט בסוד. אבער זאל זיך קיינער נישט איינרעדן אזוי ווי עס האט אויסגעזען אז בני יואל זיצן באפאטשט... זיי פארן גוט. איך קען אייך צוליב פארשטענדליכע סיבות נישט פארציילן צו וועלכע זייט די לויער געהערט.

תוקן על ידי נפל ב- 11/04/2010 23:18:41