היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » כל העולם כולו » "כינוס גדול" בעניני כשרות - לאברכים ובחורי הישיבות

"כינוס גדול" בעניני כשרות - לאברכים ובחורי הישיבות

41 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2775067

מנחם_מענדל » 8/4/2010 19:47


לאור די פייערדיגע דברות קודש פון רבינו שליט"א דעם פארגאנגענעם חוה"מ פסח, אז אונזער ציבור זאל זיין וואכזאם מיט אן אפענעם אויג אויף עניני כשרות, ווערט פאררופן א ריזיגער


כינוס גדול בעניני כשרות

פאר אברכי קהילתינו און בחורי ישבותינו הקדושות


דעם קומענדיגן מאנטאג טהרה

פרטים יבואו

מנחם_מענדל » 8/4/2010 19:56

[בילד – נישט אפגעהיט]

נפל » 8/4/2010 20:16



גייט מען מסביר זיין פאר די אומוויסענדע בחורים וויאזוי מען "גייט ארויף אויף די כלי"?

rebyankel » 8/4/2010 20:17

נפל
דאס קרענקט דיר אויך?

נפל » 8/4/2010 20:22

יעדער ברענגט ארויף א שמייכל אויף די לעפצן ווען מען הערט דאס קול פון איינער וואס הייסט פון די גרעסטע רבי'ס ווי ער איז "מכבד יעדער איינער אליינס נאכצוקוקן אויף די כלי"... נאך מער לאכן די וואס האבן טאקע געפאלגט און געזען אז עס האט "נישט" גרעגענט

FiveBoro » 8/4/2010 20:40

נפל, פון ענקערע שימפערייען נאכאמאל און נאכאמאל ווערט נאר קלארער און שטערקער די ווערטער פון רבי'ן שליט"א חוה"מ פסח אז די מצב איז "גארנישט אזוי פשוט"!
פון אלעם וועט עט'ס רעדן אויסער פון ענקערע ווייץ.

אייגנטליך, דאס איז נישט די נושא דא.

גאסט » 9/4/2010 05:44

[בילד – נישט אפגעהיט]

גאסט » 9/4/2010 05:46

[בילד – נישט אפגעהיט]

גאסט » 9/4/2010 05:48

[בילד – נישט אפגעהיט]

יעקב_בער1 » 9/4/2010 08:13

ב"ה אז מיר דערשרעקן זיך נישט פאר קיינעם נאר מיר וועלן אויסלערנן דעם ציבור וואס מ'דארף קוקן
אבער אזוי ווי די פאריגע 2 דרשות וועגען כשרות 1 פון מגרוב און איינס פון ר' עדעלשטיין (הויפט משגיח פון נרבאטור) האבן זיי ארום גערעדט מיט וואס זייער השגחה איז בעסער פון התאחדות הרבנים למשל מאגרוב וועגן די אויל און עדעלשטיין וועגן די זויער קרויט אז די נירבאטור זאגט אז מ'קען נישט קלינען (איי וואס איז מיט די 10000 פונט קרויט וואס מיעל מארט ניצט)  האלט איך אז מ'דארף זיי זאגן אז אז אונז אלע ווייסן אז זייער השגחה איז די בעסטע אונז ווילן נאר וויסען פארוואס מיר דארפן אן השגחה

FiveBoro » 9/4/2010 11:39

יעקב_בער1 כתב:[בילד – נישט אפגעהיט]
אונז ווילן נאר וויסען פארוואס מיר דארפן אן השגחה


זיי בעסער מסביר

גאסט » 11/4/2010 17:39

[בילד – נישט אפגעהיט]

גאסט » 11/4/2010 17:39

[בילד – נישט אפגעהיט]

היראים » 12/4/2010 00:32

כשרות בולעטין פין וועד הכשרות

http://twitdoc.com/c/vfsqhq

גאסט » 12/4/2010 20:24

[בילד – נישט אפגעהיט]

גאסט » 13/4/2010 06:00

[בילד – נישט אפגעהיט]

גאסט » 13/4/2010 06:01


[בילד – נישט אפגעהיט] 
[בילד – נישט אפגעהיט]

תוקן על ידי גאסט ב- 13/04/2010 06:08:05

גאסט » 13/4/2010 06:11

באקומען אין אישי

מען קען שוין הערן די גאנצע אסיפה אויף קול סאטמאר:
212-444-9899
718-305-6942
845-537-6660

 2-7 ערשטע העלפט
2-8 צווייטע העלפט
*--Session data*


מנחם_מענדל » 14/4/2010 00:44

טייל פונעם ריזן ציבור: (זייער נישט קלאר, פון א סעלפאן)

[בילד – נישט אפגעהיט]

דאס איז בעפאר מען האט געמוזט עפענען אלע פאלישן.

מנחם_מענדל » 14/4/2010 00:45

satmar.kashrus@gmail.com

אין א זעלטענע און העכער-ווי-ערווארטעטע סוקסעס איז אפגעהאלטן געווארן די

"כינוס הגדול בעניני כשרות"
אין קרית יואל, וואס איז בעז"ה געווען א גאר-געלונגענע שליסל צום כשרות אויפוואכונג וואס איז בעז"ה א פאקטישער צוקונפט אין אמעריקא!

עס איז כדאי אז יעדער וואס האט נישט מיטגעהאלטן די אסיפה זאל דאס אויסהערן אויפן טעלעפאן,
אויף "קול סאטמאר", ביי די נייע אפטיילונג פון
"קול משמרת הכשרות"

#2 212-444-9899

מנחם_מענדל » 14/4/2010 00:57

מען שפאנט פאראויס!!!

לויט ווי איך הער (קראנט) גייט שוין אן פלענער אז גאר בקרוב וועט בעז"ה פארקומען א כינוס רבתי פאר נשים.


פרטים יבואו.

נוטראלער » 14/4/2010 03:30

איך בין געווען נעכטן ביי די אסיפה, ב"ה מען קען זיך אויסדריקן אז ישראל קדושים הן, טויזענטער אידן זענען געזעצן און אויסגעהערט די אלע דרשות מיט א געוואלדיגע ערענסקייט, מיט א קבלה להבא.

דער דרשה פון שש"ט צום סוף איז אבער געווען זייער נאריש, ווי ער האט ארומגערעדט וועגן די פלייש, קיינער האט בכלל נישט געלייגט קיין דגוש ביי די דרשה וועגן פלייש, און פלוצלינג ביי די רעזולאציעס הערט מען אז מען דארף קויפן נאר ק"י פלייש, (עס איז אמת אז דאס האט געוואלדיגע הידורים, אבער נישט פון דעם איז געווען די נושא), עס האט געמאכט אויסקוקן ווי די גאנצע אסיפה איז געווען איין שטיק פלוטיק. וד"ל

נ.ב. ווער עס קען קויפן א נייע קאלקולעטער פאר שש"ט זאל דאס שנעל טוען, ווייל זיינס איז צובראכן, ער מאכט א חשבון אז אין ק"י שעכט מען 150,000 טשיקענס, און פון יעדע קומט ארויס 6 פארשענס, איז דאס ס"ה אריבער א מיליאן, ווער עס קען רעכענען ווייסט אז 150,000 טיימס 6 איז =900,000 אין נישט קיין מליאן.
[חוץ מזה וואס עס איז נישט אמת אז פון א טשיקן קומט ארויס 6 פארשענס, עס קומט נאר ארויס 4, 2 באדעמס, און 2 בייליקס, וואס דאס איז ס"ה 600,000 פארשענס]


תוקן על ידי נוטראלער ב- 14/04/2010 03:31:47

מנחם_מענדל » 14/4/2010 03:52

והנה און אט, נוטראלער בלייבט א נוטראלער.

נוטראלער » 14/4/2010 04:16

מנחם_מענדל כתב:[בילד – נישט אפגעהיט]
והנה און אט, נוטראלער בלייבט א נוטראלער.

[בילד – נישט אפגעהיט]

FiveBoro » 14/4/2010 19:01

נוטראלער, כעל דיר ענטפערן - כאטש דו ווילסט נישט קיין ענטפער..

איך האב שוין אויך אויסגעהערט אלע דרשות, עס איז געווען - ווי עס שיינט - א געוואלדיגער מעמד, מלא תוכן.

לגבי וואס די נושא פון די אסיפה איז געווען, יא פלייש צו נישט, איז דיין טענה זייער נאריש, די נושא איז נישט געווען אויף קיינע פרטים, די ציהל איז געווען א כלליות'דיגער, אז כשרות ברויך א מוראדיגע זהירות און מקען נישט ארייננעמען אין מויל אנע טראכטן פאראויס. למשל, וווען דו קויפסט איין פשוטע לעמאן דשוס, איז דיר אמאל בייגעפאלן צו קוקן וועלכע קאמפאני צו נעמען - לויט די קוואליטעט פון זייער השגחה? געוויס נישט. דאס האט מען ארויסגעברענגט, רבותי, זייט וויסן אז יעדע נארישע "נעטורעל" אייטעם איז פארבינדן מיט שאלות גדולות וחמורות, און אויב איז דער בעל מכשיר נישט די בעסטע מבין, קען עס זיין דאס ערגסטע. וכו' וכו', ברויך מען זהירות אין "יעדן הינזיכט", עס איז געווארן ארומגערעדט סיי די חלק ה'פראקטיק', און סיי בדרך מוסר בענין זהירות.

ממילא אויב פרעגסטו פון וואסב מען האט גערעדט, איז דזי תירוץ "פון אלעם", און ר' שמואל שלמה האט אויך גערעדט פון אלעם, און פארשטייט זיך אליינס אז אויב רעדט מען פון זהירות בכשרות, מיינט דאס אוודאי און אוודאי פלייש, וואס גרעניצט זיך שמאל שמאל מיט נבילות וטריפות ממש, און אודאי דארף יעדער איד מאנ"ש האבן דעם גדר אז מען עסט "נאר" פון אונזערע מהודרדיגע שחיטות.

היראים » 14/4/2010 19:24

וואס ווילסטו פין נוטראלען מוחזק שקרן?
עס קרענקט אים ווער ס'האט גערעדט אין וואס מ'האט גערעדט אין ווי מ'האט גערעדט אין פאר וויפיל יודן מ'האט גערעדט
אין יודיש שרייבט מען ''איי פיל יאר פעין''

יעדע שקרן הייבט אן מיט אביסל אמת ווייל ער ווויל מ'זאל אים גלייבן, מ'האט עס שוין געזעהן ביי די מרגלים

דוד46 » 14/4/2010 19:32

ווער געדענקט דען נישט די דרשה פון מאנראוער צדיק'ל חול המועד וואו ער האט געזאגט "א שוחט מיינט נישט ווער עס האט א שיינע לאנגע בארד".

אט דאס האט ער טאקע געמיינט.

פירושים זענען איבריג.[בילד – נישט אפגעהיט]

FiveBoro » 14/4/2010 19:36

דוד'ל זיי דיך מחזק...

יא! דאס איז היינט די פאקט, די ק"י שחיטה איז היינט א "וועלט'ס שחיטה", או נישט נאר היימישע אידן יראים ושלמים נוצן פון די פלייש, נאר דאס גייט אין די גאנצע וועלט! פארפאלן.

לעבעדיגער » 14/4/2010 19:41

און די מענטשן זענען נישט קיין שוחטים דוד'ל. זיי זענען משגיחים פון די OU וואס האבן געוואלט זעהן דאס אויסגעהאלטענקייט פונעם שחיטה המהודרת. זייענדיג א יחיד במינה.

וואלןסח » 14/4/2010 19:43

נישט וויכטיג צו ענטפערן דעם דוד ווייל יעדער ווייסט ווער די שוחטים זענען, אבער זאג נאר דוד, דו ווייסט אפשר ווי אזוי די שוחטים פון דיין פלייש קוקט אויס???

דער בעל הבית פון ענקער הייליגע פלייש קוקט נישט אויס בעסער ווי די או יו משגיחים!

עפשטיין » 15/4/2010 00:42

אין וועלכער כשרות ארגעניזאצייע ארבעט דער מאגרובער רב?

FiveBoro » 15/4/2010 03:49

ער ארבעט פאר וועם עס רופט אים. יעדע צייט אנדערש (איך מיין אז ער גיט נישט קיין השגחה אונטער זיין אייגענעם נאמען).

FiveBoro » 15/4/2010 20:47

איינער האט מיר אויפמעקזאם געמאכט אין אישי, אז ער גיט יא צומאל אייגענע השגחות, ווי לעטעס אויף די מרור.

FiveBoro » 16/4/2010 00:53

[בילד – נישט אפגעהיט]

דוד46 » 16/4/2010 00:58

fiveboro

גוט געזאגט

טאקע ווייל עס איז א וועלטס שחיטה דארפן מיר דאס נישט.

פונקט ווי עמפייער וואס איז א וועלט שחיטה און אונז עסן דאס נישט.

וואס עס איז גוט פאר די וועלט איז נישט אלעמאל גוט פאר אידן מהדרין מו המהדרין

FiveBoro » 16/4/2010 01:03

סוי דיין 'מעסטער' אויף כשרות איז דאס? ווער עס איז "וועלטליך" דער איז טריף?...

אויב אזוי דאן עס טאקע נישט קר"י שחיטה.

אבער, לדאבונך האבן רוב אידישע קינדער אן אנדערן 'מעסטער'. מען מעסט די כשרות לויט די חומרות והידורים!.

דוד46 » 16/4/2010 01:07

ביזסט א טיפיקל אהרוני.

וואס קומט דא אריין טריף???

ווען איינער עסט נישט פון א געוויסע השגחה אדער א געוויסע קאמפעני ווערט עס נאכנישט טריף.

קיינער האט נאכנישט געזאגט אז די מאנראוער פלייש איז טריף, סך הכל עסט מען עס נישט צוליב הידור.

אבער דיין מאנראוער צדיקל האט יא געזאגט אויף אידן שומרי תורה ומצוות אידן וואס זענען מהדרין בכשרות אז זיי זענען נכשל געווארן מיט עסן חמצ'דיגע מצות בפסח!!!

היראים » 16/4/2010 02:02

ביז אפאר יאר ציריק איז 82 בוטשער געווען די גרעסטע בוטשער
אין זיי האבען נאר גענומען פין וויינלאנד וועלכע איז געווען פין די גרעסטע בית השחיטות
אין ער האט געגעסן,
אין דא שרייט ער אז ער עסט נישט פין א גרעסערע פלאץ
טיפיקל זאליס

FiveBoro » 16/4/2010 02:37

דוד46 כתב:[בילד – נישט אפגעהיט]
וואס קומט דא אריין טריף???

קיינער האט נאכנישט געזאגט אז די מאנראוער פלייש איז טריף,
[בילד – נישט אפגעהיט].

FiveBoro » 16/4/2010 02:39

דוד46 כתב:[בילד – נישט אפגעהיט]
אבער דיין מאנראוער צדיקל האט יא געזאגט אויף אידן שומרי תורה ומצוות אידן וואס זענען מהדרין בכשרות אז זיי זענען נכשל געווארן מיט עסן חמצ'דיגע מצות בפסח!!!


מהדרין בכשרות
  מיט וואס? דו מיינסט די סייחים?


חמצ'דיגע מצות בפסח!!! האסט א טעיפ פון אזא דרשה?

FiveBoro » 16/4/2010 19:45

דוד46 כתב:[בילד – נישט אפגעהיט]
וואס קומט דא אריין טריף???

קיינער האט נאכנישט געזאגט אז די מאנראוער פלייש איז טריף, סך הכל עסט מען עס נישט צוליב הידור.


דא האט איר א "היינטיגע" מעסעדש פון די זאליס, וואו זיי זאגן "נישט" טריפה:

*--[endif]*

SatmarHQ: KJ: Mier Hirsh stopped & told all caterers to stop buy fish *--[endif]*by Greenhut, cuz he don't buy TRYFAH FLIESH from KJ poultry.


אגב, דוד, קענסט מיר אפשר אנטשידן די צולאזטקייט לעצטנס ביי ענקערע טעקסט-מעסעדשעס? זענט איר אפשר צעטראסקעט פון נידערמאן'ס דורכפאל? אדער וואס.