אויפ'ן גנב'ס קאפ ברענט דאס היטל!!
וויליאמסבורג בפרט און דער גאנצער וועלט בכלל איז נאך אינטערן רושם פון די געהויבענע דרשה פון סאטמאר'ן רבי'ן שליט"א בנוגע די ווייץ פאר פסח.
כלל ישראל פרייט זיך אז די גדולי דורינו האבן געשאפט פאר כלל ישראל גאר מהודר'דיגע ווייץ אנע שום חששות, ווי די רבי האט מסביר געווען פאר זיינע געטרייע אנהענגער די מעלות פון די ווייץ וואס מ'שניידט אין אריזאנע וואס ווי באקאנט האט זיך די רבי אריינגעלייגט ראשו ורבו דערין, און האט ארויסגעברענגט פאר די חסידים, אז טראץ די שווערע וועטער דעם פארגאנגענעם זומער וואס האט געמאכט עגמת נפש פאר די שניט דאהי אין ניו יארק, זעמיר אונז מיט סייעתא דשמיא געהאלפן געווארן מיט אריזאנע ווייץ. כן יעזור ה' להלאה.
און פלוצים הערט מען א פרישער קול, און דאסמאל שמעקט עס מער פון א וויינענדיגע, פארווייטאגטע, בעטענדיגע קולכ'ל...
דאס קול איז נישט קיין אנדערע ווי דער נועם המידות קרייז!
וואס איז? פרעגט מען, הערט מען א בארג מיט טענות:
וואס איז מיט ענקערע ווייץ פון לאנג איילענד?!..
וואס איז מיט אינטערנעט?!..
וכו' וכו'...
עד כאן המעשה.
איז מיר שווער צו פארשטיין אזוי,
וואס עפעס זענט עטס אזוי פארווייטאגט און פארוויינט, איבער וואס דער סאטמארער רבי האט געזאגט פאר זיינע חסידים?!
וואס עפעס שפארט מען איין רבנים פון גרויס ווייטאג?!
וואס עפעס דארף מען וועגן דעם הערן א שם ה' לבטלה?!
ווי קומט עטס בכלל אריין אין דער בילד?!
מען האט ניטאמאל גערעדט צו אייך!!
קען מען מיר ביטע ענטפערן?