הרה"ג רבי שמעי' גרינבוים שליט"א האט דעם צווייטען טאג יו"ט אחרון של פסח געדארפט זאגן א דרשה בעניני יו"ט אין ביהמ"ד הגדול דסאטמאר הופער, עס איז שוין געמאלדען געווארן דערוועגן פאר יו"ט, חול המועד האט אים אנגעריפען אברהם בער יאקאבאוויטש דער יד ימינו פון רז"ל, אז ער וויל אים איבער געבן די באשלוס פון זאלי קהל און רז"ל, אז טאמער ער גייט רעדן דארט, דעמאלס גייט אים די זאלי קהל סטאפען זיין געהאלט, און נישט לאזן מער זאגן קיין שיעורים אין ראדני.
עקסטער האט אים אנגעריפען חיים יצחק מאנדל פון 82, אז טאמער ער גייט רעדן אין הופפער גייען זיי אים אוועק נעמען זיין באנגעלאו אין לפידות קאנטרי וואס ער האט עס שוין דארט איבער 30 יאר.
יא אזוי קוקן די אויס די זאליס, ווער געדענקט נאך זייער ניגון נועם המדות... נישט דא מער קיין טעראר אויף רבנים... יעדע רב קען טאן וואס מען וויל... מער קיין רבנים טעראר וועט נישט זיין...
דערווייל יעדע מין השחתה און טעראר אויף רבנים טוען די זאליס מיט די גרעסטע אימפעט און רשעות!