היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » כל העולם כולו » פרוי מיט אייגענע האר נקבר געווארן אין סאטמאר ביה"ח

פרוי מיט אייגענע האר נקבר געווארן אין סאטמאר ביה"ח

11 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2774740

שומרשמיטה » 7/4/2010 23:17

איך האב יו"ט געהערט ממקור מוסמך אז א נפטרת וועלכע איז געגאנגען אין אייגענע האר איז נקבר געווארן אין סאטמאר'ן ביה"ח אין קרית יואל.

איך מיין אז דאס איז די ערשטע מאל וואס אזוינס איז פארגעקומען אין סאטמאר.

טראק » 7/4/2010 23:35

אין סאטמאר בית החיים איז נישט נקבר געווארן קיינער מיט האר.

נאר אין פאלקאס בעק יארד האבן די זאליס געכאפט דעם חול המועד א חסד של אמת קבר, פון אן אלטע עלענדע פרוי פון אשל, וואס איז געגאגנען מיט אייגענע האר.

דוד46 » 8/4/2010 02:54

אין אלטן בית החיים איז נקבר געווארן א איד וואס איז נישט געגאנגען אין אייגענע האר, נאר געטאן מעשים וואס פאסט נישט אפילו פאר א משפחה וואו מען גייט אין אייגענע האר

לעקסינגטאן » 8/4/2010 03:09

דוד, וועם מיינסטו וויגידור אדגער יעקב נחמי' ?

יעקב_שמשון » 8/4/2010 03:16

אין דעם פאלאק'ס לאט ליגן נעבעך דראג עטיקעס, מעלסטערס, מאנגאלן, אין יעצט אייגענע האר....

גייט'ס אן.....

rebyankel » 8/4/2010 18:55

מיט אזא קינדישקייט לויפן די זאלי'ס נאך נאך יעדן מת, זאל עס זיין פין סיי וועלכע סארט מין יוד
פין א מאנגוי ביז אייגענע האר,
זייער שמש לויפט אין שפיטול פין בעט צו בעט.
יעצט פאר יו''ט האבען זיי געהאט א ,,מעכטיגע,, דורךפאל ווען א יוד, וועם זיי האבען באקומען א הבטחה פין די קינדער איז זיי גייען געבן זייער פאטער איז ,,ליידער,, {ב''ה} געזינט געווארען..

נעבעך.....

נפל » 8/4/2010 20:31

ליידער איז די מצב אז ווען מתים וואלטן געדאווענט מיט מנין וואלט מען שוין נישט געדארפט רופן א צענטער פון די גאס...

וואלןסח » 8/4/2010 20:35

נייפעלע

לייג צו, אויך אויב מען וואלט געקענט מצרף זיין פרויען און קינדער צו מנין...

נעבעך



תוקן על ידי וואלןסח ב- 08/04/2010 20:35:29

יקרבו » 9/4/2010 03:09

דאס ערשטע מאל אין די היסטאריע ווען איינער שטארבט אין מען פרייד זיך

אויך נאר ביי די זאלי'ס

רבי_יונה » 9/4/2010 03:19

די שאלה צו די אלע מאנגאס קען מען מצרף זיין.

belony » 9/4/2010 04:24

when it was rumers thta martin grosman will be burryed in pollaks (meiachoirei hagader) i thought that its a joke but now when i see that its really a brench from CSE i can understand it.............z