הבדלה פון מוצאי שבת אינמיטן פסוקי דזמרה פון שביעי של פסח?!?!
פאלגענד איז אן איבערראשענדער באריכט!
שביעי של פסח בייטאג אינעם ביהמ"ד הגזול אויף ראדני אין וויליאמסבורג הערט זיך א קול פון א נועם המידות (וואס איז ווארשיינליך דער גזלן זעלבסט) און ער זאגט פאר די שירה פסוק ביי פסוק, ער קומט אן צום פסוק פון עזי וזמרת וכו' הערט מען:
עזי וזמרת י-ה א . ד . נ . י ויהי לי לישועה וכו'
ווי א דיגער אינמיטן העלן טאג האט זיך געהערט דאס אומפארשעמטער שם לבטלה [רח"ל] פאר זיינע לייבוועכטער וועלכע האבן געצאפלט איטליכע לאנגע סעקונדן ביז דער לאנג באקאנטער בעל טועה וועט פערטיגן דעם פסוק און זיי וועלן זען ווי ווייט דאס טעות האט דערגרייכט.
איצטערט וועלן מיר לאזן דער נועם המידות מיט זיינע לייבוועכטער און דאס גאנצער ביהמ"ד הגזול זאגן ווייטער א גרייזיגן שירה און אונז העל מיר זען וואס אונז האמיר צוטון נאך אזא מעשה.
ווי באקאנט פאר יעדן שאינו יודע לשאול זאגט מען מוצאי שבת ביי הבדלה דעם פסוק "עזי וזמרת י-ה ה' ויהי לי לישועה" און ביי די שירה זאגט מען "עזי וזמרת י-ה ויהי לי לישועה" און מען זאגט נישט ה'.
עס טוט מיר זייער וויי אז מ'ברויך ווידעראמאל פארהאלטן דער נועם המידות פאר אזעלכע אומווערדיגע מעשים, כידוע איז ער שוין א נודע לשמצה מיט אט דעם לויזקייט ווען עס קומט צו שמות לבטלה, ווער געדענקט דען נישט ווען ער האט געבויט א גאנצער פלפול אויפ'ן אייגן פאבריצירטן פסוק, השיבני ה' א . ל . ק . י . ך ונשובה?...
ווילן מיר תושבי וויליאמסבורג זאגן: אז דו ווילסט פיטערן דיינע בהמות פסח מיט חמצ'דיגע ווייצלעך, דארפן מיר גארנישט טון חוץ זיי מודיע זיין, אבער אויף צו מזלזל זיין מיט'ן נאמען פונ'ם אויבערשטען וואס דאס קען חלילה שאטן פאר דער גאנצער שטאט זענען מיר געצוואונגען צו נעמען שריט עד הסוף!!
דעריביר זאגן מיר: נאכאיינמאל מיר וועלן געוואויר ווערן אז דו ביזט ווידעראמאל דורכגעפאלן מיט "השם לבטלה" וועלן מיר זיין געצוואונגען דיר ארויסטראגן פון וויליאמסבורג מיט חרפות און בושות!!
און דער תירוץ אז "ס'איז געווען א טעות", וועט נישט העלפן...
תושבי וויליאמסבורג