טוט זיך אויף טישן און אויף בענק, יא אינטערנעט נישט אינטערנעט, די זאליס האבן געכאפט א ווארט, און פארטיג, און ממילא ווי באלד די רבי האט געזאגט אז ווער עס האט די כלי קען עס אליין נאכקוקן, מוז זיין אז לאנג איילענד ווייץ איז הונדערט פראצענט כשר!!!
נייפעלע, לאז מיר עס מאכן גאנץ קורץ, נישט פאר דיר, נאר פאר עס וויל וויסן.
קודם וועלן מיר מעתיק זיין דברות קדשו
איך וועל ענק זאגן דעם אמת, לולא דמסתפינא, העט איך געזאגט, טייל מצות אויף פסח איז סאך ערגער ווי די קאקא, ווען מען זאל וויסן וואס מיינט שניידן ווייץ אויף פסח, וואסערע פראבלעמען ס'איז דא ביי קצירת חיטים אויף פסח, ס'איז היי יאר געווען, דעם זומער, א ספעציעלע רעגנדיגע זומער, איך בין ארויס יעדן טאג זומער און איך האב געקוקט, ס'רעגנט שוין ווייטער, ס'איז געווען אינמיטן זומער, מען האט געדארפט שניידן ווייץ, יעדן טאג וואס איז געווען די צייט פון שניט האט גערעגנט, איך האב דעמאלטס געוואוסט אז ס'וועט זיין עגמת נפש מיט ווייץ אויף פסח.
איך דארף אייך נישט זאגן, די לעצטע פאר יאר, האט מען געמאכט א טומל מיט אונזער ווייץ, היי יאר איז שטיל, אפשר קען עמיצער מסביר זיין פארוואס איז שטיל, ווייל ס'איז נעבעך גרויסע צרות, דאס איז דער תירוץ, פאר די גאס, איז יאכלו ענוים וישבעו, מען מאכט א שווייג פון אלעם, איך האב זייער מורא אויף די מצות, אז ס'איז דא צווישן די ווייץ, חיטים מבוקעות מצומחות, און דאס איז חמצ'דיגע ווייץ, און אז מען מאלט עס אריין, איז עס חמצ'דיגע מעל אויסגעמישט מיט די פסח'דיגע מעל, און דאס גארנישט אזוי פשוט.
דער אייבערשטער זאל האלטן די האנט אויף יעדן איד, מען זאל נזהר זיין פון יעדע משהו חמץ, אלע אידן.
איך וויל בעטן, איך רעד יעצט צו צו יעדן איד, היינט איז דא מכשירים, איך דארף אייך נישט זאגן, יעדער איינער ווייסט, עס איז דא מכשירים, זאל זיך יעדער איד נאכפרעגן, ווען האט מען געשניטן די ווייץ, וועלכן טאג, א דאטום, ווען האט מען געשניטן די ווייץ, און אויף וועלכן פלאץ, ווי האט מען געשניטן די ווייץ, און וועלכען טאג, און זאל ער ארויפגיין - ס'איז דא מענטשן, נישט יעדער האט די כלי, אבער ווער עס ווייסט מען קען היינט נאך גיין, וויפיל טעג האט גערעגנט פאר מען האט געשניטן די ווייץ, איך בין מכבד יעדן איינעם, יעדער איינער קען עס נאכגיין, מען קוקט דאס נאך למפרע, ווי אין יענע יענע שטעטל, ווען האט גערעגנט דארט, וויפיל טעג האט גערעגנט דארט, וויפיל טעג האט גערעגנט פאר מען האט געשניטן די ווייץ, מען קען קיינעם נישט פארקויפן קיין מעשיות, נישט פארקויפן קיין באבקעס, יעדער איינער זאל נאכקוקן און זיך גיין אינטערעסירן, ווען מען קויפט מצות, ווי האט מען געשניטן די ווייץ און ווען האט מען דאס געשניטן, וויפיל רעגן איז געפאלן איידער מען האט דאס אפגעשניטן, זאל עס יעדער גיין נאכקוקן, איר וועט בלייבן איבעראשט, וויפיל דעם זומער האט גערעגנט.
יעצט קודם וועל מיר נאכאמאל גרינטליך איבערקוקן די דרשה פון רבין און עס אנאליזירן.
קודם וועלן מיר פרעגן 5 קשיות
1) איז דא געזאגט געווארן איין ווארט אז די מצות זענען חמץ?.
2) איז דא געזאגט געווארן איין ווארט אז מען טאר עס נישט עסן אום פסח?
3) איז דא געזאגט געווארן איין ווארט אז מען מיינט נאר די זאליס?
4) ווען דער רבי האט מיט ווייטאג געקוקט יעדן טאג ווי ס'רעגנט, האט אים וויי געטון צו די זאליס וועלן האבן מצות צו נישט, אדער האט ער געקוקט וועגן די לאנג איילענד ווייץ וואס קהלתינו הק' האט געשניטן פאר ווער עס האט נישט געוואלט צאלן טייערער פאר אריזאנא ווייץ?
5) ווען דער רבי זאגט "איך האב דעמאלטס געוואוסט אז ס'וועט זיין עגמת נפש מיט ווייץ אויף פסח" מיינט ער די זאליס, אדער ער מיינט אונז?
דער תירוץ איז זייער פשוט
דער רבי האט עס געזאגט במשך חוה"מ און די צווייטע טעג יו"ט פאר עטליכע אידן, ס'איז קלאר אז על פי הלכה מעג מען עסן די לאנג איילענד מצות, ס'איז דא הלכה ס'איז דא א שולחן ערוך, די חיטים מצומחות זענען בטל געווארן קודם זמן איסורם, און ס'איז נישטא קיין שום פראבלעם.
אבער איז דיר גוט טרוקענע הלכה, אן קיין הידורים, זיי וויסן אז די קאקא איז דיר אויך גוט, דאס ערגסטע וואס מען האט געזאגט איף די קאקא איז אז ס'איז אריינגעמישט מעל, נו, דאס איז אויך בטל געווארן קודם זמן איסורם.
אלא מאי, פארוואס האט די רבי גערעדט חוה"מ?
פשוט, מוצאי יו"ט האט אים עמיצער דערציילט פון די איבערקערניש וואס איז געווען ביי די זאליס, די מעשה מיטן אראדער רב ועוד ועוד, דאס מיינט אז אפילו די אייגענע האבן עס אויך נישט געוואלט נעמען, און אז הגז"ל אליין האט גענוצט פאר א יעריגע ווייץ, (און באמת וואס איז געווען ביי אונז?, איך (דער שרייבער פון די שורות) ווייס נישט, קען זיין דער רבי ווייסט אויך נישט, ער איז נישט געווען ביים שניידן, במציאות האט מען אבער פון קיינעם נישט געהערט (פון די וואס קלויבן) אז ס'זאל זיין אזוי געפערליך מער ווי א צווייטע יאר) און דערפאר האט דער רבי געפילט פאר וויכטיג נאכאמאל צו רעדן צום עולם, און ארויסברענגן דעם ענין, וואס תמצית דבריו איז "ווער עס איז א מהדר במצות זאל קויפן אריזאנא ווייץ".
ושמעתי אז דער רבי האט זיך אויסגעדרוקט פאר ר' אייזיק לעווי מנהל בית האופה קרית יואל, אז ער האפט איבער א יאר זאל ביי אונז זיין "כולו מצה", דאס מיינט אז ער וול מען זאל נעמען נאר אריזאנא ווייץ, גענוג געווען מיט די לאנג איילענד ווייץ. והסיבה פשוט, ער האט פאריאר געזען דעם שווערן זומער, און יעצט פסח האט ער געהערט ווי געפערליך ס'איז געווען דער שניט, און אויב קען מען נעמען פון אריזאנא אלע ווייץ, וואס דארף מען זיך אריינלאזן אין פקפוקים?, אויב איינער וועט דוקא וועלן "מהדר" זיין צו עסן ווייץ וואס די רבי ז"ל האט געגעסן (וואס ביי אים האט מען עס געקליבן) וועט ער קענען קויפן אין בראדוויי.
ולסיום, א ווארט צו די קליינע קינדערלעך:
פארוואס מען האט אראפגענומען די ווערטער פון רבין ווי ער איז מכבד צו קוקן אויף די כלי? ביסט מכובד אנצורופן די מנהלי "קול סאטמאר" נישט קהל און אוודאי נישט די רבי איז אחריות וואס זיי לייגן ארויף און וואס זיי נעמען אראפ.
נאך א ווארט, במציאות האט נישט וויליאמסבורג און נישט קרית יואל געהאט מער אריזאנא מצות זונטאג פאר שבת הגדול, ואני עדות לדבר, ווען איך בין געווען ביי ביידע (איין פערזענליך און איין אויפן טעלעפאן), אז א ניק שרייבט אז חוה"מ איז יעדער געלאפן קויפן אריזאנא מצות, איז אויך קיינער נישט באחריות דערויף.
האטס מיר אלע א געזונטן זומער