תוקן על ידי בשמחה_תמיד ב- 02/04/2010 15:45:35
לוסטיג און לעבעדיג און ישיבת ''ייטב לב'' י''ם
ומעשה שהיה כך היה:
ס'איז באקאנט פאר יעדן אז אין די לעצטע דריי יאהר האט אויסגעבראכן א שטארקן געפעכט צווישן דעם צדיק רח"צ ט"ב פון ירושלים מיט זיינע תלמידים אין די ישיבה, א געשלעג וואס האט פאראורזאכט פאר איהם און פאר די הנהגה דארט א גרויסע קענגשאפט עד היום הזה (טייל לייגן די שילד אויף זיינע עקסמעריסטן ארום אין שפיץ פון יוסל שווארץ)
נאך אלעס האט די געשלעג צוגעברענגט אז מ'מוז אפטיילן די עלטערע בחורים אין ישיבה גדולה פון די יונגערע, נאך עטליכע מאנאטן פון געפעכטן האט ר' חיים הערשעלע איינגעזעהען אז ער וועט די עלטערע בחורים נישט קענען ארויסזעהן פון די ישיבה וועלכע איז ביז דאן געווען קוואטירט העכער די ביהמ"ד פון אליעזר קעסטנבוים אין קרית ויואל משה, האט ער בלית ברירה באשלאסן צו אפדינגען א באזונדערן לאקאל פאר די יונגערע בחורים אין די מאה שערים גאס וויט אוועק פון די אלטע ישיבה מיט די עלטערע בחורים זיינע מחוצפים.
די יונגערע בחורים האבן זיך קעגן געשטעלט בכל תוקף צום נייעם לאקאל וואו זיי קענען אפזיצן נאר אין די וואכן ווייל אויף שבת ויום טוב געהערט דאס פאר די נטורי קרתא, ביז ר' חיים הערשעלע האט זיי אפגעדינגען נאך א באזונדערן לאקאל אין די בר אילן גאס אויף יעדן שבת, נאר זיי זאלן זיך נישט טרעפן מיט די עטלערע מחוצפים פון די אלטע ישיבה העכערן ביהמ"ד אין די סאטמארער קריה.
ווי באקאנט איז זינט דאן יעדן יו"ט (פסח און סוכות ווען ס'איז בין הזמנים אין ישיבה) געווען לעבבעדיג ווייל די יונגערע האבן נישט געהאט וואו צו דאווענען און זיי פלעגן זיך קומען צוזאמשטעלן מיט די עלטערע און דאס פלעגט אויפשפרינגען ר' חיים הערשעלע מיט זיינע חברה, ווייל די הנהלת הישיבה האט געפאדערט פון די יונגע בחורים זיי זאלן זיך צושטעלן צו די תפילות באטעס און כינוסים פון די קהילה בראשות ר' חיים הערשעלע, און די בחורים האבן גע'טענה'ט אז זיי האבן ליבערשט צו פארברענגען מיט די עלטערע בחורים אין ישיבה.
יעדער איינער געדענקט די געשלעגן וואס האבן אויסגעבראכן דארט פארגאנגענעם שבת יו"ט סוכות ווען ר' חיים הערשעלע האט נישט געלאזט פאר די בחורים בויען א סוכה און זיי האבן געפיהרט די זמירות פון שלש-סעודות אליין אין ביהמ"ד און זיי האבן געשטערט די תורה זאגן פון רח"צ און ער האט געגעבן דעם וואונק און דער שלעגער י. וו. הנודע לשימצה איז ארויפגעלאפן מיט א אייזענעם שטאנג אנקלאפן די בחורים און ער איז אראפגעשליידערט געווארן מיט ביטערע קלעפ נאכן פארלירן צוויי פאדערשטע ציין...
המשך יבוא
אזוי איז יעדן יו"ט מועד לפורענות יעדער ווייסט אין ירושלים אז ס'הייבט זיך ווידער אן די געשלעג צווישן די בחורים מיט רח"צ'ן, איז ווי פארשטענדליך אויך יעצט חודש ניסן איז יעדער געשטאנען גריטט צו זעהן ווער ס'וועט געווינען ביי די יעצטיגע פסח'דיגע מערכה די בחורים אדער רח"צ מיט יוסל שווארץ.
ס'איזד וויכטיג צו אנמערקן אז איז די קהילה זעלבסט ערשט גרויסע חילוקי דיעות דערוועגן, ס'הערשט א קול מלחמה צווישן די עלטערן פון די בחורים וועלכע פארדאמען ברבים די מעשים פון יוסל שווארץ דער יד ימין פון רח"צ, זי דערציילן אז ס'איז רדיפה בחינם די בחורים וואלטן שוין לאנג צוריקגעדרייט ווען רח"צ נעמט ווען ארויס דעם יוסל שווארץ פון פיקטשער, זיי טענה'ן אז ער רעדט אפ שידוכים פאר די בחורים און ער באשמוץ זיי אין די גאס אז קיין אנדערע ישיבות זאלן זיי נישט וועלן ארייננעמען אלס פאר'ן זיך נישט בייגן צו די הנהגה פון רח"צ....
וואס האט זיך אפגעטהון למעשה דעם פסח ?
איך האלט דאס אינמיטן זיך נאכפרעגן און איך וועל דאס באלד אי"ה ארויפלייגן האלט אייך געשפאנט...
אנהייב חודש ניסן האט רח"צ געהאלטן א שארפע דרשה פאר די יונגערע בחורים (פון די ישיבה אין מאה שערים גאס) אנטקעגן זיך צו חבר'ן אדער זיך דרייען מיט די עלטערע בחורים (פון די ישישבה אין קרית ויואל משה) די דרשה האט ביי די בחורים הן די יונגע און כל-שכן די עלטערע זייעהר נישט גוט אויסגעמאכט, מ'האט געזעהן אז דער עקסטרעמיסט יוסל שווארץ מדבר מתוך גרונו.
צווישן די ווערטער האט רח"צ געזאגט אז אויף צו מתקן זיין די פריעריגע געשלעגערייען צווישן די בחורים מיט די הנהלת הישיבה, איז ער מסדר א "ישיבת בין הזמנים" אין די ישיבה אין מאה שערים און יעדער בחור וואס וועט קומען אהין לערנען וועט באקומען אויף יעדן שעה 8 שקל (באלד 2 דאלער), דערמיט האט רח"צ געוואלט גענצליך אפשניידן די יונגע פון די עלטערע אויף אויף בין הזמנים און זיך איינשפארן בזיונות און עגמת נפש און... קלעפ
די עלטערע בחורים האבן זיך ווידער זייעהר גערעגט אויפן זיי אפזונדערן אויף די ימי בין הזמנים, האבן זיי (מיט די הילף פון עטליכע בעה"ב נכבדי הקהילה וואס האלטן מיט זיי) אויך געגרינדעט א "ישיבת בין הזמנים" אין די ישיבה אין קרית ויואל משה, נאר מיט איין חילוק אז ביי זיי האט מען באקומען אויף יעדן שעה 15 שקל (באלד 4 דאלער)
ס'איז איבעריג צו זאגן אז די יונגערע בחורים האבן זיך גמאכט שענעל דעם חשבון, ווי אויך איז די ישיבה פון רח"צ וויט אוועק און די ישיבה פון די עטלטערע בחורים איז אין די קריה, און איבער 40 בחורים האבן זיך איינגערשיבן און באטייליגט אין די ישיבה פון די עלטערע בחורים און אזויפיל ווי 13 בחורים האבן זיך באטייליגט ביי די ישיבה פון רח"צ
יעדער פארשטייט אליין די צארן און ענגסט וואס דאס האט אויפגעשפילט ביי רח"צ און זיינע געהילפן (ס'איז צום באטאנען אז דא האבן שוין מערערע פון הנהלת הישיבה זעלבסט אויך מיטגעהעאלטן מיט די עלטערע בחורים אונטערן טיש, זיי האבן געהאלטן אז דאס צו א ווייטאגליכע שריט אנטקעגן די בחורים, אבער זיי האבן מורא געהאט צו זאגן א מיינונג קעגן דעם יוסל שווארץ וואס על פיו ישק כל דבר)
די תגובה פון רח"צ (ער איז שוין געווען אין אמעריקא) דורך זיינע שלוחים יוסל שווארץ מיט יצחק ווייס איז געוועןו צו פארשליסן די ישיבה מיט א אייזערנעם טויער און ארויפלייגן וידיאו-קעמערעס צו זעהן ווער ס'וויל דאס אויפברעכן, די טויער און קעמערעס איז געמאכט געווארן דורך א פרייע קאמפני וועלכע שיקן ארויס גארדס גלייך ווען די טויער ווערט גערירט.
די בחורים זענען אנגעקומען יו"ט פסח און געטראפן א פארשלאסענעם ישיבה זי האבן שטארק געצערנט און געלאזט רופן די בני הקהילה זיי זאלן זעהן וואספארא שמוציגע מערכה מ'באגייט קעגן זיי, אסאך מענטשן האבן שטארק געקאכט דערויף ספעציעל די אחים שטטיינבערג האבן שארף רעאגירט אויף דעם און ס'האט געקאכט א קעסל גאנץ יו"ט.
די גבאים פון ביהמ"ד הגדול האבן געעפנט פאר די בחורים די אונטערשטע ביהמ"ד זיי זאלן דארט אנפיהרן זייערע תפילות דעם גאנצן יו"ט, ס'איז געווען מערקוועדיג אז מערערע אנשים מכובדים (אויסער עלטערן און זיידעס) זענען געקומען מיטדאווענען מיט די בחורים זיי צו מחזק זיין קעגן די רדיפות.
המשך יבוא
ויהי און ס'איז אנגעקומען די ערשטע טאג חוה"מ (צווייטע טאג יו"ט אין אמעריקא) האבן די בחורים זיך צונויפגענומען און בדרך לא דרך אראפגעריסן די ווידיאו-קעמערעס און אראפגעווארפן דעם אייזערנעם טויער, גלייך זענען געקומען צולויפן די גארד'ס פון די קאמפני רויסשע גויים רוצחים און אנגעהויבן צו באקלאפן די בחורים, די בחורים האבן גענומען די פארבליבענע עסן פון קאך פון די ישיבה און באווארפן די גארד'ס, זיי האבן גלייך געקאלט און אריבער גערופן דעם שלעגער י. וו. און משה יחיאל ב"ר מאיר ר. , ערשט דאן האבן די בחורים געזעהן אפן ווער ס'שטייט אונטערדעם און זיי האבן באווארפן די צוויי שלעגער מיט בננות און עפל כמנהג בחורים און די צוויי האבן אפגעטראגן כל עוד נשמתם בם.
אויפגערנאכט האט די קאמפני געשיקט נאכאמאל ארויפלייגן דעם אייזערנעם טויער אבער עטליכע חברי הקהילה האבן זיך געוואנדן צו הגאון רבי משה זאב זארגער שליט"א אז מ'איז מבזה די מועד און ער האט באפוילן אפצושטעלן דאס בויען ביז נאך חוה"מ פסח
אצינד זענען די בחורים ממשיך זייער ישיבת בין הזמנים ביתר שאת ויתר עוז בין כותלי הישיבה און יעדן טאג קומען חשוב'ע רבנים אויפטרעטן מיט שיעורים כליים, נעכטן האט אויפגעטרויטן הרה"ג ר' חיים ווייס שליט"א מיט א שיינע שיעור אין עניני החג אפילו נאך די טעראר וואס ער איז דורך נישט אריינצוטרעטן אין די ישיבה.
אצינד דרייט זיך יצחק ו. דער ווארט זאגער פון"פאר די הנהגה אין ירושלים און ער סטראשעט אז רח"צ קומט נישט צוריק פון אמעריקא ביז ווען די בחורים וואס האבן אויפגעבראכן דעם טויער וועלן זיך נישט קומען מודה זיין, די בחורים ענטפערן אז רח"צ קען צוריק קומען בכבוד גדול אבער אן זיין אונטער-שלאנג יוסל שווארץ מיט שלעגער'ס ארום.
ס'ווארט א הייסן זומער אין ירושלים, פאלגט נאך די ווייטערידגע נייעס
כ'האב פאר דיר ביטערע נייעס, אין קרית יואל איז ב''ה געווען א הערליכע זמן ברחניות דער אייבישטער זאל העלפן ווייטער
מיט א היתר פונעם יפו'ער האט מען דאס ארויפגעלייגט אינמיטן חול המועד.
[בילד – נישט אפגעהיט]
2.עס ווערט געזען דער שלעגער הערשי ראטמאן.
[בילד – נישט אפגעהיט]
3
[בילד – נישט אפגעהיט]
4
[בילד – נישט אפגעהיט]
5. דא זעהט מען די אייזערנעם טויער און די ווידיאו.
[בילד – נישט אפגעהיט]
תוקן על ידי jhhoruyr ב- 07/04/2010 23:49:13
די בחורים פון די ישיבה אין ירושלים האבן א מנהג (?) צו אפרעכטן א חמצ'ידגן סעודה מוצאי שביעי של פסח
זיי זענען געקומען ווי יעדעס יאהר שפעט אינמיטן די נאכט אין די ישיבה והנה.. די טויער איז ווייטער פארשלאסן מ'האט אנגעהויבן צו ריקן דעם טוער און א שווארצער ערל איז געקמוען צולויפן מיט וואסער קאנאנען און באגאסן די בחורים ס'איז געווארן יום טוב די בחורים האבן באווארפן דעם גוי מיט שטטיינער און ביינער און ער האט געסטראשעט אז ער גייט שפריצן טרערן-געז די בחורים זענען שנעל אראפגעלאפן, טאטעס און מאמעס זענען געקומען צולויפן פון די קולות אלע פענסטער'ס אין קרית ויואל משה האבן זיך געעפנט מ'האט געהערט קולות פון אלע זייטן.
די בריונים מ. י. בן מאיר ר. און הערשל ר. זענען געקומעןו צולויפן צו טיילן קלעפ דער שלעגער י. ו. האט זיך אויסבאהאלטן מיט יוסלך שווארץ אין א קאר וויט אוועק נישט אריינצופאלן אין די הענט פון די בחורים מיט די המון ארום
איין מאמע אשת ר' מ.י. ד. האט באוואשן ברבים דעם מ.י. ר. און איהם באזידלט אז ער מיט די אנדערע שלעגער'ס אינאיינעם מיט יוסל שווארץ באגראבן דעם צדיק רח"צ קבורת חמור און זיי באשמיצן איהם ביים ציבור אין די קהילה און אין די שטאט
אינמיטן האט זדיך די מערכה געהויבן א טאן ווען דער לוחם מלמות ה' (וואו ס'לוינט איהם) אייזיק ווייסאיז געקומען צו לויפן מיט פארקלעפטע אויגן און זיך גענומען מאכן באונמענע קולות אויף די בחורים, זעהענדיג אז זיי לאכן פון איהם אין פנים, האט ער געסטראשעט אז ער גייט אריבער צום ציון פון רבי משה אריה זצ"ל מזכיר זיין לרעה (ח"ו) די בחורים מחוצפים, עס האט נישט קיין צוויי מינוט און ר' נ. פוקס איז געקומען צוגיין און באזידלט דעם קנאי אייזיק ווייס פאר'ן אריינמישן דעם הייליגן נאמען פון רבי משה אריה זצ"ל ביי א ביליגע דריי-יאהריגע פאליטיק שפיל פון רח"צ טייטלבוים אנטקעגן די בחורים
די גאנצער המון ארום האט זיך צושפרייט מיט א היליכיגן געלעכטער
צומארגנס האט געמאלדן מ. וואלערשטיין (יא דער בגצ'ניק) אז אזוויוי ס'קען זיין אז די בחורים האבן א געוויסע טענה דעריבער וועט דער רבי מהרז"ל אליין מוזן פסק'ענען אין די שווערע מערכה לטובת רח"צ (און מ'וועט פארשליסן גענצליך די ישיבה פאר די עלטערע בחורים) אדער לטובת די בחורים מיט עפעס א פשרה.
אז פון אונטער די קוליסן דרייט זיך א שמועה אין ירושלים אז זייערע קעפ פון אמעריקא ארום מהרז"ל'ן ובראשם יעקב בער (וואס זיין שנאה צו רח"צ איז שוין היינט באקאנטבעקן און שטיצן די בחורים פון אונטערן טיש, ווייל ווי באקאנט קוקן זיי נישט מיט צו א גוט אויג אויף די פריוואטע רעביסטעווע פון ר' חיים הערשעלע מיט יוסל שווארץ וואס טוהען ככל העולה על רוחם אן צו פרעגן קיינעם גארנישט נישט דעם טאטן און נישט זיינע רשעי הקהילה.
יא יא, אז מ'טשעפעט א קהילה אין בני ברק אומזיסט מוז מען זיך נעבעך ספראווען מיט אינסייט פראבלעמען...
ווי עס קוקט איצט אויס וועט זיך דער יו"ט פארציען דארט לענגער...
ביז דערווייל גייט נאך אן די מערכה און פילן קראפט (טראץ די שמועות אז עס איז דא א הסכם) און ר' חיים הערשעל'ע האט מורא צוריק צו קומען קיין ארץ ישראל איידער עס ווערט סדר..
אבער קפץ עליו ריגזה של יעקב בער, יעקב בער שרייט אז ער לאזט אים נישט דא בלייבען, ער טיילט אים אויס צרות צרורות אז ער זאל צוריק פארן, אין בארא פארק האט יעקב בער אנגעדרייט דעם יו"ט, אז ער זאל נישט קומען קיין סיגוט, און אויך נישט צו די זאלי שול, חיים הערש האט געמיזט דאווענען אין מאקאווא.
יעקב בער זאגט קלאר אז ער איז די ממלא מקום פון זיין טאטע, און טאמער חיים הערש ציט זיך קיין אמעריקא וועט חיים הערש אים שטיין אין וועג און פארכאפען די מאכט, ממילא דארף ער בלייבען אין ירושלים.
חי' שרה איז אויף יעקב בער זייט, און זאגט אז חיים הערש דארף צוריק פארן ווייל ער מאכט מחלוקות דא אין די משפחה.
אזוי רייסן זיך די צוויי ארום בייי די קעפ, און בעטן יקרבו ימי אבל אבי.
|
עס קען זיך דאכטן אז דארט טוט זיך לעבעדיג... והא ראי' בעקער יונה האט אים אליינס געזען אויף די גאסן פון ווילי "צוקלאפט און צובאלט... אויך קען זיך דאכטן אז ביי סאשע - מענדל\חיים הערש\יולי איז שלום ושלוה...
פארוואס האט ר' חיים הערשעלע נישט געפראוועט דעם ליל הסדר ביי זיין טאטן? צו וועם איז ער געפארן צו די שוויגער ע"ה???
פארוואס האט ר' חיים הערשעלע נאך קיינמאל אויפגעטראטן מיט א שבת הגדול דרשה און ראדני??
פארוואס איז יעקב בער נישט געקומען צו די בר מצוה דעם לעצטן אדר לכה"פ בשליחות אביו?
פארוואס איז די ערשטע בר מצוה פונעם זון פון ר' חיים הערשעלע נישט פארגעקומען און ראדני?
ועוד? ועוד? ועוד?
נפל לעבן ענטפער מיר א תירוץ אויף די פיר קשיות??
|
איי מילתא דעבידי לגלוי' לא משקרי אינשי? אבער ביי רבי יונה איז דאך דער כלל נישט גילטיג, מ'וועט ליבערשט ארומספינען דעם גאנצן אהרונישן פארטיי מיט פאלטשע פאקטן און געשיכטעס אלעס אבי מ'זאל נישט רעדן פון די העכסט סוקסעספולע חוה"מ דרשה.
הגה"צ ר' חיים הערש שליט"א האט געוויילט דעם גאנצן יו"ט פסח העלל"ט ביי מר אביו כ"ק מרן רבינו שליט"א אין וויליאמסבורג, אזוי אויך זיין ברודער הגה"צ ר' יעקב בער שליט"א. פינטל.
יעצט רבי יונה'לע קום נאר אהער ברענגן לעבעדיגע באריכטן פון מאקעווע ביהמ"ד אז ר' חיים הערש האט יא דארט געדאווענט...
תוקן על ידי באלאנד ב- 12/04/2010 16:19:28
זיי שפירן עפעס וואו דער אייבישטער באצאהלט פאר ר' זלמעלע'ן וואס ער האט האט געטאן,
ער האט צובראכען די שטוב פון ברך משה זי''ע, צילוב זיין גראבע תאווה, צו זיין א רבי, איצט זעט ער נעבאך טויט און חורבן און זיין אייגענע שטוב, וואו זיינע צוויי בענאקעס רייסן זיך ביי די נעזער, אויף זיין בענקל, ביי זיין לעבן,
וואו אזוי שטייט נאר און די הייליגע משנה? על דאטיפת אטיפוך, וסוף מטיפייך יטופון.
תוקן על ידי מישמאש ב- 12/04/2010 16:59:59
נעכטן זענען די עלטערע בחורים געפארן אויף די מקומות הקדושים אין גליל העליון און די הנהלת הישיבה איז געווען צושפילט אויף טויט אויף די נסיעה וויבאלד די יונגערע בחורים האבן זיך אויך מיטגעכאפט טראץ זייערע סטראשונגען.
היינט איז דער באקאנטער שלעגער י. וו. (שיק יונגל פון רח"צ טייטלבוים און פון יוסל שווארץ דא אויף הייד פארק און אין י-ם) אנגעקומען כדרכו מיטאג (דאווענען\פאליטיזירן) אין ביהמ"ד אין קרית ויואל משה און מיט זיין מיאוס'ן מויל בארעדט די בחורים מיט בלאף און ליגנד אז זיי זענען ל"ע געפארן נעכטן אויף אומריינע פלעצער אינמיטן די לאנד און פארברענגט אין די ארגסטע פלעצער ה"י,
די שרעקליכע שמועה איז אנגעקומען צו די בחורים אויבן אין די ישיבה זיי האבן זיך צונויפגענומען און אינאיינעם אראפ צום דעם פערשוין און איהם ארויסגעווארפן פון ביהמ"ד מיט ביזי בזיונות, זיי האבן איהם באשריגן מיט אזאעלכע דיבורים וואס קיינער האט איהם נאכנישט ביז היינט דערוואגט צו זאגן אין פנים
זיי האבן איהם אויסגערעכנט אין פנים וואספארא מיאוס'ן עבר ער האט אין וואספארא שרעקליכע מעשים תעתועים ער איז באגאנגען אלס בחור אויך נאך עטליכע מאל וואס הגה"ק רבי משה אריה זצ"ל האט איהם ארויסגעווארפן פון די ישיבה, זיי האבן איהם דערמאנט ברבים וואס מ'האט אמאל געטראפן אין זיין תפילין-קעסטל אין די ישיבה, זיין פנים האט געפלאמט פאר בושה ווען זיי האבן איהם דערמאנט אז א געוויסע וועד פון י-ם האבן איהם איינמאל (עפ"י הוראות די רבנים) אנגעבראכן די ביינער און ער איז עטליכע וואכן געליגן כלוא בבית און אזוי נאך אסאך ליידער אמת'ע בזיונות
דער י. וו. האט געכאפט פליטה און רויט פון בושות וחרפות איז ער אנטלויפן אז ער לויפט נאך יעצט...
אצינד איז ערווארטעט שארפע דברי מחאה פון רבי ח"צ אויפן טשעפענען אזא איש קדוש וטהור
באלאנד שרייבט אויף יעקב בער און חים הערשלע די זעלבע טיטלען הגה"צ, ער פרובירט מיט אלע כוחות צו שטעלן יעקב בער מיט חיים הערשלע אויף איין לעוועל.
יעקב בער שטייט בקשר מיט די בחורים אין ירושלים, אז עס זאל זיין ווי מער פרייליך, אז חיים הערש זאל האבן ווי מער בושות אז יעדער זאל זעהן אז ער איז סתם אן אויסגעבלאזענער גארנישט, י. ווייס האט נעכטן געקאלט יעקב בער מיט קולי קולות אז ער איז א שיייגעץ ווייל ער שטיצט די בחורים, י. וו. האט אים געשריגען אז ער גייט אין אים נקמה נעמען, ער וועט אים באשמיצען אין אלע גאסן, יעקב בער האט זיך געמאכט כאילו לא ידע את יוסף, אויף דעם ארויף האט יעקב בער ערלעדיגט ביי די בחורים היינט אז זייי זאלן ארויס ווארפן י. וו. מיט ביזי בזיונות און קולי קולות.
אזוי שטייט חיים הערש פון איין זייט פארלוירען ליידענדיג בזיונות עצומות, און יעקב בער שטייט פון די אנדערע זייט אין מישט דעם טאפ מיט א שעפ לעפל און מאכט זיכער אז עס איז לעבעדיג און פרייליך.
אגב, וואו האסטו שוין פארשאפט דעם טעיפ פון דעם נעכטיגן פאון קאלל? איך האב דאך עס נאר געגעבן פאר ... ......, ער איז אויך פון דיין קליקע?
יוסף 90 איז אויף חיים הערש זיייט.
טא איז חיים הערש דערווייל אויף צרות דא אויף הייד פארק.
מערקט אויך רז''ל'ס גבאי אין ''הגה''צ'' ליפא'ס גבאי'
[בילד – נישט אפגעהיט]
|
ליגענט נומער 2 פון די אהרונים אין דעם אשכול אליינס:
הגה"צ רבי חיים הערש שליט"א איז יא מיטגעקומען, נאר ביי אונז שטעלט מען זיך נישט אויס פאר די פיקטשער אזוי וואו ביי דעם קדוש זעהט מען אים נישט!
נאך עפעס איז דיר שווער?
נעקסטע מאל בלייב און ארץ ישראל וועסטו זיצן אויבן אן... דא בין איך בעלעבאס"!! (יעקב בער)
ווי נישט ווי איז ער א מוראדיגער נועם המדות! ער קען אפשר נישט וואס דער יפו'ער קען אבער ער איז א שטארקער בלאט לערנער
באלאנד געב אים איבער אז ער קען רעכענען אויף מיר! נאו דזשאוקס!!
וואס האלט דער עולם?
איך פארלאנג א וואוט פון אלע שרייבערס! אבער שוין!!!!
ביטע זיך האלטען צו די נושא פין די געשלעגן אין זאלי'ס ישיבה אין ירושלים
אבער היות יעקב בער האט א זין ממש א קדוש אלקי וואס איז נישט ווינדער
ער שטאמט פין הרב הקדוש מבסיטריץ ז"ל פין הגז"ל אין פינעם שאפראנער, א בחינה פין המשלשים בשלש קדושות
איז ביי די זאליס ווער ס'האט א הייליג קינד לויפט מען צי יענעם איז בממילא יעקב בעק ממלא מקום
אבער מען ווען מיזן צי ווארטן וואס די קאקאש חי' שרה זאגט צי דעם ווייל זי איז בעל בית
הגז"ל דער יפו'ער מיט יעקב בערעלע האבן אלע די ניין יער'יגס פאר איר.
די הנהלת הישיבה וועלכע באשטייט פון עטליכע בעה"ב ווי הערשל שטיינבערג יהושע צבי יאזשעף יוסל ראזנבערגער און נאך זענען זיך שוין די לעצטע וואך אויסגעקומען מיט די עלטערע בחורים, יאזשעף האט זיי צוגעשטעלט א מאלצייט ביי זיך אין שטוב אלס פיוס און ער האט מיט זיי אויסגעארבעט א שטיקל פשרה צווישן די הנהלה מיט די בחורים
אבער ווי נאר די הנהלה האט געוואלט איבערגעבן זייער באשלוס פאר ר' חיים הערש האט ער צו זייער שטוינונג זיי אפגעווארפן און געזאגט "איך האלט נישט ביים רעדן מיט ענק איבער דעם נושא" די הנהלה איז שאקירט געווארן פון די ענטפער און האבן גלייך באשולדיגט דעם עקסטרעמיסט יוסל שווארץ (בן אהרן משה פון נידחי וויזניץ) וואס ער טינקט איין רח"צ אין דעם בלאטע
צומארגנס האבן די הנהלה מענטשן אריבערגערופן דעם יוסל שווארץ און איהם שטרענג פארגעהאלטן אויף די אויפפירונג פון רח"צ, זיי האבן איהם געשריגן אז ער גייט מיט די קאפ אין די וואנט און ער מאכט חרוב דעם רב אין די קהילה, יוסל שווארץ האט אפגעצויגן אינמיטן די מיטונג און אלס רעאקציע האט ער געמאלדן פאר די עלטערע בחורים אז די ישיבה ווערט אפגעשלאסן פאר בחורים עלטער פון 17 יאהר ווייל זיי האבן גע'הארגעט די גאנצע משמעת אין די ישיבה
יעצט ווארט מען אויף ר' ח"צ ער זאל אהיים קומען און זעהן צו פארלעשן די פייער וואס קאכט אנטקעגן איהם ווי א קעסל
ס'איז דא שמועה אז עטליכע עלטערן פון די בחורים זענען ארויסגעפארן צו ר' זלמן קיין אמעריקא איהם צו מיטטיילן די גאנצע פרשה צווישן זיין זוהן מיט די בחורים
תוקן על ידי עירהתורה ב- 18/04/2010 01:37:24