פארוואס שרייב איך דאס, ווייל איך האב ליידער יא אביסל אריינגעקוקט, אגב כ'קען זאגן זיי זענען היבשע עמי הארצים אדער סתם פוילע ארבעטערס.. זיי ברענגן פילע מקורות איבערן חרם דרבינו תם וכו' חומר הענין מסדר קידושין זיין שלא ברשות המרא דאתרא וכו' קהלות נפרדות וכו' אבער זיי האבן געטון א האלבע ארבעט ס'נאך דא אסאך מער מקורות ווי וויפל זיי זענען מעתיק, זעט אויס זיי זענען שוין געווארן מיעד צו זיצן אזוי לאנג אויף גוג"ל און האבן זיך אפגעשטעלט אינמיטן די ארבעט,
אבער אינטערסאנט איין מקור וואס זיי האבן נישט געטראפן אויף גוג"ל, אז כתבי ידות וואס זענען געשריבן געווארן העכער די שמונים האט נישט קיין תוקף מה"ת, אויף דעם האבן זיי שוין געמוזט נוצן א אייגענע "לאגישע" טענה אן קיין מקור
כ'וועל נישט מאריך זיין ווייל כ'ווייס ווי ביי וועלעכן שקר אנצוהייבן כ'וועל אנכאפן א דוגמא, צווישן די פיטפיטים שרייבן זיי א חידוש פון א שקר, "אין משך פון די 25 יאר האבן די נפרדין קיינמאל נישט גערופן די הנהגה צו די"ת!! .... איך ווייס נישט צו אין די איירופישע שטעט ווי מ'האט זיך אפגעטיילט בהיתר נאכן וואס זיי האבן זיך נישט געוואלט שטעלן צו די"ת אויב זיי האבן אזופיל פארלאנגט ווי ר' שמעון ווייס מיט ר' אליעזר הארפענעס ע"ה צוזאמען מיט בני יואל האבן געהאלטן אין איין בעטן מ'זאל למען השלום קומען צו זבל"א און אויפהערן די רדיפות און מחלוקת, און יעצט קומט מען מיט א טריקנקייט אז מ'האט קיינמאל נישט גערופן צו די"ת!!
אויב טול קורה מבין עיניך, וויל איך פרעגן ווער נאך ווי ענק האט געעפענט אייגענע קהילות און בתי מדרשים באתרא דמר, ווער האט מתיר געווען צו מאכן א אייגענע ביהמ"ד מיט א אייגענע סאטמארע רב אין מאנסי? ווער האט מתיר געווען צו מאכן אייגענע מוסדות אין ירושלים? ווער האט מתיר געווען צו עפענען אייגענע בית המדרש אין מאנטרעאל? אייגענע ת"ת אין לאנדאן? אייגענע בית רחל אין אנטווערפן? האבן זיי געשיקט איין הזמנה פאר זיי האבן דארט געמאכט שבת פאר זיך??
איין זאך איז מיר געפאלן וואס זיי שרייבן אנהייב אז, זיי גייען עניוועיס גארנישט אויפטוען מיט דעם בירור.. און איך שטום צו צו דעם אז שקר אין לו רגלים און ס'איז אינם נתקבלין על הלב, מ'וועט פאלגן די דעת תורה פון רוב סאטמארע דיינים און נישט די דעת תור"א פון 774-4040EXT150