תוקן על ידי בשמחה_תמיד ב- 01/04/2010 20:50:13
ר' יעקב סופר'ס ענטפער איבער די ברך משה סכסוך
א ישר כח
תוקן על ידי לאגיש ב- 29/03/2010 19:55:33
איך וויל נאר וויסן אויב ס'איז אמת אז דער גאנצער היתר צו גיין לערכאות קומט פון גביוף? אויב יא איז עס א גרויסע עוולה פון יודי ג"ב צו נוצן א בית דין וואס האט אריינגעשטאכן א מעסער אין קהילתנו הק'.
האסט שוין אויסגעהערט ביידע צדדים בעפאר די האסט גענימען דיינע שטעלונגען?
אויב דער יודי ג"ב וויל עם אפטרוקענען וואס מיט אנדערע ווערטער מיינט דאס נישט נאר עם נאר אויך זיינע גויאיש'ע שותפים פארוואסזש'ע זאל ער נישט פארקלאזשערן דעם פראיעקט (אויב ער האט דאס בכלל געטון..!) איז ער מחוייב צי בלייבן נאקעט? ווייל דער יודי וויל אזוי.
אויב איז דער יודי אזוי נעבעך אומשולדיג דאן פארוואס גייט ער נישט צו קיין נארמאלן בית דין
אלא מאי דער יודי איז שוין גארנישט אזוי אומשולדיג ער איז זיך גוט ווערט זיין געלט און יקרבו טייערער שריי נישט מיט באנומענע קולות
און אויך פארוואס מאכסטו זיך דעם גולם? וואס איז דיין אגענדע דא מיטן זיך מאכן דעם טעמישן פנים ווי די ווייסט נישט גארנישט די ארבעטסט נישט פאר יודי'ן די קענסט פשוט נישט צוקוקן קיין גניבות - פארדריי נישט דעם קאפ די ווייסט גאנץ גוט וואס גייט פאר
די האסט איין ציהל צו באשמוצן דעם יאנקי סופר... זאלסט וויסן די שפילסט זיך מיט דיני נפשות
און איך וואלט פארענטפערט יעדע איינס פון יודי'ס חטאים.
אויב יודי וויל ער מיך הייערן קען ער עס טון אין איך וועל עם ווייזן וואס א גוטע זשאב איך קען מאכן.
אגב, אזוי ווי איך זע אז דו קריגסט דאך יא באצאלט לאז וויסן פאר יאנקי'ן אז איך בין נאך עוועילעבל. אפשר האט ער מער געלט ווי יודי'ן אין ער קען עפארדן מיר צו הייערן
יעצט לעניננו,
1. מאדיאר האט געשטעלט גוטע קשיות, לעקסינגטאן אזוי ווי איך זע אז דו ווייסט וואס דארט גייט פאר ביטע פארענטפער עס.
2. דו שרייבסט אז דא זענען געווען גוים וואס האבן געוואלט פארקלאוזן (נישט "פארקלאוזשן" עמי הארצים וואס עטס זענטס) אויף יודי'ס לאט. אויב אזוי דעמאלט פארוואס טאר נישט יודי גיין אין ערכאות קעגן גוים, זיי מסביר.
רבותי
ס'איז דא צען פראצענט עולם וואס האלט בלינד מיט יודי (אלס גוטע פריינט) און צען פראצענט עולם וואס האלט בלינד מיט יענקי סופר (אלס גוטע פריינט), צו די רעד איך נישט יעצט.
איך רעד נאר צו די אכציג פראצענט (וואס האט אגב הנאה צו זען ווי צוויי רויבער רייסן זיך) וואס ווילן וויסן דעם אמת
איך בין דעם יום טוב שטארק נאכגעגאנגען אלע צדדים, איך גיי עס נישט דא ארויסשטעלן קודם אלס חוה"מ איך זיך נישט צו זיצן ביים קאמפיוטער אזוי לאנג ובעיקר, ווייל דאס אלעס איז פאקטן וואס מען נאכגיין.
מאדיאר, און יקרבו, יודי איז נישט אזא רחמנות, און יענקי נישט אזא רשע
און אפילו דעם סקול דיסטריקט געפעכט (וואס דאס האט מיר דאס מערסטע געבאדערט) האב איך אויך געהערט דעם יו"ט ווער ס'איז באמת שולדיג דערין
און נאכאמאל איך בין נישט אויסן דא קיינעם צו באשמוצן
אבער ביידע האבן צדדים, וקרוב מאד לומר אז יענקי איז נישט אזוי אומגערעכט ווי יודי לייגט אים אראפ
און דאס איז דער אמת ביידע סופר און גאלדבערגער קענען ארויס געבען וויפיל בריוון עס גייט נאר, אבער רוב עולם האלט ביידע פאר שלעכטע מענטשען, בעלי גאוה, און האבן הנאה ווי די צוויי רייסן זיך ביי די קעפ.
נאר זייטיגע פעטש קומט זיך פאר די ווילידטש פירער וואס האבן אלע יארן געגבען אלעס פאר דעם זאלי יודי גאלדעבערגער, וואס עס איז נאר געווען צו פארקויפען האט ער באקומען, בשעת דער שלאנג גאלדבערגער האט געטרעטען אויף סאטמאר ווען איבער ער האט נאר געקענט, קיין דאלער האט ער נישט געגבען פאר סאטמאר אין ערגעץ נישט, ווער רעדט נאך פון די ווילי מוסדות וואס ער האט צוגעזאגט א פערטל מיליאן דאלער פארן ספר תורה, און נישט באצאלט קיין רויטע פעני, נאר אדרבה ער האט ארויס געווארפאן פון זיין שטוב הנהלת מוסדתינו הק', דאס זעלבע האט ער געטאן מיט די ישיבה קטנה אין בני ברק, ווי ער האט געהאט צוגעזאגט 200 טויזענט דאלער איבער צו בויען די בנין, אבער צוליב וואס ער האט "געהייסען" רבינו שליט"א אריין נעמען אין די בית רחל דק"י א טראבל מיידל, און רבינו שליט"א האט אים נישט געפאלגט האט ער געזאגט אז ער גיט נישט דאס געלט.
און איצט שטייט ער מיט זיין טאטע ישראל גאלדבערגער און בויען פאר זאלי א נייע בנין פאר סאסמאן אין קרית יואל, אזוי אויך איז ער מנדב די נייע זאלי חתונה זאל אין ק"י.
און דאס איז זיין באצאלונג אויף דעם וואס די ווילידטש האט אלעס געגבען פאר גאלדבערגער, און יעדער האט געמיזט קויפן ביי זייער לאמבער.
פון די אנדערע זייט סופר האט געטאן אסאך גוטס פאר קהלתינו הק', ארויס געהאלפען מיט אסאך געלט, סיי געבארגעט, און סיי געגבען, אבער די גאוה און גראף פאטאצקי שטאלץ, יעדער איז ביי אים א ווערעם, און בלויז ער לעבט אויף דער וועלט, יעדן טאג שלאגט ער זיך מיט א צווייטען, ער ניצט כל מיני טעראר און השמצה קעגן יעדעם וואס שטייט אים אין וועג.
דאס זעלבע האט ער געטאן מיט דירות וואס ער האט פארקויפט ווי ער האט געהאט איין דין תורה נאכן צווייטען, ממש רוב מענטשען וואס האבן זיינע דירות געקויפט שרייען אז ער האט זיי באגנבט, דאס זעלבע וואס ער האט געטאן מיט זיין שכן ר' ישראל שטערן, אזוי האט ער א גאנצע ליסט אויף זיך.
די סך הכל דערפון איז, דער ציבור שטייט אין דער זייט און האט הנאה ווי די צוויי רייסן זיך ביי די קעפ, און וואונטשען זיי ביידע פיל הצלחה, אבער צובאלט וויל מען אז גאלדבערגער זאל זיין מער...
קיינער פריידט זיך נאך נישט אז צוויי גבירים שלאגען זיך איבער די אסטראנאמישע סכום פון 18 מיליאן דאללער
נאך אלעם וועט די ריזיגע סומע געלט גענומען פון ארימע אידן וואס פפלאגען זיך צי קויפן א דירה בלייבן ערגעץ צווישען יודי און יענקי
זאל נאר געבן די גאנצע געלט פאר די וואס פלאגען זיך צי קויפן א דירה נאך וואס צאלן רענט איז ממש אומעמגליך
אפשר דעלמאטס וועט זיך איינער פרייען דערווייל קוקט אויס ווי די גאנצע סכסך וועט אונז נאר אפקאסטן מער געלט
שוין העכסט צייט צו נעמען שריט אנטקעגען די רויבערס וואס האבן זיך אנגעפולט זייערע טאשן מיט מיט אידיש בלוט דמים תרתי משמע און ארויפגעשרויפט פרייזן פאר דירות צו רעקארד ציפערן. פאר נישט לאנג צוריק האט א אכט רומיגע דירה געקאסט ארום צוויי הונדערט טויזענט און יעצט אפאר יאר שפעטער איז עס מער ווי דאפעלט! די פיראטען פילען זיך אהן די טאשן מיט גערויבטע אידיש געלט און זענען דערנאך מנדב מקוואות ישיבה קטנות גדולות קעמפס כוללים צדקת העיר און באקומען כבוד מלכים און לעבען אין פאלאצען מיט משרתים און מאכן חתונה מיט פאמפע און פאראדע קויפען הייזער פאר די קינדער און קינדס קינדער און שטאפען זיך אהן זייערע סעווינגס און רעטייערמענט אקאונטס עד סוף כל הדורות.. און אלעס פון "אונזער אידישע אויסגעהארעוועטע געלטער"! זאלן זיי זיך רייסן ביז זיי וועלן ביידע צעריסן ווערן בבחינת למכה מצרים "בבכוריהם". מען דארף זיי ביידע בויקאטירן ביז זיי וועלן טוהן תשובת המשקל און זיך צושטעלן צום ציבור און צוריק געבן די גניבות וגזילות און נידערן די פרייזן צו עפארדעבל לעוועלס. מען טאר נישט מקבל זיין זייערע מצוה הבאה בעבירה נדבות און צדקה וואס איז א ריכטיגע לולב הגזול.
אבער איין זאך וואס איך וויל וויסען יעצט איז איה"נ יודי גיט אסאך (?) פאר צדקה צוועקן אבער מיט וואספארא רעכט קען ער נעמען די געלט וואס ער איז שולדיג פאר די פועלים (סובס) און דאס אוועקגעבן פאר צדקה????
ער לאזט דאך אונזערע ברידער די סובס וואס האבען פאר אים געארבעט אויסהונגערען!!!
ער איז שוין שולדיג א גאנצע יאר געלט פאר די סובס!! ווי איז דאס געלט??!! אויב האט ער יא אפאר דאללאר זאל ער זיי אהינגעבן!!
איך רעד שוין נישט פון די גניבה פון זיך שפילען מיטען ציבור'ס געלט פאר 5 יאר! איך רעד נאר פון די בערך 5-6 מיליאן דאללאר וורס ער האט נישט באצאלט פאר די סובס!!!
לויט ווי איך ווייס האט יענקי באצאלט פאר זיינע ארבעטער ביז'ן לעצטן פעני (ער האט טאקע געקוועטשט פרייזען) אבער זיין ווארט איז געווען א ווארט, אבער פרעגטס ענק נאך ביי די אלע וואס האבען געארבעט פאר יודי...
ר' אהרן איז אנגעקומען אין ביהמ"ד האט ער געזעהן אז עס הענגט א טאוועל אז דער ביהמ"ד איז נתנדב געווארן דורך אברהם יהודה גאלדבערגער, ר' אהרן האט זיך ספאנטאן גענומען ווילדעווען און פארפירן אויף זיין בעבי'שן שטייגער, "ווער האט אויפגעהאנגן דעם טאוועל?" האבן זיך איינער אנגערופן דארט אז ער האט עס ארויפגעלייגט, האט ר' אהרן געהייסן אז ער זאל דאס שוין אראפנעמען, "מען זאל מיך פרעגן פאר מ'לייגט א טאוועל" (ער בענקט זיך צוריק צו די צייטן ווען ער פלעגט דן זיין בכובד ראש פאר חדשים לאנג פונקטליך וויאזוי יעדע גאס אין קרית יואל זאל הייסן...). צווייטענס האט דער ביהמ"ד גארנישט מיט יודי גאלדבערגער, יעקב סופר האט געראטעוועט דעם גאנצן בארג.
אנאליזן לאז איך פאר די אהרונים, קומטס ענק אויס צווישן זיך...!