היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » כל העולם כולו » סקאנדאל קוקו ריקאל

סקאנדאל קוקו ריקאל

8 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2772307

יעקב_בער1 » 29/3/2010 08:48

נשלח ב-6:38     29/3/2010 neigeriger  
נייע סקאנדאל סי ר סי-קוקו פסח
רוף קול מבשר, עס איז דא א ריקאל אויף די שופרא פסח'דיגע קוקו.

הרה"ג ר' בנימין גרובער שליט"א מאכט דעם ריקאל

די סי.ר סי. וואס גיט אויך השגחה אויף דעם, שווייגט,

ביי מיר איז אלעס גוט.

איך קען נישט שרייבען וויכטיג מפרסם צו זיין

13Hooper » 29/3/2010 15:57

דאס מאל איז עס נישט CRC התאחדות
די OK זאגט אז מען קען עס ניצען ר בנימין זאגט אז ער האט נישט מאשר געווען דאס אויף פסח אין שופרא האט דאס געפאקט
אן זיין הסכמה, וואס זאגט שופרא?

נפל » 7/4/2010 20:55

לויט ווי איך הער איז דאס א פשוטער געלט סכסוך! שופרא האט נישט געוואלט באצאלן עטליכע "סוירטש טשארדשעס" וואס ר' בנימין גרובער האט צוגעלייגט די לעצטע מינוט... איך ער ארויס מיט א הוסרה ההשגחה. וכדי בזיון וקצף

FiveBoro » 7/4/2010 20:59

נפל, הער אויף מיט דיינע שטותים.

אז ס'איז נישטא קיין השגחה שרייבט מען נישט בהשגחת.

rebyankel » 7/4/2010 21:22

נפל
די רעדסט ווי א טיפיקעל זאלי'ס, מגארובער רב האט פינקטליך פארציילט פארגאגענע חוה''מ אין סאטמאר ביהמ''ד ביים גרויסען שיעור וואס די מיספארשענטעניש איז געווען.
נישט יעדער וואס גייט נישט מיט דיר אין שפאן אז א פעלטשער אין גנב

איך וויל דיר אגב פרעגן, מה כל הרעש?
התאחדות גיבט דאך די גאנץ יעריגע הכשר אויף די קאקוי, נו! זאל הרב גרובער פרעגן די התאחדות די איגרידיענס פין די קאקוי......

זאג מיר נישט אז התאחדות פארלאזט זיך אינגאנצען אויף די OK....

נפל » 7/4/2010 22:14

קענסט מיר ענטפערן א "ערוואקסענע" תשובה פארוואס ער האט געווארט ביז "בדיקת חמץ" אין די צייט וואס די קאקא האט זיך שוין פארקויפט 3 -4 וואכן פריער?

rebyankel » 7/4/2010 22:40

כ'האב דיר געגבן א אדרעס ווי די קענסט הערן די פינקטליכע אינפארמאציע

קיי נישט איבער קיין אלטע שטותים, ענטפר מיר פארוואס התאחדות ווייסט נשיט די אינגרידיענס פין פראדוקטען אויף וואס זיי געבן א הכשר.

ברוינפן » 8/4/2010 03:01

נפל, ער האט נישט געווארט. שופרא האט אים געזאגט אז זיי לייגען נאר ארויס פאראיעריגע סטאק. נאכדעם האט ער באמערקט אז ס'איז אויך דא פרישע, דאן איז ער ארויסגעקומען מיט די מודעה