געפערליכע זילזול אין כבוד רבינו בעל ברך משה ז"ל !!!
זיי שרייבן דארט מיט "געמאכטע תמימות" אן אייגן אראפגעשטעלטע הלכה, אז "מ'מוז פאלגן נאר דעם יחיד (און באצאלטער פעיראל דיין) ר' געציל", ווייל... ער איז דער איינציגסטער דיין אין קרית יואל וואס רביה"ק האט ממנה געווען..
לפי זה, לויט זייער נייער חידוש, דארף מען אין וויליאמסבורג נאר צוהערן צו די פסק פון הגה"צ הראב"ד שליט"א, ווייל ער איז דער איינציגסטער דיין ואס איז נתמנה געווארן אין ווימ"ס דורך רביה"ק..
יישר כח פאר די נייע הלכה
אצינד, דארפט איר מקבל זיין דעם ראב"ד'ס פסקים, אז די גאנצע ארונישע קליקע מיט די פירער איז א קשר בוגדים, וכו' וכו' לפי די פסק פון "דעם איינציגסטן דיין וואס איז נתמנה געווארן דורך רביה"ק זי"ע אין וויליאמסבורג"..
איך מיין אז נישט ממילא קימט אויס אז ער וועפ שוין נישט אזוי?
דעס איז דאך די שטערקסטע באווייז אויף דעם רבי'ן ז"ל אז ער אין שוואך געווען די לעצטע יארן
ער האט קיין ווארט נישט געזאגט וועגן די מאסקאווי קאטשקעס!...
לאכט נישט... אזא פנים טראגט דער קונטרס.. נאר יעצט קומט צו נאך א ראי', די פאקט אז ער האט אטאקירט דעם ברידער'ס ווייץ אין די צייט וואס זיינע חברה האבן געשניטן אין זעלבן טאג און אין זעלבן פעלד...
לאמיר אוועק לייגן די דאטום ווען ר' חיים הערשלע מיט ר' מענדעלע וועלן זיך קריגן זאל מען געדענקן די דאטום ווען ער האט אנגעהויבן צי קאלכען
דעם חול המועד האב איך
געליינט דעם נארישן קונטרס וואס קהל יטב לב (בערנאדא) האבן ארויסגעשיקט אויף די
פאסט קעגן רבינו הקדוש בעל ברך משה זי"ע, פול מיט ליצנות און דברי זלזול.
איין זאך קען איך דערויף
זאגן,
די שוטים זאגן אז א צדיק
העכער די 80 יאר קען שוין נישט טוישן זיין מיינונג
אבער פון די אנדערע זייט
פרובירן זיי צו מאכן ליצנות פון דעם גאון וצדיק רבי משה מנחם טירנויער שליט"א
דומ"ץ סאטמאר מאנטריאל, וואס איז געשטאנען אלע יארן געטריי לימין קדשו פון
רביה"ק בעל ברך משה זי"ע, וואס כאטש ער איז נאכנישט קיין אכציג יאר
האלטן זיי אז ער האט נישט קיין רעכט צו האלטן אנדערש ווי פאר צוואנציג יאר צוריק.....
חכמינו ז"ל זאגן
אונז,
זקני תלמידי חכמים כל זמן
שמזקינים דעתן מיישבת עליהן, רביה"ק בעל ברך משה זי"ע וואס די וואך פאלט
אויס זיין הייליגע יארצייט, האט זוכה געווען שוין אלט זייענדיג אין די אכציגער
יארן מעמיד צו זיין הדת על תילה, און אוועקשטעלן זיין זון כ"ק מרן רבינו
מהרי"י שליט"א וועלכער האט אפגעראטעוועט די הנהגה פון סאטמאר, ווען כמעט
יעדער איז שוין געווען רעזיגנירט צום פאקט, אז מען וועט האבן א פירער פון וועמען
עס וועט זיך גיסן "חכמה" מיט שטעכווערטער, געמישט מיט
"באבקעס" און איידעלע אויסדרוקן.... פלוצלונג האט
אויפגעשיינט דער אור פון רבינו שליט"א, צו די שמחה פון טויזנטער סאטמאר'ע
אידן.
די אהרונים זענען מעתיק
שטיקלעך פון די דרשות פון הגה"צ רמ"מ טירנויער שליט"א, אז מען טאר
נישט צוברעכן די הנהגה, און מען דארף זיך צוזאמענהאלטן אונטער די הנהגה פון רבינו בעל
ברך משה זצ"ל. יעצט ווען
אזא איד זאגט אז מען מעג יא מסדר קידושין זיין אין קרית יואל, און דאס הייסט נישט
צובראכן די הנהגה, און ספעציעל ווען עס קומט פון דעם גאון וצדיק וואס האט שוין
מעמיד געווען טויזנטער תלמידים, וועלכע פירן הערליכע אידישע שטובער, און האט זיך
אלע יארן מוסר נפש געווען פאר סאטמאר, איז דאך קלאר אז דאס איז די ריכטיגע דעת
תורה,
און ער איז נאך געווען
אזוי געטריי צום הייליגן ברך משה זי"ע ווי הרה"ג ר' געציל שליט"א.
וואס טראכטן די אהרונים
אז מיט אביסל ליצנות וועלן זיי קענען מבטל זיין זיינע ווערטער?
און באמת איז ער דאך
גערעכט
סאטמאר'ע אידן דארפן זיך
צוזאמען האלטן באחדות, אונטער די הנהגה פון די חכמי התורה, ורבנים המובהקים
דקהלותינו, ובראשם דער מנהיג רוחני כ"ק מרן רבינו שליט"א..
עס איז איבעריג צו זאגן
ווי שטארק מען זעט וויאזוי עס איז מקוים געווארן דער "רצון יראיו יעשה"
רביה"ק בעל ברך משה
זי"ע האט אוועקגעשטעלט (טאקע בסוף ימיו ובשארית כוחותיו)
בנו חביבו כ"ק מרן
רבינו שליט"א אלס אב"ד בקהלתו, און ס'איז נתקיים געווארן דער "אם
חכם בני ישמח לבי גם אני".
און געלאזט צוואה ער זאל
ממלא מקומו זיין, וכאשר גזר כן היה!
רבינו שליט"א איז
היינט דער מנהיג ישראל פון אלפים ורבבות אידן, און פירט אן מיט די מוסדות הקדושים
איבער די גאנצע וועלט, יעדער וואס וויל זיין א סאטמאר'ער חסיד, און אנהאלטן דעם
קשר צו רבינו הקדוש בעל ויואל משה זי"ע, מיט די ריכטיגע השקפה, און הכנעה צו
הנהגת התורה, געהערט זיך אן צו די ערליכע קהל יטב לב דסאטמאר.
און בעזרת השם יתברך האט
רבינו שליט"א שוין באוויזן ממלא צו זיין דברי קדשו פון זיין גרויסן טאטן און
מסדר קידושין געווען אין קרית יואל,
והיה המחנה הנשאר לפליטה
גדולה.
תוקן על ידי סקאטמאלען ב- 08/04/2010 06:39:26
1. דער פאקט אז ער איז נישט געווען בדעתו ובתקפו כבתחלה, דאס איז א פאקט, קיינער קען עס נישט פארלייקענען, ער האט נישט געהאלטן קיין שום דרשות, קיין שום רבנים האבן מיטאמאל אנגעפרעגט זיין דעת קדשו בדברים העומדים על הפרק, [אויסער די סאטמארע דרעק], עטס האלטס נישט אז דאס איז געווען א חוצפה מצד הרבנים, אלא מאי האט יעדער געוויסט דער סוד פון גאנץ בראד, אז דער סאטמאר רבי איז ליידער מער נישט אין די פעדערן, און דאס ברויך מען צו וויסן ווייל עס כאפט א שטארקע נפק"מ להלכה למעשה.
2. די אלע נייע הוראות זענען געקומען מיט קריאזע אופנים שלא כדרך העולם ולא כשכל אנישי, אדער מיט א הוק-אפ אדער א בריוו,ווען ער האט גערעט צו די באטראפענע מענטשן פנים אל פנים האט ער קיינמאל נישט פארגעהאלטן אדער מרמז געווען די אלע ענינים
3. די אלע הוראות זענען געווען היפוך רצונו כל ימי חייו משנים כתיקונם
4. עס זענען די 2 עדים כשרים וואס האבן עדות געזאגט פאר אן ארון קדוש פאר א ציבור אידן, אז דער ברך משה האט זיי איבערגעגעבן זיין רצון בנוגע די הנהגה, און ער האט מבטל געווען אויף להבא אלע שפעטערע הוראות וואס איז להיפך די דאזיגע הוראה.
|
|
[בילד – נישט אפגעהיט]
|
מיר ווייסן גארנישט, מיר ווייסן וואס רוב סאטמארע דיינים פסקענען איבער די תוקף פינעם בריוו להלכה
יא אויב וויל מען מדייק זיין מיט די האט קאפס און די ווערעם און די מעדיקעל רעקארדס קען איך דיר די זעלבע ברענגן 10 ראיות אז סאדאם כוסעין לעבט נאך און אז בוש מיט טשעיני האבן אראפגעברענגט די טווין טאוערס און אז די גאנצע האלאקאוסט איז א דמיון, און איך האב אויף דעם אלעם קלארע באווייזן וואס דו קענסט נישט לייקענען!
|
בערך דאס האט האדמו"ר מקלויזנוברג זצ"ל געזאגט אויף די נשא תורה
אויך א פוינט
|
תוקן על ידי סקאטמאלען ב- 09/04/2010 05:54:04
תוקן על ידי סקאטמאלען ב- 09/04/2010 05:55:26
|
איך וויל נאר רעאיגרן אויף די איינע נקודה אז ס'וויכטיג צו וויסן דער כראנאליגיע ווען דער צוואה איז געווען, בעת דער ברך משה האט איבערגעגעבן די צוואה פאר די צווויי עדים נאמנים, איז נאך געווען פילע יארן פאר די מחלוקה, און קיין שום ברי' בעולם האט דעמאלטס נישט געהאט קיין חלום אז ס'פעלט זיך אויס צו זאגן זיין רצון, און דאס גאנצער וואס דער ברך משה האט געטאן איז געווען א באווארענונג אויף אזאך וואס בימים ההם איז געווען א חשש רחוק מאוד, איך בין ממש געפלעפט פון די ווייטע און טיפער חכמה פונעם ברך משה, אז אין א זמן וואס דער גרעסטער פאליטקאנט האט נישט געגלייבט אז ס'קען נאך קומען א מחלוקה, האט ער שוין דאס געזען פאר א מעגליכקייט און ער האט געטאן ברוב חכמתו כאטש עפעס זיך צו באווארענען און פאל ווען עס פאסירט וואס עס האט פאסירט, אין מיט דעם צוואה האט ער כדת וכדין למפרע אנולירט אלע שפעטערע הוק-אפס אין מכתבים
|
נאכאמאל, בעת דער ברך משה האט איבערגעגעבן זיין הוראה פאר די צוויי אידן וואס זענען בחזקת כשרות, איז דער קאנצעפט פון א ירושה קאנפליקט אין סאטמאר געווען א גאר ווייטער חלום, ממילא איז זעלבסט פארשטענדליך און דער שכל אנישי זאגט אז א מענטש גייט זיך נישט אומגיין בכל חומר אויף א זאך וואס איז א גאר ווייטער שאנס, פונקט ווי א מענטש קויפט נאר א לייף אינשורענס פאלעסי, פון בלויז א מיליאן דאלאר, טראץ וואס ער ווייסט אז די יורשים קענען ווען באקומען 10 מיליאן אויב ער קויפט א טייערער פאליסי, נאר אויף א חשש רחוק טוט מען בלויז דאס מינדעסטע און מ'האט בטחון אז מ'וועט לעבן לאורך ימים,
ממילא אפי' דאס ביסל וואס דער ברך משה האט יא געטאן מיטן איבערגעבן די צוואה פאר די 2 יהודים כשרים ונאמנים, איז שוין אויך זייער אסאך,
דאס וואס די קומסט מיט דיינע שטרות סברות איז אין מציאות ממילא נישט מעלה ומוריד, ווייל ליידער איז דער סיכסוך סיי ווי נישט אנגעקומען צו קיין די"ת, און ע"פ דרך הטבע וועט עס ליידער קיינמאל נישט אנקומען אהין, יעדער צד טוט זיך סיי ווי וואס ער וויל, יעדער שרייט אז הדין עמו,
און איך האלט אז דער ברך משה ברוב חכמתו האט ליידער דאס גוט דערשמעקט, ממילא מער ווי וואס ער האט יא געטאן, וואלט סיי ווי גארנישט געהאלפן,
איך זאג ענק, ווי מער איך טראכט אריין און דעם קליגן שריט פונעם ברך משה קען איך מיך נישט אפווינדערן פון זיין ווייטן בליג און טיפער חכמה.
|
the rabbi zchiso yugon uleily was not against the savlons brother too thats why rabbiny shlita always said the yearly shabbos hagudol and shabbos shivo drusha even