היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » כל העולם כולו » די יערליכע פסח חלוקה אין בעיסוואטער היינט

די יערליכע פסח חלוקה אין בעיסוואטער היינט

6 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2770867

א_גוט_שבת » 25/3/2010 01:51

ווי שוין באקאנט פון אלע יארן ווערט יעדעס פאר פסח פארטיילט דורך די חסידישע סאטמארע קהלה אין בעיסוואטער, פאר איבער 100 משפחות, כל טוב וטוב צרכי יו"ט מיטן גרעסטן מאס פראפעשנעליזם אין באשיידנקייט, עס איז אן אויסערגעווענליכן ערהאבן בילד אין קידוש השם צו זעהן ווי די חסידישע אידן פארן ארום אין די געסלעך פון בעיסוואטער מיט זייער מיני-ווענס, צו אפפירן די שאכטלעך עסנווארגן לכל דכפין,

גרויס קאפ, מח, צייט אין ענרגיע גייט אריין אין די חלוקה, איך זאג אייך רבותי ס'גייט נישט אזוי פשוט, שוין חדשים פארדעם איז מען שוין מחזיר על הפתחים פון די נדיבי עם אין די אידישע געגענטער פון פאר-ראקעוועי אין פייוו-טאונס צו צינופנעמען די נויטיגע פאנדן פאר די חלוקה, אנהויב חודש ניסן שטעלט מען צאם די ליסטע פון אלע משפחות נצרכים, מיט די צאל משפחה מיטגליטער, וויפיל זיי ברויכן פון יעדן פראדוקט, אזוי אז דער נצרך זאל מיטאמאל דארפן בעטן וויפיל ער ברויך, דאס אליין קען זיין שווער פאר א מענטש, דערנאך פארבינדט מען זיך מיט אלע עסן קאמפאניס צו באשטעלן די אלע פראדוקטן, און מ'לייגט גרויס דגוש זאל דייקא זיין פון די בעסטע קוואליטי, בעסטע הכשרים, און ברענד נעימס

מ'ברויך נישט מסביר זיין וואספאר שמחה ועונג יו"ט עס ברענגט אריין אין א אידישע שטוב, ספעציעל מיט קע"ה פילע קינדערלעך, איבערהויפט ווי עס ווערט געטאן אויפן שענסטן און באשיידנסטן אופן,

די חלוקה ענהאלט ממש אלע מאכלי יו"ט, איינער וואס באקומט דער פעקל ברויך כמעט נישט גיין אין קיין גראסערי, עס ווערט פארטיילט אויסער די געווענליכע פראדוקטן ווי למשל, פאטעיטאס, אייער, מייערן, צוויבל, גרעיפ-דשוס, עפל, וכדומה, באקומט יעדער אויך איש לפי אכלו ממש אלע פראדוקטן, אויל, זאלץ, צוקער, פאטעטא סטארדש, אראנדשן, גרעיפפרוכט, מעלאנע, פיינעפל, איגריקעס, מצות [סאטמאר ראטלעדש], לעידי-פינגערס, עפל דשוס, אראנדש-דשוס, חריין, סאלוט, צוויקל, געפילטע פיש, בהמה פלייש, געמאלענע פלייש, א קעסטל הינער, [אלעס פון די ק"י שחיטה המהודרת], אלע מילכיגע פראדוקטן, מילך, אמעריקן טשיז, קאטעדש טשיז, סמייטע, יאגורט, לעבען, און וואס נישט, אויס עס פעלט עפעס האב איך פארגעסן צו אויסצירעכענען. ס'דא מער.

בילדער וועט נאכפאלגן [אן קיין פנימ'ער פון א נצרך חלילה]

א_גוט_שבת » 25/3/2010 02:15

די שאכטלעך פראדוקטן מסודר אויפן דרייוועי און גאראזש פינעם שטוב פון האברך היקר ר' יעקב יוסף גאנץ נ"י, דער ארגאנעזירער אין ארכיטעקט פון די חלוקה. [די פארשוינען מיט די הודס זענען בלויז ארבייטערס]

[בילד – נישט אפגעהיט]


[בילד – נישט אפגעהיט]






א_גוט_שבת » 25/3/2010 02:18



תוקן על ידי א_גוט_שבת ב- 25/03/2010 02:23:51

א_גוט_שבת » 25/3/2010 02:22






[בילד – נישט אפגעהיט]


[בילד – נישט אפגעהיט]

א_גוט_שבת » 25/3/2010 02:28


העסקן הנמרץ ר' חיים שווארץ נ"י פארעט זיך מיט די מילכיגע פראדוקטן

[בילד – נישט אפגעהיט]

ר' חיים שלעפט א קעסטל הינער, לכבוד יו"ט


[בילד – נישט אפגעהיט]

א_גוט_שבת » 25/3/2010 02:37

ר' יעקב יוסף פירט אן מיט געניטשאפט, און צייגט אן די פונקטליכע צאל פון יעדן פראדוקט, פאר יעדע פאמיליע


[בילד – נישט אפגעהיט]

א ספעציעלע געדינגענע ריפרידשירעטעד פענסקי טראק. 


[בילד – נישט אפגעהיט]