היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » אידישע געדאנק » בית דין צדק דקהלות היראים, -לכל מאן דבעי למידע-

בית דין צדק דקהלות היראים, -לכל מאן דבעי למידע-

45 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2770099

united1 » 23/3/2010 05:12

[בילד – נישט אפגעהיט]

יוספ7 » 23/3/2010 14:53

ווייסט איינער פארוואס זיי שיקן נישט אינמאל פאר אלעמאל א הזמנה פין א בי"ד פאר אינזער בי"ד אויב מקען דן זיין אויף דע נושא

די מכתיב גלוי פין בי"ד איז אריבער "אלע" געווענדליכע נארמאלע פראצעדורן, (אריינגערעכנט דאס צוריק שרייבן תשובות אויף זייערע הזמנות), און עס נישט פארהאן קיין שום תורה'דיגער תירוץ נישט צו שיקן א הזמנה פין איינע פין די בתי דינים, אויסער די פחד...
די שאלה איז נאר, פארוואס פון קוב"ה האבן זיי נישט אזא פחד?!

YESWECAN3 » 23/3/2010 16:55

FiveBoro כתב:[בילד – נישט אפגעהיט]
פירוש ע"ט:

מיר ווילן נישט גיין צו דין תורה!

אין לשון הקודש: מיר זענען מסרבים לדים.


טעם: ווייל דער תובע איז א מסור [צוליב'ן זיין א נתבע בערכאות - ווי מיר אליין האבן געפסקנט...]. נישטא ווער זאל לאכן, אדער ליבערשט: וויינען.

-----------------------------
די הזמנה איז אריבער "אלע" געווענדליכע נארמאלע פראצעדורן, (אריינגערעכנט דאס צוריק שרייבן תשובות אויף זייערע בריוון), און עס נישט פארהאן קיין שום תורה'דיגער תירוץ נישט צו גיין, אויסער די פחד...
די שאלה איז נאר, פארוואס פון קוב"ה האבן זיי נישט אזא פחד?!

ביטע לייג ארויף איין הזמנה פין די בתי דינים וואס די נתבעים האבען אויס געוועלט קארלסבורג מכון להוראה אורחות המשפט
והכל אל מקומו יבא בשלום...פארוואס דארפסטי אזו פלאגען סאיז דאך פאר פסח?....



תוקן על ידי YESWECAN3 ב- 23/03/2010 16:56:27

FiveBoro » 23/3/2010 18:09

מאכט'ס ליצנות פון א צווייטן!

ער שיקט א הזמנה, ברויך מען זיך שטעלן צו די"ת. און יא: הכל הולך אחר הנתבע, דער נתבע קען זאגן אז איך גיי צו אן אנדערן בי"ד. אבער פארלאנגען א "הזמנה" פון אן אנדערן בי"ד, דאס איז א חידוש פון 2010 !

זאלט איר זיין קלאר: שרייבן א צעטל מיט לשה"ק ווערטער מיט א שיינע לעדרהעט, מאכט זיי נישט אויס "מסרבים לדין".

YESWECAN3 » 23/3/2010 18:41

שעפעלע איך זעה אז די ביסט נישט באקאנט מיט  די מהלך פין דין תורה...איינמאל אז דער נתבע פיקט א בית דין מיז דער תובע אויסדריקלעך יא גיין צי יענעם בית דין אין עם שיקען א נייע  הזמנה! איך פארשטיי נישט וואס די ווילסט זאגען לויט דיר קימט אויס אז איינמאל דער נתבע פיקט א בית דין דארף ער שיקען א הזמנה פארן תובע פין די נייע  בית דין?דאס מיינט אין אנדערע ווערטער אז דער נתבע ווערט א תובע איבער נאכט?...שעפעלע נייס טריי אבער נישט מיט מיר... אז דער מסור עקשטיין וויל זיך ארויס דרייען פין דין תורה איז דא געניג אנדערע וועגען ער קען זאגען שלשה רעי בקר...ועוד ועוד...אבער סתם רעדען ווי א נאר?....

תוקן על ידי YESWECAN3 ב- 23/03/2010 18:42:54

FiveBoro » 23/3/2010 19:24

מאך דיך נישט צונאר ביטע.

ניין, נישט דער תובע און נישט דער נתבע דארפן שיקן א נייע הזמנה. א הזמנה איז דא איינס, פונעם בי"ד המזמינים.
וואס יא, אויב וויל נישט דער נתבע גיין צו דעם בי"ד, דארף ער מעלדן א צווייטן בי"ד וואו ער גייט "אונטערשרייבן שטרי בירורין", און ווי נאר זיין זייט האט אונטערגעשריבן שטרי בירורין לאזט די בי"ד המזמינים ארויס די זאך פון זייערע הענט.

דאס זענען פשוט'ע זאכן וואס דו קענסט פרעגן יעדן דיין, און יעדן איד וואס האט שוין מיטגעלעבט אזאנע זאכן.

תוקן על ידי fiveboro ב- 23/03/2010 19:25:21

moishe12 » 23/3/2010 20:38

אוי די גיטע פארט הייבט זיך שוין אן
פינעווער מישט שוין אויס זיינע פרישע געבעקס עס גייט א רויעך
איך וויל נישט קיין סאך רעדען אבער איך קען מיך נישט איין האלטען וואס דא גייט פאר איז אזוי געשמאק אין צים לאכען פין די ליצים פין הרבנים הליצים פין אורח מישור.
צים אלעם ערשטען די ערשטע הזמנה מיט די צווייטע האבען אלע אנדערע טעלעפאן נאמבערס ווען מען טרייט צי ריפען קימט מען אלע מאל אן צי א וועב סייט ענסערינג מאשין. 
צווייטענס ווער זענען די חברי בי"ד דארט איין מאל זעט מען ר' מענדל גאלד אלץ ספרא דדיינא נעקסטע מאל טרעפט מען אים שוין אלץ חברי דבי דינא
 נאך דעם שרייבט ער א בריוו וואס דאס דארף קימען פין די דריי דיינים א ענטפער אויף זייערע טענה אז זיי זענען נישט מחיוב צי גיין צי דין תורה מיט א מסור אבער ווער שרייבט עס אינטער ווידער ספרא דבי דינא. ווער האט אים געפרעגט
דא ווארט מען אז די דיינים זאלען ענטפערען. אבער ניין דער שרייבער ער איז דער וואס האט אנגעפאנגען ענטפערען שאלות אין תשיבות ביים בי"ד
לאמיר גיין ווייטער
בי"ד האט באשלאסען צי זיך וויסענדיג מאכען אין ענטפערען אז זיי זענען גרייט צי גיין צי א דריטען בי"ד אויב זיי מיזען בכלל גיין צי די"ת
שרייבען זיי א בריוו אז זיי ווילען גיין צי א דריטען בי"ד מיט די אורח מישור ליצים.
 אין זיי געבען 3 נעמען פין אנדערע בתי דינים
 שרייט ווידער ר' מענדל גאלד ער איז נישט דער בר פליגתא דא אין ער גייט נישט צי קיין דין תורה מיט קיינעם אין זיין הזמנה גייט וויטער אן אין ער הייבט אן צי סטראשענען אז ער קימט ארויס מיט א סירוב
אבער דא האט עפעס פאסירט פליצלינג גאלד דרייט אויס דעם רעדעל אין יעצט וויל ער שוין יא גיין צים דריטען בי"ד אבער דא קימט דוד מסור אין שרייט ניין ער וויל אז מען זאל גיין מיט עם נישט מיט אורח ליצים
פיינעלי האט גאלד אויסגעפירט אין דוד האט מסכים געווען. 
קימט ווידער דער איבער געקליגטער גאלד אין זאגט פארען מסור דוד ער זאל אנריפען מכון להוראה אז אורח ליצים איז גרייט צי קימען צי די"ת
פרעגט דער ספרא דדיינא פין מכון להוראה דוד ווער ביסטי
נישט אויף דיר ווארט מען דא קיינער ווייסט נישט פין דיר
דא ענטפערט דער מסור ער האט באקימען פינעם לץ גאלד די ראבער סטעמפ פין אורח ליצים אין ער קען דערמיט טין וואס ער וויל.
שיקען ווידער דער אורח ליצים א בריוו פאר בי"ד קהל יראים אז זיי האבען גערעדט מיט מכון להוראה אין זיי געבען א אויסוואל פין אפאר אנדערע טעג וועלעכער איז גיט פאר זיי.
גייט בי"ד קהל יראים זיי ווילען איבער געבען פאר מכון להוראה וועלכער טאג איז גיט פאר זיי
 זאגט מכון אינז וויסען נישט פין וואס עטץ רעדס אורח ליצים האט דא קיינמאל זיך נישט פארבינדען לגבי דעם דין תורה.
אויף דעם ארויף שרייבט בי"ד די לעצטע בריוו

FiveBoro » 23/3/2010 20:58

wow!!!
וואספארא חידושים עס ווערן היינט נתחדש!

הערט עט'ס א נייע מין טענה?: איך גיי נישט צו דין תורה, ביז די בית דין המזמין גייט נישט צו א אנדערע בי"ד זאגן אז איך וויל תובע זיין קעגן דאס מיך רופן צו דין תורה. (איך גלייב אז רוב ליינער וועלן מוזן דריי מאל איבערליינען די צוויי שורות ביז זיי וועלן פשוט כאפן די מציאות'דיגע חלק פון דעם פאטענט. עני טיילענאל עוועילעבל?)

רע-בנים??  לצים!!!

רשכבהגולם » 23/3/2010 23:48

פייוו בארא האט מיט אפאר טאג ציריק געפענט א אשכול מיטן נאמען מכתב גלוי דארט האט ער געשריבן זיינע מאטיווען מיטען שרייבען דא,
זעט אויס אז ער האט זיך געכאפט אז ער האט מגלה געווען א סוד וואס קען עם שאטן, אין קיינער וועט מיט עם נישט ציען קיין שמיעס דא אין פארק, האט ער עס אראפ גענימען צייטליך,  דענס מאל האב איך מגיב געווען דערויף אין געסעפט אפאר אויסציגן פינעם מכתב גלוי
אזוי שרייבט פייוו בארא אין זיין מכתב גלוי,

איך בין בכלל נישט דא צי ענטפערן אויף וואס מען שרייבט &
פאר ווער עס שרייבט ,
נאר מיין ציל איז, אזוי ווי
 
עס איז דא אנ"ש וואס ווערן פארגיפטט פון די ענקערע תגובת, בין איך דא פארדעם
אז ווען איך זע א תגובה וואס קען שאטן פארן אנ"ש ווען ער ליינט דאס, געב איך צי עפעס כדי אוועק צי נעמן די השפעה,

איר וואלט געקענט באשטיין ווען עס זאל בלייבן ביי אייער גיפט וואס איר ווארפט אריין, און פארטיג. דעריבער איז טאקע מיינע תשובות לגמרי נישט געוואנדן צו ענק. עס איז אין א בחינה פון "לכם ולא לו", מיינע תשובות זענען בלויז אפצו-ווישן דעם גיפט וואס קען מעגליך איבערבלייבן נאך ענקערע אטאקעס.

רשכבהגולם » 23/3/2010 23:50

קאמנטארן זענען איבריג

FiveBoro » 24/3/2010 00:24


איך בין נישט באקאנט וויאזוי און פארוואס יענער מכתב גלוי איז אפגעמעקט געווארן, און טראץ וואס עס האט שוין געהאט געברענגט דעם געוואונטשענעם ציהל , וואלט נאך אלס אינטערסאנט געווען אז מ'זאל דאס נאך קענען זעהן, אלזא, אדאנק פאר רשכבהג פאר'ן דאס כאטש טיילווייז אראפברענגען, טראץ וואס די ערשטע דריי שורות איז זיין אייגן לשון, אבער ער האט "כמעט" גוט געדענקט.


יישר כח.

moishe12 » 24/3/2010 01:50

איי עם סארי
איך האב דיר פארגעסען צי שרייבען ר' פינעווער
די קהל יראים בי'ד האלטען אז דוד עקשטיין האט א דין ווי א מסור אזוי ווי עס שטייט בפירוש אין שלחן ערוך ממילא זאגען זיי אז מען דארף זיך נישט שטעלין צי דין תורה מיט עם אין דאס שרייבען זיי טאקע צים אורח ליצים
 אויב האלטען ענק אז יא אין קהל יראים בי"ד האלט אז נישט זענען זיי גרייט צי גיין צי א דריטע בי"ד
אין דעם פאל האבען זיי געגעבען דריי נעמען אין זיי וועלין אינטער שרייבען שטרי ברירין דארטען אין אויף דעם ווארטען זיי יעצט
אבער ווי באלד דער אורח ליצים טרייען צי גיין מיטען קאפ אין וואנט אריין
אין דעם פאל איז עס געווען אז דער מסור האט אליין געריפען מכון להוראה אין געזאגט זיין נערישע סטעטמענט מיטען ראבער סטעמפ
וואס עס דערמאנט אפשר ווען דער מסור שוטה האט געזאגט פאר די פאליס ביים סוער אז ר' קלמן ווייס הויז איז זיין הויז אין די רעבעצין נעמט לעקטער אן זיין רשות 
האט אין דעם פאל דער קהל יראים בית דין באשלאסען אז ווי אזוי וועט מען וויסען אז מכון להוראה האט טאקע אנגענימען דע קעיס טאמער וועלין זיי שיקען א הזמנה אבער למעשה ווארטען זיי נאך
אבער דער אלעף שעמאס ערשטער רעדנער אין פרעדיגער סטראשעט אז ער געט א סירוב ווייל ער וויל זייער שטארק פירען דעם דין תורה
ווייל עקעלשטיין מסור האט באצאלט אפ פראנט 20 אלפים.
נא מיר קענען קוים ווארטען אויף זיין סירוב דאס וועט נאר זיין א כבוד


אין אפשר וויסטי ר' פינעווער פארוואס דער הייליגער בי"ד אין קרית יואל אין די כולל בילדינג פין שלום ווייס האט נישט געוואלט אן נעמען די דין תורה
אדרבה פארצייל אינז זיי אינז מהנה דער עולם וועט זיך האלטען אין די זייטען וואס זיי האבען גענטפערט פארען מסור דוד בן פעסיל

רשכבהגולם » 24/3/2010 04:57

 

משה פאר וועם ענטפערסטו?
צי איינער וואס האט געשריבן אז ער רעט נישט צי דיר,

אזוי שרייבט פייוו בארא אין זיין מכתב גלוי,

איך בין בכלל נישט דא צי ענטפערן אויף וואס מען שרייבט &
פאר ווער עס שרייבט ,
נאר מיין ציל איז, אזוי ווי
 
עס איז דא אנ"ש וואס ווערן פארגיפטט פון די ענקערע תגובת, בין איך דא פארדעם
אז ווען איך זע א תגובה וואס קען שאטן פארן אנ"ש ווען ער ליינט דאס, געב איך צי עפעס כדי אוועק צי נעמן די השפעה,

איר וואלט געקענט באשטיין ווען עס זאל בלייבן ביי אייער גיפט וואס איר ווארפט אריין, און פארטיג. דעריבער איז טאקע מיינע תשובות לגמרי נישט געוואנדן צו ענק. עס איז אין א בחינה פון "לכם ולא לו", מיינע תשובות זענען בלויז אפצו-ווישן דעם גיפט וואס קען מעגליך איבערבלייבן נאך ענקערע אטאקעס.

כלהנערים » 24/3/2010 16:28

ע"פ הלכה איז א בי"ד נישט מחיוב זיך צו שטעלן צו די"ת איבער זייער פסק אזוי ווי מאיר דייטש מיט אברהם הערש וויינשטאק זאלן רופן די עדה צו די"ת פארן ארויסגעבן די פסק קעגן זיי אדער יוסף וואלדמאן זאל רופן ר' געציל מיט שארמאשער רב מיט ר' ישראל חיים מנשה וואלטן אלע געענפערט אין מערערים אחר פסק בי"ד 

די חילוק איז אויב איז דער פסק בי"ד שלא לטובת צד מהר"א דאן איז די נישט אויסגעהאלטן און מ'קען זיי רופן צו די"ת און זיי זענען מחויב זיך צו שטעלן דעס איז פשוט פאר יעדעם איינעם

אבער דא זענען די חברי בד"ץ געגאנגען לפנים משורת הדין און יא געענפערט דעם הזמנה אז זיי זיכן דא זיך נישט זעך ארויסצודרייען, אבער זיך צושטעלן מיט דוד עקשטיין וואלט געווען א מכשול לדורות יעדער קל מהיום והלאה וועט וויסן ער קען טון כל מה שלבו חפץ און ווער ס'וועט ווייגן ארויסצוקומען מיט א קרום ווארט וועט זאפארט באקומען א הזמנה,

אבער ווי געשמיעסט די רבנים האבן געענפערט פאר אורח מישור דאס אויב זיי ווילן נישט אננעמן בי"ד תשובה האבן זיי די ברירה אריינצונעמן א אנדערע בי"ד אין זיי זאלן פסקענען אויב אורח מישור קען דאס טון,

ווער עס קען פועלן ביי ר' מענדל גאלד זאל קאפערירן מיט די רבנים וואס זענען גרייט צו קאפערירן מיט אים, און ארייננעמן א דריטע בי"ד זאל פסקענען וועלעכע בי"ד איז גערעכט זאל ביטע טון דערין ותהא משכרתו שלימה  

כלהנערים » 24/3/2010 17:14

אגב כ'האב דורכגעקוקט די לומדישע בריוו ווי גאלד פרעגט אפ די תשובה פון בי"ד דקהילת היראים, כ'ווייס נישט וויאזוי א מענטש איז גרייט זיך אליינס צו מבזה זיין מיט א עם הארצישן בריוו אלעס פאר דע פאר טאלער,

אלע זיינע מראי מקומות ווי ער פרעגט אפ בי"ד'ס תשובה רעדט מען ביי א נידון אויף דיני ממונות, אבער ביי א מוסר ישראל או ממון ישראל לעכו"ם ווערט נישט דערמאנט א רמז כלשהוא אז דער מסור קען רופן בי"ד צו די"ת, איי ער טענהט אז ער האט געהאט היזק ממונות, איהו דאפסיד אנפשיה בי"ד איז נישט אחראי אויף די נאכווייען פון פסק דין מסור זיי האבן געטון וואס ס'שטייט אין שו"ע און די נאכווייען קומט שוין פון שו"ע נישט פון זיי, זייער נידון איז דא נישט געווען דיני ממונות, 

ער טענהט אז מ'האט דא געפסקענט שלא בפניו און ברענגט א ראיה אז ס'נאר שייך ביי הוחזק לאנסין ומקורב למלכות, ער וויל אבער נישט אריינקוקן אין סמ"ע אז דארט פון וואס ער רעדט, רעדט מען ביי מורידין ולא מעלין צו הארגענען, דעמאלטס דארף זיין הוחזק לאנסין ער ברויך ס'האבן געטון 3 מאל, אבער דא האט מען געפסקענט אז ער האט א דין מוסר און מ'קען אים נישט מצרף זיין למנין, דעס איז א פשוטע זאך אין שו"ע אז ווער ס'מוסר ממון ישראל לעכו"ם אפי' ביים ערשטן מאל איז שוין א מסור, אין שו"ע שטייט נישט, סיי אז מ'מעג אים שוין הארגענען און סיי אז ער ברויך שוין האלטן די דריטע מאל, ס'איז א אנדערע סימן סארא מישמאש דער לץ האט דא געמאכט,
 
איז דען א פראגע פארוואס ער וויל נישט א דריטע בי"ד זאל אריינקוקן אין די זאך, אדרבה פארוואס האט ער קודם געענפערט די רבנים'ס בריוו?! הערשט נאכדעם וואס די רבנים האבן מודיע געווען אז א דריטע בי"ד זאל פסקענען ווער ס'רעדט צום זאך, אה דעמאלטס האט ער אנגעהויבן שפילן תם'עוואטע אז דא איז א געווענליכע די"ת און מ'דארף קומען צו זיי אן קיין פשרות, איינמעניט נו פארוואס האסטו קודם זיך וויסענדיג געמאכט פון זייער בריוו?! וואס איז געשען יעצט?! זייטס מוחל קומטס צו א דריטן בי"ד זיי זאלן קודם פסקענען וועלעכע בי"ד איז גערעכט, דיין אייגענע בריוו איז נישט קיין ענטפער מר. גאלד 


תוקן על ידי כלהנערים ב- 24/03/2010 17:26:34

moishe12 » 24/3/2010 18:57

איך נעם זיך די רעכט, זיך צו ערקלערן זיגער אין די דעבאטע

אין פינעווער קאנסט דיך אנפאנגען ריפען זעקס שטאקיגער פין היינט אין ווייטער

אין גערעכטער איך דארף נישט דיין וואט עס איז באזירט אויף די פאקטען פין די הלכה

FiveBoro » 25/3/2010 03:12

moishe12 כתב:[בילד – נישט אפגעהיט]


איך נעם זיך די רעכט, זיך צו ערקלערן זיגער אין די דעבאטע

איך נעם אוועק די רעכט פון דיר.

האט איינער דא עפעס מער געענטפערט ווי בעפאר מיין תגובה? אדער סתם איבערגעמאלן געמאלענע וואסער.

אזויפיל זעה איך יא, אז כלהנערים איז מודה אז די בריוו וואס די בי"ד האט צוריקגעשיקט פאר די ליצם איז ריכטיג און גוט, ער ווארפט גוט אפ די טענה אז מ'קען זיי נישט רופן צו דין תורה (ווארום זיי זענען א לאגיאריגע בי"ד פון מאסיווע עקספיריענס, ברייט באקאנט אין די גאנצע וועלט.. ש'טא ווער ס'זאל וויינען), נאר וואס דען, נערים קומט ווייטער צוריק צום פריערדיגן ליצנות'דיגן פשעטל אז ביי א "מסור" איז די דין אנדערש, און היות דוד איז א מסור, ווייל אזוי האט דאך די באקאנטע בי"ד געפסקעט דעריבער קען  נישט די באקאנטע בי"ד גערופן ווערן צו די"ת איבער דעם פזק וואס זיי האבן מפיץ געווען אז דוד איז א מסור, ווארום דוד אידעך א מסור, און מיט א מסור גייט מען נישט צו דין תורה.

פארשטייט דער עולם גוט? ווער נישט זאל איבערפרעגן טענענבוים, ער האט עס ארויס.

SatmarHQ » 25/3/2010 03:17

Breaking: This month's gilyon of "ginas vrodim" will have a whole chapter on the KJ sidur kiddishen parshe!

moishe12 » 25/3/2010 04:09

איך נעם עס צירוק
 טאקע ווייל א בי"ד דארף נישט גיין צי קיין דין תורה
אין נאכדעם מיט א מסור זיכער נישט
אזוי ווי עס ווערט שוין ארויסגעברענגט אין די בריוו וואס טשאטער רב שליט"א שרייבט שוין
אין אזוי ווי איך האב שוין ארויס געבראנגט פריער וואסארא ליצים זיי זענען אין איך קען נאך איין זאך צילייגען אז זיין אייגענע בי"ד וואס זיצט אין שלום ווייס כולל האט נישט געוואלט אן נעמען דעם דין תורה ווייל איינער א טייערע יוד וואס איך וויל נישט דערמאנען זיין נאמען איז אריבער געקימען צי זיי אין מיטגעברענגט אלע דאקימענטען וואס ווייזט אויף ווער עס איז דא באמת גערעכט. 
ממילא בין איך ציריק דער געווינער דא סיי להלכה אין סיי פאקטען

כלהנערים » 25/3/2010 17:12

FiveBoro כתב:[בילד – נישט אפגעהיט]


איך נעם זיך די רעכט, זיך צו ערקלערן זיגער אין די דעבאטע

איך נעם אוועק די רעכט פון דיר.

האט איינער דא עפעס מער געענטפערט ווי בעפאר מיין תגובה? אדער סתם איבערגעמאלן געמאלענע וואסער.

אזויפיל זעה איך יא, אז כלהנערים איז מודה אז די בריוו וואס די בי"ד האט צוריקגעשיקט פאר די ליצם איז ריכטיג און גוט, ער ווארפט גוט אפ די טענה אז מ'קען זיי נישט רופן צו דין תורה (ווארום זיי זענען א לאגיאריגע בי"ד פון מאסיווע עקספיריענס, ברייט באקאנט אין די גאנצע וועלט.. ש'טא ווער ס'זאל וויינען), נאר וואס דען, נערים קומט ווייטער צוריק צום פריערדיגן ליצנות'דיגן פשעטל אז ביי א "מסור" איז די דין אנדערש, און היות דוד איז א מסור, ווייל אזוי האט דאך די באקאנטע בי"ד געפסקעט דעריבער קען  נישט די באקאנטע בי"ד גערופן ווערן צו די"ת איבער דעם פזק וואס זיי האבן מפיץ געווען אז דוד איז א מסור, ווארום דוד אידעך א מסור, און מיט א מסור גייט מען נישט צו דין תורה.

פארשטייט דער עולם גוט? ווער נישט זאל איבערפרעגן טענענבוים, ער האט עס ארויס.


ס'נישט נאר טענענבוים ס'איז 25 דיינים מורי הוראה בתוכם עטליכע חברי בד"ץ פון פראימענטע בתי דינים אין ניו יארק, וואס האבן אזוי מכריז געווען אין א קול קורא

יא בד"ץ קהילת היראים ווארט א דריטע בי"ד זאל פסקענען אזוי ווי גאלד און זיי וועלן אלע לויפן צו די"ת, פאר דעם גייט מען נישט זיך צו טון מאכן פון א אפגעריסענער לץ וואס האט א געלונגענע קאמפיוטער און קען פרינטן שיינע הזמנות

כלהנערים » 25/3/2010 19:35

                       איך געב די רעכט פאר בארא זיך צו ערקלערן זיגער אין די דעבאטע

FiveBoro » 25/3/2010 20:28

כלהנערים כתב:[בילד – נישט אפגעהיט]

ס'נישט נאר טענענבוים ס'איז 25 דיינים מורי הוראה בתוכם עטליכע חברי בד"ץ פון פראימענטע בתי דינים אין ניו יארק, וואס האבן אזוי מכריז געווען אין א קול קורא

????????????

FiveBoro » 25/3/2010 20:31

כלהנערים כתב:[בילד – נישט אפגעהיט]
                       איך געב די רעכט פאר בארא זיך צו ערקלערן זיגער אין די דעבאטע

אנגענומען.

דער_אקס » 25/3/2010 20:41

FiveBoro » 25/3/2010 20:56

איך זעה דארט גראדע נאר א מחאה אויפן פארשפארן די ביהמ"ד, נישט אז ער און ער האט א דין מסור וכדו'.

אבער לו יהא ווען די אלע רבנין זאלן ווען יא האבן אונטערגעשריבן אז "דוד עקשטיין האט א דין מסור", צו ווייסטו אז דער פסק איז עפ"י תורה ווערדלאז? עס שטייט אין די תוה"ק כי השוחד יעור עיני חכמים. האסטו מיר אפשר "איין נאמען" פון צווישן די אלע אונטערגעשריבענע, וועלכער האט נישט "פיינט געהאט" דוד עקשטיין בעפאר שבט תש"ע? אויב יא, וועל מיר גיין ווייטער... קודם לאמיר הערן.

דער_אקס » 25/3/2010 20:59

איך זע אז ענק האבן עם אויך פיינט געהאט ביז יעצט אזוי ווי יעדע נארמאלע מענטש האט עם פיינט ווייל ער איז א אכזר אפי' פאר זיינע אייגענע קינדער פאר ווער סווייסט אביסל עי' וואלן פאר ראש הקהל מיט וויפיל ער האט געהאט אפי' נאך דעם וואס ענק האבן געמאכט וואלן נוסח איראן זעט אויס אז די פיינטשאפט שפילט נישט קיין ראלע


תוקן על ידי דער_אקס ב- 25/03/2010 21:00:15

FiveBoro » 25/3/2010 21:03

ווער עס פארשטייט וואס דער אקס האט געענטפערט דא לעניננו זאל עס ביטע איבערשרייבן אויף א וועג אז אויך איך זאל פארשטיין.

דער_אקס » 25/3/2010 21:08

זייער פשוט שעפעלע איך וועל דיר עס מסביר זיין

פיינטשאפט צי דעם אכזר אין רוצח שפילט נישט דא קיין ראלע ווייל די ארונים וואס אלע פין זיי האבן עם פיינט געהאט אין האבן עם נאך אלטץ פיינט נעמען זיך אן פאר עם ממילא קען זיין אז ביי די רבנים האט אויך נישט געשפילט קיין ראלע זייער שנאה צי עם אזוי דוד המלך שרייבט שוין אין תהלים "אז מיר האבן פיינט די שונאים פינעם אייבישטען" סאיז אינז א שטאלץ!!




תוקן על ידי דער_אקס ב- 25/03/2010 21:11:51

FiveBoro » 26/3/2010 09:40

א אינטערסאנטער פאקט וואס איך דערוויס מיר פון דעם קונטרס, און איך האב דאס ניטאמאל געכאפט בעפאר, אז די "ערשטע מאל" וואס דער אזוי גערופענער "בי"ד קהילות היראים" איז ערשינען אויף א דרוקסארט מיט דעם נאמען, איז געווען ביים בריוו וואס זיי האבן געשריבן אז זיי מוזן נישט גיין צו דין תורה, ווארום זיי זענען "א בית דין" און מ'רופט נישט א בי"ד צו די"ת!...

וואס זאגט איר צו דעם?? (ווען לאכן וואלט געמאכט...... וואלט איך......)

נאכאמאל קלאר: מ'מאכט א לעדערהעד פון א בי"ד, און די ערשטע בריוו וואס דער "לעדטערהעט בי"ד" גיט ארויס איז, אז דער בי"ד מוז זיך נישט שטעלן צו די"ת ווייל זיי זענען א "בי"ד".

====

מאנכע ווילן דאס פארענטפערן, אז באמת איז דער בי"ד שוין יא געבורן געווארן עטליכע וואכן בעפאר, ביים שרייבן דעם ערשטן "התראת בי"ד" פאר ר' דוד עקשטיין. נאר וואזשע דען, צוליב א שטארקע "חולשה" איז מען געווען געצווינגען צו פראווען די שמחת קריאת השם שלא בזמנו, און הערשט עטליכע וואכן נאכן געבורט האט מען בעז"ה זוכה געווען צום קריאת השם.

עס איז דערווייל אומבאקאנט ווער עס איז געווען דארט עמידה לברכות, לויט אלע ווארשיינליכקייטן איז דאס געווען דער מיסטעריעזער אונטערגעשריבענער אויף רוב טייל פון די בריוון פונעם בי"ד, וואס זיין נאמען איז דערווייל אין געפענגעניש.

moishe12 » 26/3/2010 15:30

סתם פאר אינטרעסאנקייט וועל איך דיר זאגען אז די ווייסט נישט וואס די רעדס
 איך קויף מער נישט דער בלאט ממילא וועל איך ב"ה נישט זען מער די ארטיקלען ווי ער מאכט ליצנות פין די תורה הקדושה
אבער לויט ווי די שרייבסט דא קען מען זען אז דער בלאט איז אויפגעקימען מיט א נייע שקר אבער דאס איז נישט דער ערשטער
מיר אלע געדענקען גאנץ גיט ווי אזוי קרית יואל 'מעהידערעס'.האט אפגעראטעוועט אנדערע שחיטות
אויך געדענקען מיר אלע ווי אזוי ער האט ארימגעדרייט וואכען לאנג וועגען זיינע פלייש ביי צומות הגידין
וואס זיי זענען די אינציגסטע וואס האבען דאס געהאט ווייל זיי פלעגען קויפען זייערע טשיקענס ביי 7 וואכען אלט אין נישט ווי יעדער ביי 8
אבער דער בלאט האט אלעס פארלייקענט
עניוועס די פאקט איז אז נישט א לעדער העד איז דער וואס מאכט א בי"ד
א בי"ד ווערט דארעך דריי דיינים וואס האבען הוראה וואס אין דעם פאל האבען עס אלע דריי
אין אז זיי האבען עס אינטער געשריבען מיינט עס א בי"ד האט עס אינטערגעשריבען
אין דער נאמען מאכט בכלל נישט אויס דא
עס איז נישט אנדערע דריי דיינים עס איז די זעלבע אין אויך שרייבען זיי אינעם ערשטען בריוו פארען שייגעטץ מסור דוד אז מען האט זיך אראפגעזעצט אלץ בי"ד נישט סתם מען האט זיך ארויסגעשטעלט קעגין א מענטש פאר גארנישט אין נישט
ווער עס קען זאל ברענגען דעם ערשטען בריוו יעדער זאל זען דעם לשון דארט
 אין נאך אזאך וואס איך וויל פרעגען דעם פינעווער
ווען איז אורח מישור געגרינדעט געווארען ? נישט נאר זיך צי שלאגען מיט דעם בי"ד קהל יראים זאג די אליינס
איך האב געהערט פין א יוד א אינטער סאנטער פוינט דא.  
ווער איז דער מענדל גאלד? פין וואנען שטאמט ער ? ווען איז ער געווארען א גרויסער דיין? אז ער סטראשעט מיט סירובים? אדער צי דארף מען זיך בכלל וויסענדיג מאכען פין עם ?
זאגט ער מיר אזוי
דער מענדל גאלד איז געווען דער ערשטער אזוי געריפערנער רב וואס האט זיך אויפגעשטעלט בייך ערשטען אלעף שעמאס האלטען א גיפטיגע דרשה קעגען די צד שכנגד
אין פארוואס עם?
 ווייל קיינער וואלט נישט אנגענימען דעם ארבעט
יעדער נארמאלער מענטש אדער רב וואלט זיך געשעמט דאס ציטין
אין דא איז כדי אויסצירעדין ווער אין ווי אזוי דער מענדל גאלד איז געווארען א רב.
געווען איז ער סתם א יוד וואס האט קיינעם נישט געבאדערט א ביזנעסמאן
אבער ווען מען האט אויפגעשטעלט די סאטמערע שול אויף 42 אין 12 איז ער געווען פין די שיינע יודען דארט אין ער פלעגט געבען א שעור יעדע נאכט אין די יונגעלייט האבען דאס זייער ליב געהאט ער האט זייער א גיטען מויל.
בקיצור ער האט זיך דעמאלטס צישלאגען מיטען רב אין בית מידרש וואס האט עם נישט פארגינען פארען געבען אזא געלאנגענע שעור אין פארען גיט ווערען מיט אלע יונגעלייט
האט אויסגעבראכען א מערכה דארט זייער א גרויסער אין ער איז אנטלאפען פין דארט אין זיך אויפגעמאכט א אייגענע פלאץ.
 בקיצור ער וויל דא דעליווערען א סירוב פאר די בני יואל דיינים אין ער וועט עס טין פאר אלע געלטער ווייל ער איז א פארטיי מענטש
 ממילא וויל ער נישט גין קיין מכון להוראה
 ער וויל אליינס געבען דעם סירוב.
 וועט ער טרעפען אלע מינע וועגען נישט צי גיין צי יענעם בי"ד אדער צי א אנדערע
אין דא האט ער געזען אז מען דריקט אים צי די וואנט
אין ער האט געהאט פרעשער פין איינער פין זיינע נאנטע מיתפללים א בני יואל וואס האט עם געפייניגט ער זאל זיך יא שטעלין צי יענעם בי"ד איז ער געגאנגען מאכען א גאנצער שפיל מיינענדיג אז מען קען טין וואס מען וויל אין קיינער וועט נישט וויסען
אבער אזוי ווי איך האב שוין געשריבען פריער וואס ער מיטען מסור האבען אנגעדרייט. 
דערווייל האלט מען דא
אין בי"ד פין קהל יראים ווארט אז מען זאלק זיי שיקען א הזמנה אין זיי וועלין לויפען צי דין תורה. סא ווער עס קען בעטען ר' מענדל גאלד זאל ערלעדיגען זיין בי"ד זאל זיך שטעלין צי דין תורה ביי אינער ווי די קהל יראים בית דין האט זיך אויגעקליבען זאל דאס טין אין דער הייליגער באשעפער וועט זיכער עם ציריק באצאלען

ychtzel » 26/3/2010 16:48

איך גלייב אז יעדער וואס איז דא אויף הייד פארק קען שוין די מהלך פ]ין די ארונים אז ווען מווערט געקארנעט מאכט מען א ליגענט אין אלע "חלה דעקלעך" זענען העפי אויף 1000 אבער סתם קלאר צי מאכן הגה"צ ר' משה דוב קויפמאן שליט"א האט נישט געקאלט בי"ד זאגן אז ער איז גרייט צי גיין מיט זיי צי דין תורה נאך פסח אין זאגן ווער סאיז אינזער בורר סאיז סתם א שקר נוסח ארונים

יא די שטעלונג פין בי"ד איז א טאמער א בי"ד וועט שיקען א הזמנה פאר זיי וועלן זיי ענפערן אין גיין צי דין תורה דן אויף דעם אויב מקען ריפן א בי"ד צי דין תורה אבער בי"ד ענפערט נישט פאר די חברה ליצים

כלהנערים » 26/3/2010 17:41

FiveBoro כתב:[בילד – נישט אפגעהיט]

ס'נישט נאר טענענבוים ס'איז 25 דיינים מורי הוראה בתוכם עטליכע חברי בד"ץ פון פראימענטע בתי דינים אין ניו יארק, וואס האבן אזוי מכריז געווען אין א קול קורא

????????????

???????????

moishe12 » 28/3/2010 06:21

 איך האב מיך נישט געקענט איינהאלטען האב איך געקויפט דעם שמיציגען בלאט דע וואך
אינטרעסאנט
 איך וויל יעצט נישט אריינגיין אין אלע שקרים וכזפים געשטיקעלטע בריווען ארויסגעשניטען די אמתע פאקטען
גראדע האב איך די אמתדיגע בריוו אין מיין באזיץ
אבער אזוי ווי דער יונגערמאן וואס האט עס מיר געשיקט נאך אפאר וואכען צירוק האט מיך געאסרט דאס ארויף צילייגען וועל איך מיזען ווארטען אויף זיין רשות וואס דערווייל וויל ער עס מיר נישט געבען
אבער די מערסטע וואס מיך ווינדערט איז ווי איז דאס לעצטע בריוו וואס דער קעניג האט געשיקט אין אויך וואס דער בי"ד קהל יראים האט געשיקט פאר דעם אורח ליצים
אז מכון ווייסט נישט פין די גאנצע זאך בשעת דער לץ גאלד שרייבט אז ער ווארט שוין א טאג פין קהל יראים ווען מכון להוראה האט דערווייל נאך נישט אנגענימען די דין תורה.
וואס נאך עס ווערט אינטרעסאנט איז דער לעצטער אויפטי
אז הרר' משה בער קויפמאן האט געריפען אורח ליצים אז ער גייט זיך שטעלין צי דין תורה
ווער איך געוואר אז קיינער וויל נישט אינטערשרייבען גאלד נארישער סירוב
די דיינים פין אורח מישור זעט אויס האבען מער שכל ווי דער מזכיר וואס פירט אלעס אליין
(ער איז נאך אימשטאנד אינטער צי שרייבען אליין) אבער דעמאלטס וועט דער גאנצער שטאט זיכער לאכען פין עם אבער די אנדערע דיינים וועלין קיינמאל נישט אינטערשרייבען
איז גאלד אויפגעקימען מיט א נייע חכמה אז ר' משה בער האט געריפען די בי"ד אין ער גייט זיך אראפזעצין גלייך נאך יום טוב
איי ער שרייט ער האט קיינמאל נישט געריפען אבער דער בלאט זאגט אז יא זיי וויסען בעסער

וואלןמה » 28/3/2010 18:11

איך הער אז די בני הכולל פון דרך החיים גייען שיקן א הזמנה פארן בלאפער מ. גאלד פארן מבאיש ריח זיין זייער ראה"כ מיט די ליגענט וואס ער שרייבט אין זיין לעצטן בריוו,
 כ'האב דעס געהערט פונעם פאנדרעיזער פינעם כולל ער ארבעט דערויף.  

FiveBoro » 28/3/2010 21:36

משה, מזל טוב! אורח מישור האט פלוצלינג באקומען "דיינים". איך ווארט נאך אפאר טעג און דו וועסט מיר מודה זיין אויף די איבריגע אויך....

וואלן, שיקט'ס א הזמנה. די רבנים ווארטן אויף דעם.

ווער_איז » 28/3/2010 22:13

פין ווי ווייסטו אז די רבנים ווארטן אויף א הזמנה ס'מיז זיין אז די ביסט הרה"ג ר' מ. ג. אליין!!!

ווער_איז » 28/3/2010 22:22

סאיז אינטרעסאנט ווי זיי לייגן אראפ דעם ליידיגייער אין וועלט'ס גנב (עי' מעשה קרן יתומים) ר' מענדי גאלד אלטץ א נייטראלער בי"ד אין די צייט וואס ער איז געווען פין די ערשטע אקס'ן צי רעדן ביי א א' שמות ראלי (פרעג מיך נישט קיין דאטום ווייל איך געדעק נישט ווען סאיז אויסגעפאלן א' שמות יענע יאר........)


תוקן על ידי ווער_איז ב- 28/03/2010 22:23:42

FiveBoro » 28/3/2010 22:29

ווער_איז כתב:[בילד – נישט אפגעהיט]
פין ווי ווייסטו אז די רבנים ווארטן אויף א הזמנה ס'מיז זיין אז די ביסט הרה"ג ר' מ. ג. אליין!!!

נישט לאנג צוריק בין איך געווען דא א צווייטער..

ענקער כח הדמיון פירט ענק ארום קע"ה, ממש א סעמפל פון זלונים.

ווער_איז » 28/3/2010 22:45

סקע טאקע זיין אלעס אין איין מענטש אין טאקע נאר ביי די ארונים

ווער_איז » 28/3/2010 23:01

אבער לאמיר זיך האלטן אז דער ר' מענדי גאלד איז א נייטראלער נישט דא ווער סזאל נאך לאכן פין ענקערע אויפטרעפן

וואלןמה » 29/3/2010 00:12

בארא, גאלד ווארט אויף א הזמנה פון די בני הכולל, ער גייט דאס אי''ה באקומען און די נאנטע טעג! 

FiveBoro » 29/3/2010 00:52

הודו לה'.

moishe12 » 11/4/2010 20:43

דערווייל זעט אויס ווי מען האט דעם גאלד וואס רעד זיך איין אז ער האט א פעסטען בי"ד געשטעלט אויפען פלאץ
ווייסט איינער ווי זיין סירוב איז

 אן אלטער כלל א הינט וואס בילט בייסט נישט

גערעכטער1 » 11/4/2010 21:15

וואלןמה כתב:[בילד – נישט אפגעהיט]
בארא, גאלד ווארט אויף א הזמנה פון די בני הכולל, ער גייט דאס אי''ה באקומען און די נאנטע טעג! 

פין וועם גייט הרב גאלד באקומען א הזמנה? פין יואלי ברייער? אדער פין טענענבוים?.
איך האב גימיינט אז אויף א רב דארף מען שרייבן מיט דרך ארץ, אבער זעט אויס אז די תקנה איז בטל גיווארן.

moishe12 » 12/4/2010 02:10

קודם זאג ווער עס איז א רב אויף וועם מען האט גערעדט