איך וועל שרייבן וואס איך האב געהערט אויב איינער ווייסט מער פרטים ווערט געבעטן צי שרייבן
איינע פין די יונגעלייט וואס איז דארט א משגיח האט באמערקט אז די גאנצע סיסטעם פארט היבש שנעלער ווי ס'מעג לויט די הלכה אין די ווייקען אין זאלצן איז נישט לויט די הלכה האט ער אנגעהויבן צי פארפירען האט עם דעם ווייס געזאגט אז ער זאל זיך היטן די ביינער אויב ער דארף נאך א פרנסה ביז פסח אבער דער משגיח איז גענגען צי דעם שוחט גפן אין געמאכט אז דער שוחט זאל אליין באמערקן וואס דא גייט פאר אין דער שוחט האט אנגעהויבן צי פארפירען האט מען עם געזאגט אז די רבנים לאזן האט ער געריפן איינע פין די בעלי מכשירים אין שטעלט אייך פאר נישט מער אין נישט ווייניגער אז ווען די רבנים זענען דארט מאכט דער ווייס שטאטער די סיסטעם אין ער פארפירט די רבנים אזוי ווען זיי גייען אווועק פין דארט טיט ער ווייטער וואס ער וויל דער שוחט גפן האט געזאגט פאר איינעם דעם שבת אז סאיז שוין צופיל פאר עם ער האלט שוין נישט אויס דעם סיסטעם דארט מיט דע גאנצע ווערטשאפט אלעס דרייט זיך ארום ווי מקען זין שפארן אפאר צענט סיי מט דע פרשה אין בכלל שעכט דארט די שוחט אסאך לענגער אויף איינמאל ווי אין אנדערע שעכט הייזער אין ער האט אנגעהויבן א רעוואלאציע אין בית השחיטה מיט די ווערטשאפט אבער מאיר הירש האט זיך אריין געמישט אין ער וויל פארשיקן דעם גפן פין דארט ווי איידער צי פארעכטען די שרעקליכע פראבלעם פין געבען צי עסען פאר אידין פלייש וואס ס'איז נישט געהעריג געזאלטץ'ן אזוי ווי ער האט געטיען מיט דעם שוחט עקשטיין ווייל ער האט נישט געוואלט מיט טאנצען מיט דע קלות וואס ער פירט דארט .
אויב איינער ווויסט מער ביטע מודיע זיין
תוקן על ידי kj1234 ב- 21/03/2010 17:01:48