און די גאנצע וועלט שטייט און ווארט דער אויף מיט שפאנוג....
מען הרגט זיך עס צו באקומען...
אלעס איז שוין גרייט די באקסעס איז שוין געפאקט און...?
באמס...!
וואס איז געשעהן? ווי איז די גרעיפ דזשוס?
די ממליחה ואילך גרעיפ דזשוס איז אנגעקומען קיין רוסלאנד!!!
ווי מען וועט דאס פארטיילען נאך יו"ט פאר די רוסישע שיכורים!!!
די זאליס האבן טעראזירט קדם אז זיי מיזן נעמען א הכשר פון די זאלי ממליחה וועד, ענדליך האט קדם זיך געבראכען צו זייער טעראר און זיי געזאגט אז זיי קענען מאכן א אייגענער ראן פאר זייערע גרעיפ דזשוס, זיי האבן געשלאסן געשעפט און זיך אויסגענומען אז נאר די זאליס מעגן דארט זיין וועט מען מאכט עס, און נישט די משגיחים פון צעהלים'ער רב.
למעשה אזוי ווי די זאליס ווייסן נישט וואס טוט זיך מיט זיי, זיי קענען א הכשר נישט געבן, ווייסן אפילו נישט וואס דאס מיינט, די גאנצע זאך איז נאר האקס פאקעס מען זאל קענען זינגען אז מען האט אייגענע גרעיפ דזשוס.
די זאליס האבן געהייסן אז מען זאל טוישן א געוויסע אינגערידיען, צו ווייזן אז זיי קענען, און זיי זענען הייליגער, מיט די טענה אז דאס וואס קדם ניצט איצט איז נישט אזוי אויסגעהאלטן, די וואס זיי ווילן איז מהודר מן המהודר...
אזוי ווי עשו היכן מעשרין את המלח...
קדם האט זיי געפאלגט נישט נאך גייענדיג די נייע אינגערידיען, וכך הוה זיי האבן עס געמאכט, ווען אדמו"ר מצעהלים איז געוואויר געווארן דעם טויש וואס די זאליס האבן געטאן, האט ער געשיקט זיינע משגיחים עס נאך גיין, און עס האט זיך ארויס געשטעלט אז עס האט קטניות דערין!!!
מרן אדמו"ר מצעהלים שליט"א האט געפסקנט אז מען טאר נישט ניצן בשום אופן די גרעיפ דזשוס אויף פסח, און אפילו נאך פסח לאזט ער אויך נישט ניצן די גרעיפ דזשוס, ווייל ער האט נישט געהאט קיין משגיח דארט, די זאליס האבן אבער געטראפן תירוצים, אזוי ווי זיי האבן כסדר, ביי זיי איז כשרות בכלל נישט קיין פראבלעם, אבער מרן מצעהלים האט עס נישט מתיר געווען, זיי האבן אים אנגעהויבען צו טעראזירען אז ער זאל שטיין אין דער זייט, אבער ער האט זיך נישט געבראכען און געזאגט אז לאזט עס נישט ניצן בשו"א.
צוליב דעם וואס עס איז שוין געווען פארטיג אין די באקסעס, און מען קען שוין נישט טוישן די כשר לפסח לעבלעך, האט קדם עס אפגעשיקט קיין רוסלאנד צו די רוסישע אידן ווי עס וועט זיין צובאקומען דארט נאך פסח.
סא טאמער איינער דארף די ממליחה ואילך די זאלי שירה גרעיפ דזשוס אויף פסח, זאל ער קויפן א טיקעט און פארן אויף רוסלאנד און דארט וועט ער זיך קענען אנטרינקען מיט די ממליחה ואילך גרעיפ דזשוס.
די פאר נערישע יונגעלעך וואס פירן די זאלי ממליחה ואילך וועד הכשרות, זענען די לעצטע פאר וואכן שרעקליך ציווילדערוועט, נאדעם וואס זיי האבן געפענט זייער וועד הכשרות שוין 3 יאר צוריק, און קיינער וויל זייער שוואכע הכשר נישט נעמען, זיי לויפן נאך און טעראזירען יעדע קאמפאני צו נעמען זייער הכשר, דערווייל זענען זיי געבליבען נאר מיטן הכשר אויף מענגא פלאם אויף וואלאבאט פון דעם אראבער, וואס דער בעל הבית סטראשעט כסדר אז טאמער די אהרונים גייען נישט עפענען די קרעטשמע אין ק"י גייט ער אויפרייסען די אהרונים שול...
איצט שטעלט זיך די קשיא, טאמער איינער גייט אריין אין מתיבתא ברך משה, און טרינקט דארט א גלאז שירה גרעיפ דזשוס, לע"נ דזישגאן'נס שוויגער באבע, און זינגט זיך אונטער שור שנגח את הפרה, וואס איז די דין מיט אים...?