רבותי, איך בין אין א פארלעגענהייט, איך וויל הערן דעם דעת הקהל,
אני הקטן בין א אוהד, וואס הייסט א סימפאטיקער פון א געוויסער חסידות
דא אין בארא פארק, דער רבי שליט''א פון די חסידות וואס איז א צדיק אמת
מאכט כסדר מסיבות פאר זיינע מוסדות און צרכי צדקה, און איך זייענדיג
א גרוסער סימפאטיקער פון דעם רבי ווערט כסדר גערופן צושטייער געבן
פאר דעם צוועק, און איך לאז מיך קאסטן גרויס געלט פאר דעם רבי,
לעצטענס בין איך געוואויר געווארן אז די דאזיגע חסידות איגנארירט און
בויקאטירט דעם צייטונג וואס האט א שייכות צו די חסידות ווי איך בין א חסיד,
איך, ליינענדיג נאר אונזער צייטונג האב נישט געוויסט אז אין אנדערן צייטונג איז
דא א הויפן מיט מודעות פון די מוסדות, איך האב נאאיווערהייט געגלייבט אז
די מוסדות ספענדן נישט קיין געלט פאר אדווערטייזמענטס, (און דאס האט מיך
אויך געגעבן א שטיפ זיי צו שטיצן, ווייל יעדע פעני גייט גראד פאר צדקה, אבער דאס
איז א באזונדערע פוינט), על כל פנים, לעצטענס איז מיר אינטער געקומען א
צייטונג וואס באלאנגט פאר אונזערע קעגנער און דארט זע איך גאנצע בלעטער
מיט מודעות פון דעם דאזיגן מוסד, איך כאפ דעם טעלעפאן און רוף אן א חבר מיינעם
וואס ארבייט אין אונזער צייטונג און פרעג עם וואס דא גייט דא פאר, זאגט ער מיר, אז יא,
דער מוסד איז איינס פון עטליכע מוסדות וואס בויקאטירן אונזער צייטונג, זיי לייגן ביי
אונז קיינמאל נישט קיין שום מודעה,
אצינד די פראגע: מיינט דאס מיך? דארף איך פון היינט אן בויקאטירן יענע מוסדות?
סוף כל סוף איז דאס דאך נישט מיין צייטונג, איך בין פערזענדליך נישט נהנה פון דעם
צייטונג, סך הכל איז דער צייטונג אפיליעטעד מיט די זעלבע חסידות ווי איך, אדער, דארף
איך יא בויקאטירן די מוסדות וואס פילן נישט פאר וויכטיג צו אדווערטייזן אין א צייטונג וואס
אזוי פיל טויזענטער אידן ליינען דאס, און זייער איינציגער חטא איז ווייל דו גלייכסט נישט
דעם רבי אין וועם די דאזיגע ליינער גלייבן, און אויב אינטרעסירט אייך נישט די טויזענטער
ליינער דארף מיך נישט אינטרעסירן אייערע מוסדות,
רבותי, איך וויל הערן אייער מיינונג, ווי איר זעט, האב איך נישט געשריבן קיין שום נאמען,
נישט פון די צייטונג, נישט פון די חסידות, און נישט פון מיין רבי, כאטש יעדער וועט מסתמא
פארשטיין וועם און וואס איך מיין, אבער מיין ציל איז נישט, צו זיי זענען בארעכטיגט אין
בויקאטירן א צייטונג, און נישט חלילה זיי באשמוצן, מיין ציל איז פשוט צו די זאך, מיינט דאס
מיך צו נישט.