די ראזענבערג'ס וועלן עס נישט מודה זיין, די זאלונים וועלן נישט זוכן צו רעדן דערפון, אבער איך האב זיך דערוואוסט פון זעהר קראנטע מקורות לפני ולפנים אז פאר די מצות פון רז"ל האט מען גענוצט פאריעריגע ווייץ (תשס"ח), פשוט וואס צוליב די שרעקליכע הויכע ראטע פון מצומחות אין די ווייץ וואס מ'האט געשניטן פאר די היי-יעריגע פראדוקציע קען עס מען פשוט נישט געבן פאר די בחורים צו קלויבן, ווייל אלע וועלן אויפגעשוידערט ווערן וואספארע מצות מ'פיטערט זייער ציבור.
ווען מ'האט אנגעפרעגט דערויף רח"ד כ"ץ, האט ער געזאגט אז די מבוקעות איז נישט צוליב נאסקייט חלילה, נאר צוליב טרוקענקייט און דערפאר האט עס גארנישט מיט חמץ.
דער לץ איז ווייטער מסביר, אז אזויווי אסאך מענטשן זענען נישט מבחין צי די מבוקעות איז צוליב נאס א דער טרוקעניש, דערפאר זענען זיך אסאך מונע פון יעדע מבוקעות, אבער מעיקר הלכה זענען די מצמומחות און מבוקעות קיין שום פראבלעם נישט...
און דער לץ רעדט נאך פון חדש.
גיי פרעג איך צי "איידעא" ווייץ איז נישט חדש?