אדאנק א פרידאם אוו אינפארמעישאן פארלאנג, האט מען געטראפן אן עקזיסטירענדע סייט פלען אויף די הויז, עפראווד פאר א בית המדרש. אויף די באראטונג פונעם לויער האט מען אריינגעגעבן א פעטיציע צו די ווילידזש ZBA זאוונינג בארד אוו אפיעלס. די ווילידזש האט נאך נישט אזא בארד בכלל, טו אויב איינער זעט נעקסטע וואך אין די שונד בלאט (נישט קוקן ח"ו) א מזל טוב פאר עפעס אן אהרונישע יוקעל פאר א נייע אמט מייינט עס דאס. למעשה האט דער ווילידזש 30 טעג צו ענטפערן.
דעם קומענדיגען דינסטאג איז די דרייסיגסטע טאג. אזוי ווי די אהרונים ליידן נעבעך פון פארקיזאנס - זייער מח און די אברים ארבעטען נישט צוזאמען - איז נישט צו ערוואטן אז דער ווילידזש וועט פשוט זאגן אז "מען קען אריין גיין" ממילא וועט מען זען וואספארא תירוץ זיי וועלן אויפקומען דעם דינסטאג, און לכאורה וועט זיך עפענען א נייע לאקאלע קעיס אנטקעגן די ווילידזש. עס איז צום האפן אז בקרוב גיכן (נאך פאר די אהרונים באקומען ראדני, און נאך פאר א פעדעראלע קארט) וועט מען קענען עפענען דעם ביהמד"ר. בניסן נגאלו, ובניסן עתידין להגאל!
(איך האב נישט גערעדט מיטן לויער, כ'האב ניטאמאל גערעדט מיט ר' זלמן לייב וו"מ דערוועגן, כ'האב באקומען די אינפארמאציע פון א פארלעסליכער מענטש וואס האט גערעדט דערוועגן מיט ר' זלמן לייב)
תוקן על ידי סאטמארפלעק ב- 14/03/2010 04:37:30