היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » כל העולם כולו » ריכטער פסק'ט לטובות סאטמאר אין מאנסי

ריכטער פסק'ט לטובות סאטמאר אין מאנסי

7 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2766417

אדמיראל » 12/3/2010 21:06

היינט א ריכטער גע'פסק'ט לטובות סאטמאר ( אהרוינם ) אין מאנסי
אז זיי זענען נישט פארפליכעט צי קיין ליסעס אויף זייער ריזין שטח אין זיי קענען אנהייבן צי טיען רענוועשינס.

rebyankel » 12/3/2010 21:25

בהודאה על העבר ובקשה על העתיד

מפי השמועה
יענער גראדע א יוד (כ'מיין נישט קיין היימישער) האט זיך אויפגעפירט נישט יודשליך מיט קהל
ער האט פארלאנגט זעלטענע ריזיגע סכומים צו ברעכן זיין ליעס
אין האט עס אריינגעפירט אין קארט ה''י
עס האט געקענט ציריקהאלטען די גאנצע מולטי מיליאן דאללערדיגע פראיעט

(אגב, דער איד הרב אורזעל וואס האט זיך 'יא' זייער שיין אויפגעפירט מיט קהל אין האט געהאט א סוב ליעס מיט דעם קלעגער, וועט אי''ה יא פארגיטיגט ווערן פין קהל, לפנים משורת ה'געזעץ, ווייל אז דער ערשטער ליעס איז נישט גיט איז דער סוב ליעס אוואדי נישט גיט, אין הרב אורזעל קען קען יעצט קלאגען לויטן געזעץ דעם קלעגער
עס קומט אים אסאך קרעדיט פין די ערשטע מיניט, (עי' ערך צאנזער אייניקעל))

חסדי ד' כי לא תמנו

טראק » 12/3/2010 22:36

דאס איז גאר א שטארקע געווינס פאר קהלתינו הק' אין מאנסי.

עס איז א געווינס פון באלד 5 מיליאן דאלער.

הודו לה'.

א_בני_יואל » 14/3/2010 16:16

ב"ה מהאט געשפארט אידיש געלט

היראים » 18/6/2010 21:20

די אפעלאט דיוויזשאן האט די וואך ארויסגעווארפען זיין אפיעל
חסדי ד' כי לא תמנו

יעצט וועט מען האפענטליך זיך קענען נאך מער קאנצעטרירן אויפצובויען דעם פראכטפולען ריזיגען בנין לתורה ולתפילה

בורא עולם בקנין השלם זה הבנין

איציק_מיכל » 18/6/2010 21:38

קהל יטב לב דסאטמאר מאנסי איז באמת א פראכט פון א קהלה
מ'האלט זיך אזוי צוזאם אזוי ברודערליך ממש ווי איין משפחה

איך האף אז מ'וועט בקרוב עפענען א תלמוד תורה

היראים » 7/11/2010 23:39

כ'הער אז פאריגע וואך האט די אפעלאט ארויסגעווארפן די קלאגע קעגן קהל אין מאנסי
ווייסט איינער דעטאלען?